| נשלח ב-5/1/2011 21:14 |
|
| |
שוידערליך: באזוך אין ווירזשיניע תפיסה צו הרב וויינגארטן
איך האב נארוואס געענדיגט לייענען דעם ארטיקל אין "די צייטונג" (זייט 3) פון דעם באזוך פון רבנים אין ווירזשיניע. אודה ולא אבוש. מיינע אויגן זענען נאס.
איך קען דעם ר' ישראל משה אביסל, און זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע שמועות אויף אים זענען ארויסגעזויגן פון די פינגער, (ווי אלע רבנים שרייבן). איך האלט בשיטה אז מען קען נישט זוכה זיין צו אזא הייליג שטוב אויב טיף אין הארצן איז מען פארדארבן, און אודאי נישט מעמיד זיין תלמידים הגונים אין א ישיבה יארן לאנג,
און יעצט אויף די עלטערע יארן אזא בראך, איבער די 60 קע"ה, און אריינגעשליידערט אין אזא שווערן תפיסה! אויף 30 יאר! וואס קען מען טון?
געוואלד! איך קען נישט שלאפן ביינאכט...! וויאזוי האלטן דאס אידישע קינדער אויס?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2011 18:41 |
|
| |
אפשר שיקט מען א לינק פון ברעננערס ראדיא טאלק שאו
|
|
|
|
| נשלח ב-6/2/2011 17:54 |
|
| |
נעכטן ביי די זאב ברענער שאו, האט מען באהאנדעלט די צווייטע זייט פון די מטבע, און מ'האט געהערט ערשט האנטיג פון די קינדער פון ר' י"מ וויינגארטן און די לויערס ווי לעכערליך די באשילדעגונגן זענען.
מערקווירדיג איז געווען ווען הרב הענדלער - די פארשטייער פון די רבנים פון מאנסי האט אויפגעדעקט אז די גאנצע אנדרייער פון די געמיינע בילבול איז גאר אונזער אלטע צרה-לייט, דער עוכר ישראל וויטריאל פון די קעי זשעי פאבליק סעיפטי וואס האט מאנעווירט מיט זיינע פאליטישע קאנעקשאנס אז די געריכט זאל זיין איינזייטיג לטובת די צד שכנגד.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2011 00:38 |
|
| |
הודו לה' כי טוב, די נייעס איז באמת כמים קרים על נפש עייפה, נאך א לאנגע תקופה פון שווערע ארבעט פון די טייערע עסקנים וועלכע גיבן זיך אוועק טעג און נעכט לטובת הרה"ג ר' ישראל משה שליט"א.
און כאטשיג עס איז ווייט פון א ישועה, 10 יאר אראפ פון 30 איז בלויז א דריטל, דער איד איז שוין העכער די 60 קע"ה און זאל דערלעבן משיח'ן, פונדעסטוועגן איז עס גאר א שטארקע דורכברוך, און דער אנהויב פון א ישועה.
איך האב פריער גערעדט מיט איינעם וואס איז נאנט צו די עסקנים, און זאגט מיר בשמו אז אויב מען האט ווען נאך געלט וואלט מען שוין געקענט האלטן נאך ווייטער, אויפצוווייזן די אומשולד פון דעם איד.
ווער עס קען זאל ביטע מחזק זיין די עסקנים און רבנים וועלכע זענען ביזי דערמיט, און מתפלל זיין און איינרייסן ווייטער פאר ישראל משה בן ליבא, ער זאל שוין ארויסקומען אינגאנצן פריי, אינאיינעם מיט אלע אידישע קינדער.
א איד באלאנגט נישט אין תפיסה! בלי שום יוצא מן הכלל! און אויב איז ער ח"ו יא דארט, איז דא א געוואלדיגע מצוה פון פדיון שבויים, פאר יעדן איד, אן קיין אויסנאם!
זאל דער אויבערשטער זיך שוין מרחם זיין אויף די אלע צעבראכענע אידן און זייערע משפחות, און זיי צוריק פאראייניגן בקרוב ממש. ואמרו אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 20:24 |
|
| |
Appeals court tosses one count against rabbi
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 01:03 |
|
| |
לאמיר קלאהר שטעלן א פאר פאקטן
אז די טאכטער איז ליידער היינט צוטאג א מרעשת, עובר על כל התורה כולה, לית מאן דפליג
און אז די שופט האט נאר געבויעט זיין פסק אויף איר עדות איז גאר א שרעקליכע זאך
און אז בזמן הזה איז בטל ד' מיתות בי"ד איז דאך אויך פשוט
און צו עס איז מותר רציחה ווען א טאטע טשעפעט א טאכטער, זיכער אז נישט
דאס וואס דער שופט האט ליידער גע'פסק'נט 30 רח"ל איז ממש כמו רציחה וד"ל, דאס איז אויך פשוט
און אז מצוה פדיון שבוים גייט אן אויך ביי א נואף, איז אויך פשוט (היינט איז טאקע די יארצייט פון ר' משה לייב סאסוב'ע זי"ע ער האט מיט מסירת נפש ארויס גענומען ערגערע אידן פון תפיסה - כל המציל נפש אחת מישראל מיינט נישט דווקא א קדוש וטהור, ישראל ע"פ שחטא ישראל הוא)
כל הנ"ל כתבתי רק לברר דברי הדומ"ץ החיד"א ווייס שליט"א במכתבו ט"ו אלול תש"ע
נ"ב כדי נישט צו נעמען א צד שרייב איך נאר פארווע אן קיין פשטים
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 15:51 |
|
| |
לינקס קליפס. איך האב נישט געמיינט אויף די זעלבע וועג. אבער מען דארף זיך צוזאמען נעמען און שאפן געלט פאר לויערס אז ער זאל קענען ארויסגיין. מען מוז נישט רעדן אין די צייטונגען דערפון
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 04:22 |
|
| |
אין וואס איז מיט מרדכי שטויבער'ס עדות, האט ער אויכעט צוריק געצויגען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 02:28 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 02:04 |
|
| |
זייטס נישט משוגע יידן, חלילה צו מאכן א קאמפיין אזוי ווי ריבאשקין, עס איז צו א האקעלע אישו, און קען בעקפייערן. רובאשקין איז גאנץ א אנדערע זאך, וווייל לו יהא עס איז אמת די באשולדיגונג, איז ער אויך נישט קיין מאנסטער. משא"כ דא, אויב איז עס אמת איז דאך א חרפה אז יידען דאלן זיך אננעמען, ממילא קען עס זיין א גרויסע שטונק. איך רעד כלפי די גויים, און אפילו ליידער די מאדערענע גאס, שטילע השתדלות דארף מען טאקע טון.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 01:04 |
|
| |
כ'האב נישט געוויסט אז ר' חיד''א האט צירוקגעצויגן, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון אויב יא, דאן איז אוודאי גיט אויב אזוי וואס שטערט פאר דעם .... ער זאל אויך צירוקציען?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2011 00:49 |
|
| |
How about מען דארף מאכן א קאמפיין פאר אים אזויווי ביי רובאשקין?דאס איז אויך א זאך וואס מען באשולדיגט אז אלע חסידישע יודן זענען אזוי. גוטע לויערס און אחדות קען זיכער העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2011 23:07 |
|
| |
כ'האב הנאה אז דער עולם ברענגט ארויס דעם אמת, אז דער איד איז א צדיק פון א איד, גענצליך אומשולדיג.
וואס דארף מען מער אז די אנטווערפענע בי"ד פון "מחזיקי הדת" בראשם פונעם דעמאלסטדיגן מרא דאתרא הרב קרייזווירטה זצ"ל האבן קלאר געשריבן אז אלס שטאטישע בי"ד האבן זיי זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין: ולא הי' דברים מעולם!. די איינציגע אויף וועמען מען פרובירט זיך סומך צו זיין ווי ר' מרדכי שטויבער האט שוין צעהן מאל צוריקגעצויגן (ווי פריער דערמאנט), ווי אויך דער חיד"א ווייס שליט"א האט צוריקגעצויגן און זיכט צו העלפן ווי מעגליך.
ויזכרו לשמצה די געציילטע דיינים וועלכע האלטן - ליידער - אז זיי שטייען העכער פון די תורה און האבן פאר אלע כוחות איהם געזוכט צו פאר'מסר'ן און אריינשליידערן אין טורמע, און אלע געבעטן פון רבנים און עסקנים וועלכע זענען בעובי הקורה שוין יארן לאנג האט גארנישט געהאלפן! (איינער פון זיי איז נאך א א.ג. קנאי וואס סופו מוכיח על תחילתו פון וואס די גאנצע קנאות שטאמט, ודו"ק).
און דאס שרייט פאר זיך אליינס די פרשה מיט ליזענסקע רבי שליט"א פון מאנסי, ווי אנדערע האבן עס שוין פריער ארויסגעברענגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2011 22:36 |
|
| |
הטוב. זייער גוט ארויסגעברענגט. ליידער איז די לעצטע פאר געווארן אזא מין זאך אז א יעדער אפגעפארענער וואס איז גערעגט אויף זיין/איר טאטן. לאזט ארויס בלבולים אויף אים און אויף חסידישע יודן בכלליות. די פרעסע "ווייסט" ליידער אז חסידישע יודן זענען ח...... און די מרשעת איז געגאנגען נאך ווייטער מיטן קלאגן רח"ל. מען זעהט בחוש אז ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר רח"ל. זאל דער אויבערשטער העלפן אז ר' ישראל משה זאל בקרוב באפרייט ווערן און יעדער זאל אנערקענען זיין אומשולד. און עס זאל ארויסקומען א קידוש השם פון די גאנצע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2011 21:49 |
|
| |
וואס דארף מען מער אז די מרשעת די ווייב פון ר' ישראל משה האט געהאט חתונה געהאט צו הגה"צ אדמו"ר מליזענסק מאנסי שליט"א, נאך עטליכע וואכן האבן זיי זיך געמיזט אפגט'ן ווייל זי האט געטוהן דברים מכוערים פאר איר מאן "ברבים" (מען קען פארשטענדליך נישט אלעס ארויסשרייבן)
ווי אויך האט זי יעדן צווייטן טאג ארויסגעלאזט אן אנדערע מעשה, יעדן טאג אויף א צווייטע גבאי פון דער ליזענסקא רבי שליט"א, אזעלכע סארט מעשיות ווי זי האט ארויסגעלאזט אויף איר חשוב'ע מאן, עס איז געווען אומדערטרעגליך ער האט איר געמיזט אפגט'ן רח"ל,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2011 20:55 |
|
| |
הטוב_שמך האסט זייער גיט ארויסגעברענגט די קלארע פאקטן, ס'דא מענטשן וואס קענען דעם יוד, אין זאגען אז ער איז א יר''ש, אין ס'נישט עלה על הדעת אויף אים די אלע לשה''ר אבער כ'וויל נאר אנמערקן אז ליידער זענען יא דא צווישן אנדערע 2 רבנים וואס בעקן די פרוי, כ'וויל נישט שרייבן זייערע נעמען איינער פין זיי איז א אויסגעריפענער היפ' אין די אנדערע איז מיר א מורא'דיגע חידוש זיי טענה'ן גאר אז זיי האבען יא אנגענומען איר גביות עדות מיט נאך זאכען וואס כ'וויל נישט נאכברענגן אלפאנס, הרב וויינגארטען'ס תלמידים זענען מעיד אז זיי קענען אים פין די נאנט אין ס'שטייט אפי' נישט אויס פין אים די אלע זאכען אין ס'האט נישט קיין זוהן ממשיך צו זיין די דיסקאשען אז איינר וויל אים העלפן זאל ער באשטייערן נדבת לבו ווייל די עסקנים זאגען אז מיט געלט קען נאך אסאך העלפן אין גרינגער מאכען
|
|
|
|
|