בית פורומים אידישע געדאנק

שוין מוחל דאס רבנות אבער געוואלד! ער טאנצט אין יאר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2011 01:17 לינק ישיר 
שוין מוחל דאס רבנות אבער געוואלד! ער טאנצט אין יאר!

עס הערשט א קאטאסטראפע אינעם ארונישען לאגער! וואס איז? הערט און שטוינט ווי אינעם היינטיגן נידריגען דור זענען נאך דא אידן וואס עס טוט זיי באמת וויי ווען מ'טרעט אויפן שלחן ערוך בשאט נפש, און נישט סתם עס טוט זיי וויי, נאר זיי לאזן זיך הערן מיט א קול מחאה אויף אלע מיני אופנים. אלעס אז מען זאל ח"ו נישט מיינען אז כיון דשתקא רבנן שמע מינה דניחיה ליה, נאר אדרבה זיי האבן נישט קיין שום חלק דערין.  

 

עפעס היינט אינדערפרי האב איך שוין גראד באמערקט אויף די ארונישע פנימ'ער א מיסטריעזע גערעגטקייט, כעס'יגע גרימאסן אויף זייער פנימ'ער וואס געווענליך זעט מען זיי אזוי גערעגט ביי די גרויסע פראטעסטן אין מאנהעטן בשעת די ציונים רייסן ארויס עצמות פון קדושים אדער פון שרעקליכן גזירה פון נחל חרדי, אזא שטייגער גערעגטקייט. גיי איך צו צו איינע פון די גערעגטע היינט און איך פרעג אים וואס גייט פאר? פארוואס זענט איר אלע אזוי בייז? דער דאזיגער ארוני ענטפערט מיר נישט מיט זיין מויל, נאר מיט זיין כעס'יגן פנים שאקעלט ער מיר א גרימאס אין לויפט אוועק פון מיר, און אזוי לויפענדיג שוין א בלאק אוועק געט ער שריי ארויס פון הארץ ארויס: מאנטריאל הא? יאר הא, יאר הא?

 

איך פרוביר צוזאמשטעלן די פאזעל פון די שווערע ווערטער קאוד וואס האט נארוואס גענידערט אויף מיר, עס קומט מיר לגמרי נישט אן גרינג ווען אינמיטען ווער איך באפאלן פון א צווייטען ארוני באגלייט מיט אן עזות דקדושה פון פנחס בן אלעזר גרייט מיך צו צושטעכן, און ער הייבט אן שרייען, טאנצן הא? אין יאר! שעמטס ענק גנבים וואס איר זענט!

איך פרוביר אים צובארוהיגן אז איך בין דא אומשולדיג ווייל איך ווייס נאך נישט פון וואס ער רעדט, ענטפערט ער מיר דו ווייסט נישט? מאנטריאל! מען טאנצט אין יאר ל"ע אן א היתר בי"ד! דאס גאנצע רבי'סטעווע איז ער שוין מוחל אבער דאס טאנצן אין יאר דאס קען ער אין ער טאר עס נישט אראפשלינגען און ער מיט שמואל ווידער וועלן גיין דערמיט עד הסוף. מילא ר' אהרן'ס כבוד קענען זיי פארשווייגן, אבער נישט די כבוד פון די הייליגע תורה, און אוואדאי נישט די רעבעצין ע"ה'ס כבוד.

 

נא! פרעג איך ענק האט משיח צו וועם צו קומען?



א דריטער האט גאר געסטראשעט אז ריכטער שמידט ווייסט שוין דערפון, אין ער זעט שוין פינקליך ווער איז וואס.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2011 05:41 לינק ישיר 

איך פראביר צו פארשטיין דיין גאונות, אבער עס גייט נישט. ביטע זייט מסביר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 19:53 לינק ישיר 
הא הא ! שטעלט אן א קאלביש פנים כאילו די גאנצע אשכול איז אויף זיין געשמאק,

theחדשות כתב:
איך דארף נישט ענטפערן,אבער פארט ענטפערסטע און איך בעהט אז קיינער זאל זיך מער נישט וויסענדיג מאכן פונעם חסר דעה דא וועלכע אנשטאט צו פארענטפערן הגז"ל נאכט ער אים נאכמער שווער.שווערער ווי ווערן רב הצעיר?     ווען מיר האבן באקומען די בריוו פון אלע גדולי הדור אין אר"י וואס טוט זיך מיט די רבנים פון חוץ לארץ? אז עטץ זענטס גנבים, ווען הגז"ל טאנצט אין (די שלושים) יאר, אייביג איז די זעלבע תירוץ: יא! האלטס ענק מיט די תורה, און אונז מיט ליפא און הגז"ל און פאר א נויט, יעקב בער אויך. זיי וועגן איבער יעדעם. אבער איך בין נישט גערעגט,
אונז זענען שטאלץ אז אונזער פראבלעם איז (מהרז"ל)די תורה, ווייל אונזער רבי שליט"א הייסט אונז דאס לערנען. ווען עטץ אטאקירטס אונז וועגן אן הלכה וואס עטץ האטס געטראפן,ווי למשל ביי די מאסקאווי קאטשקעס, האבן אונז אנגעהויבן ברענגען הכחות אז עס איז מותר. איך שטעל מיר פאר ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט: וואלטן ענק חוזק געמאכט אז אונז זענען נעבעך די פאנאטישע וועלכע האלטן אז (מהר"א איז א ת"ח) די תורה, ענק זענען די פארגעשריטענע וועלכע קענען זיך אנפייפן.

קיפ איט אפ דשיגאן, דו לייגסט נאר אינדער ערד הגז"ל יעדער זעהט ווער ער איז. שכ'ח פאר דיין גוטע ארבעט






דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/1/2011 04:14 לינק ישיר 

איך דארף נישט ענטפערן, און איך בעהט אז קיינער זאל זיך מער נישט וויסענדיג מאכן פונעם חסר דעה דא וועלכע אנשטאט צו פארענטפערן הגז"ל נאכט ער אים נאכמער שווער.

ווען מיר האבן באקומען די בריוו פון אלע גדולי הדור אין אר"י אז עטץ זענטס גנבים, ווען הגז"ל טאנצט אין יאר, אייביג איז די זעלבע תירוץ: יא! האלטס ענק מיט די תורה, און אונז מיט ליפא און הגז"ל און פאר א נויט, יעקב בער אויך. זיי וועגן איבער יעדעם.

אונז זענען שטאלץ אז אונזער פראבלעם איז די תורה, ווייל אונזער רבי שליט"א הייסט אונז דאס לערנען. ווען עטץ אטאקירטס אונז וועגן אן הלכה וואס עטץ האטס געטראפן,ווי למשל ביי די מאסקאווי קאטשקעס, האבן אונז אנגעהויבן ברענגען הכחות אז עס איז מותר. איך שטעל מיר פאר ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט: וואלטן ענק חוזק געמאכט אז אונז זענען נעבעך די פאנאטישע וועלכע האלטן די תורה, ענק זענען די פארגעשריטענע וועלכע קענען זיך אנפייפן.

קיפ איט אפ דשיגאן, דו לייגסט נאר אינדער ערד הגז"ל יעדער זעהט ווער ער איז. שכ'ח פאר דיין גוטע ארבעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 02:47 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2011 22:55 לינק ישיר 

אייזנער כתב:
די שטעלסט דא אן די פנים ווי א קלאסישע מענטש וואס וויל טאקע פארשטיין,

לאמיך דיר פרעגן, דיין סברא חיצונה זאגט דיר אז ער פראוועט אזוי עם הארצות בפומבי, לפני קבל עם ומלואו??

האלסטו אז קיינער פון די גבאים, קינדער, דיינים, רבנים, ראשי קהילה, חברי קהילה, האבן נישט געקענט איהם אפהאלטן פון אזוי ברבים ארוסצושרייען זיין עם הארצות???

נאר וואס דען ביסט גארנישט אזא תם, נאר שטויסט ווי א מועד, די ווייזט ארויס בפומבי דיין עם הארצות, נישט קענדיג הלכות אבילות, און קיינמאל נישט באקומען שימוש אויף הלכות אבילות, און שרייט זאכן כאילו ווי די ביזט די פוסק אחרון!!!!!!!

און וויבאלד דיין בר פלוגתא וכת דיליה, זענען נארמאלע מענטשען מיטן קאפ אויפן פלאץ, און ווייסן אז מיט ענטפערן אויף דעם עם הארצות, וועט עס ווערן א דבר שבא לעולם, אפי' מ'רעד דא פון הוילע לופט, ענטפערן זיי נישט, און די מיט נישט כאפן די זאך, שרייטסטו ווייטער ככלב שב אל קיאו מיט דיין עם הארצות............

און צום שלוס, קען זיין אינץ האבן מיר א רבי אן עם הארץ, אבער דאס ס' זאל זיין א קהילה שלימה, פונעם גרעסטען ביזן קלענסטן, א באנדע עם הארצים, דאס איז א חידוש פלא וואס מ'זעט ווייניג.................



זייער גוט ארויסגעברענגט!


אבער ווער נישט איבעראשט ווען  אן ארוני קען יעצט נאכאמאל אנטוען זיין קאלביש פנים אין פרעגן דיר אין פנים ווי א מאנגא וואס אן ענטפער איז נישט קיין אפשען,נאכמאל וואס איז די הלכה?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/1/2011 21:22 לינק ישיר 

די שטעלסט דא אן די פנים ווי א קלאסישע מענטש וואס וויל טאקע פארשטיין,

לאמיך דיר פרעגן, דיין סברא חיצונה זאגט דיר אז ער פראוועט אזוי עם הארצות בפומבי, לפני קבל עם ומלואו??

האלסטו אז קיינער פון די גבאים, קינדער, דיינים, רבנים, ראשי קהילה, חברי קהילה, האבן נישט געקענט איהם אפהאלטן פון אזוי ברבים ארוסצושרייען זיין עם הארצות???

נאר וואס דען ביסט גארנישט אזא תם, נאר שטויסט ווי א מועד, די ווייזט ארויס בפומבי דיין עם הארצות, נישט קענדיג הלכות אבילות, און קיינמאל נישט באקומען שימוש אויף הלכות אבילות, און שרייט זאכן כאילו ווי די ביזט די פוסק אחרון!!!!!!!

און וויבאלד דיין בר פלוגתא וכת דיליה, זענען נארמאלע מענטשען מיטן קאפ אויפן פלאץ, און ווייסן אז מיט ענטפערן אויף דעם עם הארצות, וועט עס ווערן א דבר שבא לעולם, אפי' מ'רעד דא פון הוילע לופט, ענטפערן זיי נישט, און די מיט נישט כאפן די זאך, שרייטסטו ווייטער ככלב שב אל קיאו מיט דיין עם הארצות............

און צום שלוס, קען זיין אינץ האבן מיר א רבי אן עם הארץ, אבער דאס ס' זאל זיין א קהילה שלימה, פונעם גרעסטען ביזן קלענסטן, א באנדע עם הארצים, דאס איז א חידוש פלא וואס מ'זעט ווייניג.................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2011 19:28 לינק ישיר 

  דזשיגאן

  פון סתם נאךברענגען וואס מ'שרייבט אין די ארונישע אשכול איז נישט אינטערסאנט, יעדער קען עס דארט ליינען, טאנצען ביי א חתונה אין די יאר איז נישט קיין קאנטערווארשעל שאלה ווי אריזנא ווייץ אדער שחיטה ועוד, ס'איז א פשוטע שאלה וואס מאכט זיך(ליידער) בכל יום, און אפילו ס'איז דא א היתר אז דאס ברענגט געלט פאר די ישיבה, דאס איז גוט ביי א פרעמדע מעדערענע חתונה, אבער ביים אייגענע ראש הקהל איז דען נישט גענוג אז ער האט זיך אנגעשטרענגט צו פארען קיין קאנאדא וואס האט אויסגעפעלט צו טאנצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 20:12 לינק ישיר 
דא האט איר א הסבר פון דעם ניק "היראים" ווי אזוי מען קען צוקומען צי טרעטן אויפן שלחן ערוך פון לאגיק אויס, אין וויינט זייער ווי די זאליס האבן זיך דערקייקעלט צי ליצנות


 

דארפסט פארשטיין וואלען

מען קען נישט זיין פארנומען צו פארענטפרן טעגליך זשיגאן'ס עמעראצעס
מוז מען מאכען ליצנות דערפון אין פארוואסערן
עפענען ניקס מיט אשכולות אנפיקעווען אין די וועלט אריין צו ס'שטומט צו נישט
אז די אייגענע חבורה זאל נישט ארומגיין מיט אזוויפיל קשיות אין קאפ
אויף די אינטערנעט האט דאך זשיגאן די אויבערהאנט בכמות ובאיכות

ווען ער זאל ווען אנהייבן צו פראבירן צו ענטפרן זיין טעגליכע עמעראצעס
וואלט ער נאך מער געדארפט דאפלען זיין בעקעריי סטעף

די משנה זאגט ''לץ'' אחד דוחה וכו', נאכדערצו אזא לץ ווי זשיגאן

נישט קיין תורה נישט קיין חכמה זעהט מען אויס אזוי וכ'




תוקן על ידי דזשיגאן ב- 07/01/2011 20:16:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/1/2011 19:56 לינק ישיר 
וויל אמת'דיג פארשטיין ווי אזוי מען קען טרעטן אויפן שלחן ערוך

וואלןסח כתב:

און לאז מיר דיר באמת זאגן וואס איך וויל פארשטיין

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טאנצט, מען האלט שוין ביי א קיימא לן פון 5 6 מאל די יאר אליין וואס איך ווייס וואס ס'איז דא קליפס, ווען ער טאנצט איינס אדער צוויי מאל, און מען רעדט דערפון און פערטיג, נו, מען וואלט אראפגעשלינגען געמאכט א טעות און פארטיג, שוין געהערט אזוינס, איך זע דאך אבער אז ער איז חוזר ושונה, קלער איך באמת עפעס א היתר האט ער, וויל איך וויסן וואס?

איך האף דו פארשטייסט מיין שאלה



דו ווייסט שוין אלע היתירים פון דיין רבין? למשל זאגן (נישט טאנצען)אויף א טאטן אין א רבין אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון? דעם היתר פון רופען (נישט טאנצען) א טאטען אין קארט? 3 יאר נישט אנקוקען (נישט טאנצען) א מאמען פאר די עבירה פון וואוינען מיט זיין ברודער? בויען א טענט אום שבת ויו"ט? מען מעג טראגן אבער דער רבי אליין טראגט נישט די גלעזער?

תוקן על ידי דזשיגאן ב- 07/01/2011 19:58:29



תוקן על ידי דזשיגאן ב- 07/01/2011 20:05:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/1/2011 19:52 לינק ישיר 
לויט אים האט נישט קיין שום פשט צי פרעגן א דיין די שאלה,אבער אזוי ווי ער קען עס נישט אראפשלינגען, איז דו געבליבן די איינציגסטע עיצה אנציפרעגן אויף היידפארק,

outspoken כתב:
איינער קען דא מסביר זיין ''מה חרי'', מ'האלט דא אין איין ארפרייסען מהר''א, אסאך זאכען מיט שטארקע טענות, אנדערע אלץ לצינותא דע''ז, יעצט אז זיי האבן א טענה (להלכה) אויף מרז''ל ,אדער ענטפער עס להלכה, אדער שלינג עס אראפ, אבער סתם טרייבען(ניטאמאל) ליצנות פון גוטע שרייבערס האט נישט קיין פשט.


אנטשולדיגט! איר האט זיך דא פארבלאנדזשעט,דער פוסק הדור רבי_יונה איז נישט דא אויף דעם פארום,

תוקן על ידי דזשיגאן ב- 07/01/2011 20:02:09




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/1/2011 19:48 לינק ישיר 
דא קענט איר זען ווי אן ארוני טראסט נישט קיין שום דיין במילא וויל ער זיי נישט פרעגן די הלכה, איז אים געבליבן די איינע אפשען אנפרעגן אויף היידפארק די האקעלע שאלה, אין יעצט ווארט ער פאר תשובה

פריינדליך כתב:
דזשיגאן. איך פארשטיי אז דיין רבי קען זיך נישט איינהאלטן פון טאנצן פאר איין יאר. און פארדעם האסטו געמוזט עפענען א פרישע ניק. אבער ענטפער מיר אויף איין שאלה. מעג מען טאנצן בשנת האבל. אדער נישט?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/1/2011 17:02 לינק ישיר 

און לאז מיר דיר באמת זאגן וואס איך וויל פארשטיין

ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טאנצט, מען האלט שוין ביי א קיימא לן פון 5 6 מאל די יאר אליין וואס איך ווייס וואס ס'איז דא קליפס, ווען ער טאנצט איינס אדער צוויי מאל, און מען רעדט דערפון און פערטיג, נו, מען וואלט אראפגעשלינגען געמאכט א טעות און פארטיג, שוין געהערט אזוינס, איך זע דאך אבער אז ער איז חוזר ושונה, קלער איך באמת עפעס א היתר האט ער, וויל איך וויסן וואס?

איך האף דו פארשטייסט מיין שאלה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 17:00 לינק ישיר 

דזשיגאן

מיט שקרים קען איך מיר נישט פארמעסטן מיט דיר, אבער אין אנדערן פארום איז שוין געווען א אריכות איבער טאנצן מיט מוזיק, און ניין מען טאר נישט טאנצן מיט מוזיק נישט אין די שלשים און נישט אין יאר, און מהר"א האט נישט געטאנצן, איך געדענק ל"ג בעומר תשס"ו, ער האט קלאר נישט געטאנצן, און נאך טויזענטער אידן געדענקן עס, און ווי לאנג דו האסט מיר נישט קיין קליפ ווי ער טאנצט בשנת האבילות איז ידי על העליונה.

און ווידער, לדבריך אז ער האט יא, ווייסטו דאך אז ער איז שייגעץ, שוין א אלטע מעשה, אבער וואס טוט זיך מיט דיין צדיקל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 16:02 לינק ישיר 

איינער קען דא מסביר זיין ''מה חרי'', מ'האלט דא אין איין ארפרייסען מהר''א, אסאך זאכען מיט שטארקע טענות, אנדערע אלץ לצינותא דע''ז, יעצט אז זיי האבן א טענה (להלכה) אויף מרז''ל ,אדער ענטפער עס להלכה, אדער שלינג עס אראפ, אבער סתם טרייבען(ניטאמאל) ליצנות פון גוטע שרייבערס האט נישט קיין פשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2011 15:37 לינק ישיר 

דזשיגאן. איך פארשטיי אז דיין רבי קען זיך נישט איינהאלטן פון טאנצן פאר איין יאר. און פארדעם האסטו געמוזט עפענען א פרישע ניק. אבער ענטפער מיר אויף איין שאלה. מעג מען טאנצן בשנת האבל. אדער נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוין מוחל דאס רבנות אבער געוואלד! ער טאנצט אין יאר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext