בית פורומים אידישע געדאנק

בד"ה: הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה - משב"ק מרן הברך משה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2011 04:02 לינק ישיר 
בד"ה: הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה - משב"ק מרן הברך משה

יעצט קומט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה פון בארא פארק, לאנגיאריגער משב"ק ביי מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2011 08:14 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 05:43 לינק ישיר 

דו האסט נישט אדער מאכסטו ווי די האסט נישט פארשטאנען מיין נקודה.

די אלע טויזנעטער ווי די ריפסט זיי, זיי האבן קיינמאל נישט געטראכט צו ווערן באגראבן דארט. זיי האבן געוויסט אז זיי גייען ליגן אדער אין בני יואל, אדער בכלל נישט אין סאטמאר צוליב ביי האר וכו'.

יעצט איז געקומען צו ר' יונה האט אים די אייבערשטער גיט באשטראפט און אים געלייגט מיט די אלע מאנגאס און בני יואל.

יעדער האט זייט תש"מ געוויסט אז די בית החיים געהערט פאר חסידי ותלמידי ברך משה, און דעריבער האבן די בני יואל גע'עפענט א אייגענע בית החיים. און אזוי איז עס געבליבן, פאר תלמידי וחסידי בעל ברך משה. אלזא קינד מיינס הארך אויס. פון וועם האט מען עס גע'גנב'ט? פון די בני יואל?

און אז ענק האבן א פראבלעם מיט גניבה וגזילה. א שרעקליכע מעשה, גע'גנבט א גאנצע בית החיים מיט אלע טויזענטער טויטע אינעווייניג, ממש גע'קידנעפט. פארוואס איז ענק נישט בייגעפאלן די פשוטע עצה פון רופן צו דין תורה? אלעס נאר נישט דאס? וואס איז? מ'האט מורא אז די וויליאמסבורגע קהילה גייט ווערן אריינגעמישט און אפשר אויך דאר דאס רבנות???????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 04:49 לינק ישיר 

ברךמשההחסיד

וואס טוט זיך מיט דיין בראדוועי מצות, די בנינים ווי דיינע קינדער לערנען, די זאלן ווי די מאכסט חתונה ועוד 

 דארט האסט'ו  א חלק און צונעמען שלא ביושר א צווייטנס רכוש.
 

אפשר איז שוין צייט פאר שלום און פארהאנדלען אויף אלעם חוץ לערכאות.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 04:08 לינק ישיר 

חדשות!
ביזט פארקראכן צו זייטיגע געשפרעכן וועגן ווער ס'איז געווען א גרעסערער חסיד פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און צו מען לערנט מער דברי יואל ויואל משה אדער ברך משה, וואס איז בכלל נישט נוגע צום ענין הלכה'דיג, און סתם בעיבישע גערעדעכץ.
דער סך הכל איז אז דער בית החיים איז דער רכוש פון גאנץ סאטמאר, און ס'איז דא א ציבור פון טויזנטער מענטשן וואס זענען בא'גזל'ט געווארן דורך רא"ט'ס קהלה, און ווען מען לייגט איינעם אריין  אינעם אלטן בית החיים, האט ער א חלק און צונעמען שלא ביושר א צווייטנס רכוש.
משא"כ אין די נייע חלקה אויפ'ן "הר יואל" איז אסאך חשוב'ער ווי דער אלטער חלקה, פשוט דערפאר ווייל ס'איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן אן קיין שאלות פון גזילה.
און דערצו דארף מען נישט זיין אויסגעשטעלט צו די רדיפות פון די ראט"ן וואס לאזן נישט קינדער קומען צו די עלטערנס קברים, און זענען מבזה אויף נאך אופנים די נפטרים וואס זענען באגראבן אונטער זייער גע'גזל'טע בעלות.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 03:10 לינק ישיר 

ווער האט געמאכט דאס בילד אויב נישט זיינע אייגענע גבאים וועלכע דו טענה'סט אז זיי זענען די אמת'ע חסידים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 02:47 לינק ישיר 

אולי וועט מען מוזן צוקומען אז דאס זענען נישט קיין עכטע חסידים.


חסידים וואס זענען מפרסם בילדער פון זייער רבי'ן וואס זייער רבי וואלט זיך געשעמט מיט דעם בילד, זענען אלעס חוץ חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 02:40 לינק ישיר 

קליפ כתב:

_________________



אינטערעסאנט אז די "אלע חסידים" וואס שטייען אין די זייט זענען היינט ארונים
און "אלע גבאים" זענען זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 01:32 לינק ישיר 

אוט ספאוקען; הדברים עתיקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:43 לינק ישיר 

יא ס'איז א פאקט, ער ליגט אין פריוואטע רשות היחיד אינם ביה''ח, דרייסג יאר פאבליק רילעישאן'ס טוישט נישט קיין פאקט וואס רבינו הק' האט אליין געשריבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:36 לינק ישיר 

וואס ווילסטו ארויסברענגן? אז דער רבי ז"ל ליגט נישט אין די אלטע בית החיים אויך נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:15 לינק ישיר 

רוח הקודש הופיע בבית מדרשו  ס'איז קיין שום ענין צו ליגען אין א ביה''ח מיט א צדיק אויב מ'ליגט מאחורי האוהל



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 16/01/2011 20:33:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 23:49 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
עס איז בכלל נישט קיין "כבוד" אפילו נישט קיין כבוד המדומה צו ליגן אין א חלקה בגזילה, און ס'איז בכלל נישט קיין טובה פאר א נפטר
. גזילה פון וועם? ווער האט דאס געהאט אז מ'האט דאס גע'גזל'ט? עס האט אייביג געהערט פאר די ראשי הקהילה חסידי ותלמידי רבינו בעל ברך משה, און עס איז ווייטער געבליבן. חסידי ברך משה האבן אייביג געהאט איינס און די בני יואל האבן אייביג געהאט איינס, דו ביסט א ברך משה חסיד קיינמאל נישט געווען, אפשר ביסטו געקומען צו אים פון תשנ"ט זיך צו פרייען בצרתו, אבער מיט א קוויטל נישט, און קום מיר נישט איינרעדן קיין שטותים.

די בית החיים האט אייביג געהערט צו זיינע חסידים און עס איז דארט געבליבן, אונז לערנען פון די ברך משה זייער אסאך, מיין רבי רעדט פון דעם אגאנצן צייט, מיין רבי האט געהאלפן זיין יענקי ברודער צו מאכן געלט אויף די ברך משה חשבון אפילו נאך די מחלוקה. מיין רבי ארבעט ארויסצוגעבן נאך ספרים פון זיין טאטע,מיין רבי געט בנינים נאך זיין טאטע, (משא"כ בנין יאקאבוויטש אין קווינס והדברים ידועים) מיין רבי'נס חסידים געבן ארויס די משה היה רועה, מיין רבי'נס חסידים לערנען און צינדן כסדר ליכט לטובת נשמתו, און מיין רבינ'ס חסידים לערנען ברך משה און נישט נאר מאכן געלט אויף דעם.

אלזא עס איז אייביג געווען צווי בתי חיים, איינס פאר חסידיו און איינס פאר מתנגדיו. סאו וכאן הבן שואל, פון וועם האבן דיר דאס צוגענומען? יא! מיר האבן נישט געלאזט אז אויך דאס זאלן זיינע מתנגדים צונעמען.
די נייע חלקה איז זייער א חשוב'ע חלקה, און פונקט ווי דער המנוחות, און דער הר הזתים אין ירושלים, עפנט מען שטענדיג נייע חלקות, ווי מען לייגט פרישע נפטרים ב"מ, פונקט אזוי אין קרית יואל האט מען געעפנט ניי חלקות, ווי מען לייגט ערליכע אידן אנשים חשובים, בלי שום שאלות של גניבה וגזילה, און ס'איז זייער א חשוב פלאץ.

וואס דאס פארגלייך? דארט עפענט מען ווייל עס איז ליידער נישט דא קיין פלאץ, אויב דו וועסט פארקויפן א חלקה נעבן די הייליגע בעלזא רב זי"ע פאר א בעלזא, מחנובקא חסיד, וועט ער עס אפקויפן בכל הון דעלמא, זיי מאכן נישט אוועק דאס אלטע פלאץ.
לגבי הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער משב"ק, וואס אויף דעם שרייבן די אהרונים אז העטעך פעטעך מען וואלט אים געלייגט נעבן ר' סענדער דייטש, אויף דעם וואלט מען אפשר געקענט זאגן כבוד המדומה.
אינטערעסאנט אז פאר די כבוד המדומה איז געווען צענדליגע דיני תורה אינדערהיים וועגן חלקות, און סיגוט אליינס איז געווען א געטיעכטס ווי צו לייגן ר' משה ארי' ביז מ'האט געבויעט אן אוהל דערנעבן. ליגן אין די חלקת הרבנים און נישט מאוחרי הגדר איז שוין געווען אין די גמרא'ס צייטן אז די גמרא גערציילט אז מ'האט געלייגט איינע פון די אמוראים מאוחרי הגדר אנשטאט א מסור, צוליב דעם וואס מ'האט אויפגעשטוישט די ביידע מיטות. האט די אמורא געקומען צו זיין תלמיד אין חלום און פארציילט אז ער איז נענש געווארן צוליב דעם וואס ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם, און דאס איז געווען זיין עונש, משא"כ די אנדערע מסור האט אמאל געדארפט צו האבן א סעודה פאר'ן קייזער און די קייזער איז נישט אנגעקומען האט ער געטיילט די סעודה פאר ארעמעלייט און דאס איז געווען זיין שכר. עס איז געווען אן "עונש" צו ליגן נישט אין די חלקת הרבנים, און עס איז געווען א "שכר" צו ליגן יא אין די חלקת הרבנים.

די זעלבע איז ר' יונה, ער האט באקומען אן עונש נישט צו ליגן נעבן די רבנים ווייל ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט געשוויגן, אפילו ער איז געווען א תלמיד חכם און אן ערליכן איד.

במילא פארדריי נישט א קאפ מיט כבוד המדומה. ווייל אויב יא
וואל
ט ער ווען געקענט ענטפערן גראד כבוד המדומה און נישט וועגן ער האט געזעהן ווי אזוי מ'איז מבזה א תלמיד חכם


אבער ווי יעדער ערנסטער מענטש פארשטייט איז סתם שטותים צו מעסטן די זאכן לויט כיבודים, און ווער זאגט איז ס'איז נישט חשוב'ער צו ליגן נעבן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש ע"ה. קענען מיר דען שאצן ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער?

איין זאך איז זיכער אז ווער ס'איז עוסק בתורה וביראה אזוי ווי ר' יונה, אזא איינער איז אסאך חשוב'ער ווי איינער וואס רעדט זיך איין אז ער וועט ליגן נעבן דעם אדער יענעם, וואס די זאכן העלפן גאנץ ווייניג.

און נישט ליגן און גע'גנב'טע קרקע האט אויך א ספעציעל חשיבות.



און וועגן וואס דו האסט געשריבן אז איינצעלע יחידים. דאס איז נישט קיין איינצעלע יחידים, דאס דארף זיין דיין רבי און מורה דרך, די וועלכע האבן אינטערגעשריבן אז מ'זאל באגראבן אין פאלאקס לאט, די אינטערשרייבער אליינס האלטן נישט איין זייער ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 20:22 לינק ישיר 

ענקעלע11 כתב:

אין דאס קינד וועט ענטפערן, טאטי! האו קאם בערעלע לעפקאוויטש'עס זיידע וואס איז אויך מיט ר' זלמן לייב'ס קהילה, פארוואס ליגט ער יא מיטן ויואל משה אין איין בית החיים? און אזוי אויך נאך יונגלעך פון מיין חדר וואס זייערע זיידעס און באבעס האבן באלאנגט צו רבי זלמן לייב'ס קהילה און דאך ליגן זיי נישט אינטערן צוים, יודעלע שווארץ'ס זיידע, וואס איז אפילו געווען א בני יואל, און דאך ליגט ער מיט דע ויואל משה, משה'לע גראס'עס באבע האט מען אויך געלייגט אין די בית החיים מיט דע ויואל משה, כאטש זיין זיידע איז גבאי אין דע גרויסע שול אויף ראדני, און איך האב אליין געזען זיין זיידע געבען א קיש פאר דע רבי, סא, פארוואס קען אינזער זיידע נישט זיין מיט רבי זלמן לייב'ס קהילה און דעסטוועגן ליגן דארט ווי אלע זיידעס און באבעס ליגן, יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן, חזקי וויינבערגער'ס עלטער זיידע און עלטער באבע, ליגן אויך דארט פאר די געיט, כאטשיג זיין זיידע  איז א חבר הבית דין ביי דע רבי, טאטי, עפעס זאגסטו מיר נישט דע אמת, אלע יונגלעך טשעפען מיט מיר אין חדר, זיי שרייען מיר גיי צו פאללאק, פונקט אינזער זיידע האט מען געדארפט לייגן אינטער דע געיט.

מיין קינד טייערע ווייל זייער זיידעס האבן באצאלט מעמבערשיפ פארן מהר''א'ס קהילה, נאר צו קענען ליגען אין איין ביה''ח מיט רבינו הק', אבער אונזער זיידע איז געווען א איד וואס איז געווען אויסגעקאכט אינ'ם ויואל משה, און ער האט פארשטאנען אז דורך דעם וואס ער איז אן אפציעלע מעמבער אין א קהילה, איז מען א גאנצע שותף אין אלע זייערע מעשים, און אונזער זיידע זאל מיען אין לעכטיגן ג''ע, איז געווען א מסירת נפש איד און א בר דעת, ער האט נישט פאר כבוד המדומה געוואלט האבען קיין שייכות, און זיין א שותף מיט א קהילה וואס......(דא וועט דער זלונישע טאטע מסבר זיין פארן אייניקעל א שיינע פאר שעה)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 20:17 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
לו יהא אז די זאליס זאלען האבען אביסל שכל אין מאכען די נייע ביה''ח אלס א נייע ביה''ח א שטייגער ווי נאך א חלקה אופן הר המנוחת, ווי טייל זאליס ווילן עס יעצט אויפשפיל.... אין געבן א נאמען ''הר יואל'' -....  וואלט עס געווען א נייע חלקה פין די זאליס אזווי די ווילסט, 
עס וועט טאקע נישט האבען אזא חשיבות ווי א ביה''ח במחיצות רבותיה''ק
ווי אלע חסידי סאטמאר האבען זיך געלאזט קאסטן צו ליגן די לעצטע 30 יאר

אוודאי האט מען די לעצטע 30 ביז ר"ח אלול תשס"ט זיך געלאזט קאסטן צו קענען ליגן אויפן "הר יואל" סמוך ונראה צו רביה"ק זי"ע. עס איז בימים ההם געווען די איינציגסטע חלקה אויף דעם בארג. און כאטש אין יענע חלקה איז פארגעקומען רעגלמעסיג שפיכת דמים ובזיון החיים והמתים, אז מען האט נישט צוגעלאזט נאנטע צו די לויות אדער קברים פון זייערע עלטערן, האט מען נישט געהאט קיין גרויסע ברירות, ווייל עס איז נישט געווען עפעס אנדערש.
ווען די ראט"ן האבן בגזילה איבערגעשריבן די חלקה, איז דער מצב געווארן נאך ערגער צוליב דאס נישט לאזן באגראבן נאר נאכן אויסרויבן שוידערליכע אומדערהערטע סכומים פון די משפחות, דערצו האבן זיי מבזה געווען נפטרים דורך לייגן נפרטים אויף אן אופן וואס איז מצער די משפחות ועוד.
משא"כ היינט צו טאג א חלקה אויפן "הר יואל" וואס איז חשוב'ער פונעם אלטן חלקה, עס איז נישט קיין שום שאלה פון גזילה, מען בא'עוולה'ט נישט קיינעם, ס'איז סמוך ונראה צום מקום מנוחתו פון רביה"ק זי"ע, דערצו האט עס אלע מעלות פון א בית החיים אין א שטאט, איז קלאר אז מענטשן ווילן ענדערש ליגן אין די חלקה ווי אינעם אלטן.
איי ס'איז דא יחידים וואס ווילן יא דערווייל ליגן מכמה סיבות אין די אלטע חלקה, דאס איז זייער באשלוס,  
 
אבער עס וואלט אפשר כאטש געהאט די זעלבע חשיבות ווי ניו זשורזי אדער כאטש ווי בני יואל ,
עס האט טאקע די זעלבע חשיבות ווי ניו דזשוירסי, אז מען האלט נישט צוריק בני המשפחה פון קומען אויף די קברים פון זייערע עלטערן. ס'האט אויך די זעלבע חשיבות פון בני יואל כנ"ל, און אויך אז ס'איז אין א אידישע שטאט, און ס'איז גרינגער צוצוקומען ועוד. אבער ס'האט א מעלה מער איז אויפן "הר יואל", אין זעלבן בית החיים פון רביה"ק זי"ע, נאר אן אנדערע חלקה.

קומט אויס אז פאללאקס איז 'טרוקן' מאחורי הגדר... אן קיין שום הסברים
דאס האב איך פשוט נישט פארשטאנען... סארי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 07:47 לינק ישיר 
ווער ליגט "מאחורי הגדר" פון וועמען?




אויפן הר הזיתים:





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בד"ה: הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה - משב"ק מרן הברך משה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext