בית פורומים כל העולם כולו

דער עונש פון א משב''ק מחוצף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2011 18:59 לינק ישיר 
דער עונש פון א משב''ק מחוצף

ר' יונה האלפערט ז''ל איז נפטר געווארן,
ווי קומט מען זאל לייגן אזא איד ווי ר' יונה?
א איד וואס איז געווען פון די גבאים און פון די נאנסטע
מענטשן פון הייליגן ברך משה זי''ע,
זיכער גאנץ נאנט צום אוהל רבותינו זי''ע,
דארט לעבן ר' יוסף אשכנזי ז''ל, ר' לייבוש לעפקאוויטש
און ר' סענדער דייטש זכרונם לברכה,
די גבאים האבן מאז ומקדם געהאט די פריווילעגיע
צו ליגן סמוך ונראה צום ציון פון די רבי'ס,
אבער אזוי ווי דער ר' יונה האט זיך צו געשטעלט
לעדת קורח, צו די באנדע מחוצפים, ער איז געווען
א שותף צו די עזי פנים וואס האבן אזוי ביטערלעך
מבזה געווען דעם ברך משה, האט ער תיכף באקומען זיין עונש
מען האט עהם מטמין געווען מאחורי הגדר און די חלקת
המחוצפים, און יעדער זעהט בחוש, אית דין ואית דיין.
ער האט געהאט די זכי' מחדש ומקדש זיין די נייע סעקשאן
פון די חלקת המחוצפים, ווי אלע וואס האבן זיך אזוי ביטערלעך
מתחצף געווען, וועלן האבן די זכי' צו ליגן לאחר מלאת ימיהם,
דארט מאחורי הגדר ווי מחוצפים באלאנגען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2011 18:25 לינק ישיר 

רעב יענקל, דו פארמאגסט איינשטיינס קאפ, 1+1 = ?????


rebyankel כתב:
דער אשכול האט געטוהן דאס זייניגע

 כ'גלייב אז ר' חיים אביגדור'ס קינדער האבען אים דארט געלייגט מרצונם,




פרעג איך אייך, האט נישט דער אשכול אויפגעטון? נישט נאר וואס די זאליס האלטן נישט אז עס איז עפעס א שטראף, נאר זיי לייגן ווייטער דארט מרצונם הטוב, יענקל, ווי קען איך באקומען דיין קאלקולעטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2011 04:55 לינק ישיר 

דער אשכול האט געטוהן דאס זייניגע יענקעלע'ס טרוקענע פאקטן האט געמאכט די זשיגאןס טאנצען, זיי באווארענן זיך אויף ר' חיים אביגדור קאהן ע''ה וועלכע איז אוועק דעם שב''ק אין ער וועט ענדיגן משלים זיין א מזומן פין 'אלטע' יודן וואס ליגן אין פאללאק מאחורי הגדר, כ'גלייב אז ר' חיים אביגדור'ס קינדער האבען אים דארט געלייגט מרצונם, נאכדעם וואס זיי האבען באצאלט פאריאר א שיינע פרייז פאר א חלקה,בביה''ח דקהלתינו אבער זשיגאן האט פערזענליך ג'שתדל'ט ביי זיינע קינדער וועלכע זענען זאליס מ'זאל אים לייגן ביי פאללאק, דאס הייסט באצאלט געלט אין צום סוף געדראפט מאחורי הגדר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 01:10 לינק ישיר 

לפענ''ד, וואלט די מנהל געדארפט טוישן די קעפל פין די אשכול, די אשכול איז א תוכן'דיגע שמועס אבער די תוכן אויף וואס די אשכול איז געבויט איז א עוון פלילי, נאכדערצו אז יענקעלע11 האלט עס אין איין דערמאנען, ווייל רעדן אויף א בר מינן איז זייער הארב נישט קיין חילוק וואס זיי חטא איז געווען, כ'מיין מ'זאל נישט מער בארירן דעם נפטר ותנצב''ה, האלט אייך צו די שמועס  איבער די חילוק פין די נייע בית החיים פין קהילות מהרז''ל, וקבל את האמת ממי שאמרו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:45 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,

און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי,

בארוהיג דיך ליבער סקאט, אפילו א בלינדער זעט קלאר דעם עונש,
איינער פון די נאנסטע מענטשן פון ברך משה, איינער וואס מען וואלט
געלייגט סמוך ונראה צום ברך משה, האט מען אוועק געשיבט הרחק
מאחורי הגדר פונעם אוהל, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם,
דער הייליגער ברך משה האט נישט געוואלט האבן במחיצתו אזא איינעם
וואס האט עהם אזוי ביטערלעך מבזה געווען, , און ניין איך ווייס נישט יעדער
עונש פארוואס דאס קומט, איך ווייס נישט פארוואס דער הייליגער דברי יואל
זי''ע האט פארלוירן די דריי טעכטער בחיים חיותו, איך ווייס נישט פארוואס דער
הייליגער דברי יואל זי''ע האט באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיט פארלירן
די הויזן אין די שטאט סאטמאר מיט פארלירן זיין בית המדרש און מוסדות,
דער הייליגער באשעפער פירט זיך זיין וועלטל און נסתרים דרכי השם, מיר
ווייסן נישט און פארשטייען נישט אלעס, אבער ווען מען זעט עפעס בחוש,
איז דאס א גרויסער חיזוק אין דעם גרויסן הסתרת פנים, און יעדער זעט אז יש
דין ויש דיין. ס'איז נישט קיין הפקר וועלט.און פראבירן צו בארעכטיגן די מעשים
פון דעם נפטר איז בכלל נישט קיין טובה פאר די נשמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:31 לינק ישיר 

theחדשות

כ'ווייס נישט ווי די זאליס שעמען זיך נישט צו שרייען גניבה אויפן ביה''ח
עס דערמאנט ווי זיי האבען געשריבן אויף אייןס פין פאללאק קאמפיין ליטעראר אז מ'זאל קומען ענדרש ליגען אין פאללאק בחינם
ווייל די אריגענעלע ביה''ח איז אין ערכעות - א סלאגאן וואס איז בשעתו געווען א סעמפל פין היפקאראטיע ווייל ווען נישט הרב זלמן לייב ט''ב דער אדמו''ר פין פאללאקס ביה''ח וואלט דאך די גאנצע קעיס אין ערכעות נישט געווען

לענינינו
ווי שעמען זיי זיך נישט צו שרייען גניבה
כ''ז וואס קהל ווארט שוין איבער 10 יאר זיי זאלען שוין ענטפרן אויף די הזמנות אין זיך שטעלן צו די''ת
אפי' יעצט ווען זיי האבען מיעס פארלוירן אין ערכעות איז קהל נאך אלס מוכן ומזומן זיך צו שטעלן צו די''ת אויף די ביה''ח
מ'דארף זיין א געוואלדיגע היפאקריט צו קענען שרייען גניבה
ביי די זאליס איז היפאקראטיע פין די התליכי הקהילה

תוקן על ידי rebyankel ב- 13/01/2011 00:40:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:24 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,

און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי,


איך האב נישט געזאגט עונש, אין פארוואס
כ'האב ס''ה געבויט אויף דיין תגובה אז יונה האט געהאט מסירת נפש א' חי שרה טראץ וואס ער האט געוויסט אז מ'וועט אים לייגען מאחורי הגדר
שטומט פשוט נישט מיטן מציאות וק''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:22 לינק ישיר 

outspoken

כ'זעהנאכנישט וואס די זעהסט פין די תשובה
כ'קען מיך נישט אויסרעכנען וואס די וועסט אריינטייטשן אין רבין'ס ווערטער
אבער דאס איז אמאל זיכער אז די לעצטע 30 יאר אפגעזעהן ווער ס'איז געווען ראה''ק אדער רבי האט יעדע סאטמארע יוד געוואלט ליגען אין קרית יואל אפי' ס'געווען א אוהל
אין נאך היינט צו טאגס ווילן כמעט אלע וואס רופן זיך סאטמארע אריינגערעכנט זאליס ליגען אין ביה''ח במחיצות רביה''ק

אין די איינציגסטע קהילה וואס מאכען פאבליק רילעישאן'ס אין מארקעטינג מ'זאל קומען ליגען אין זייער בית החיים איז די חסידות וואס איז תחת נשיאות ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס גייט האבען א 'אוהל' אין פאללאקס לאט אי''ה
אין דארט לויפט מען גאר ארום אן קיין שום בושה צו אלטע אידן אין אידענעס אדער צו משפחות בשעה שמיתו מוטל לפניהם
זעהט אויס אז רוב עולם זעהט נישט אין רבין'ס תשובה וואס די ווילסט מ'זאל זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:17 לינק ישיר 

שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,

און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:16 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערקן א וויכטיגע פוינט וואס וועט אפווענדן ענקער (פאללאק פענס) לעצטע תגובות
די אלע ארבעט אויף וואס יענקעלע באשילדיגט יונה האלפערט ע''ה איז געטוהן געווארען בשעת ס'נישט געווען א רעדע פין אויב אין ווי מ'זאל לייגן אין בית החיים
 דעמאלטס האבען נאך די חברה קדישא אנגענומען טייל מאל די רעקעמאנדאציע פין עזריאל גליק ווי מ'האט טאקע געלייגט ליידער עטליכע עליונים למעלה ותחתונים למטה פאר א שטיק צייט
אין יענע צייט ווען די זאליס האבען נאך טעראזירט ר' בערל פרידמאן - ראה''ק בשעה שמתו מוטל לפניו אפי' ער האט געהאט א געקויפטע חלקה, אדער משפחת האפמאן מיטן סטראשען בשם די פורים בי''ד אז מ'גייט ציברעכן די מציבה אויב מ'קומט נישט נאך זייערע פארלאנגען, אא''וו

ווען די געשלעג איבער די בית החיים האט זיך אנגעהויבן אין שוין יונה נישט געווען אויף די מאפע, מ'האט שוין פין אים נישט געהערט,
סוי די גאנצע בנין וואס די בויסט אויף אז חי' שרה האט יונה געהאט מסירות נפש איז מופרך מעיקרה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:08 לינק ישיר 

רוח הקודש הופיע בבית מדרשו  ס'איז קיין שום ענין צו ליגען אין א ביה''ח מיט א צדיק אויב מ'ליגט מאחורי האוהל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:04 לינק ישיר 

apnews כתב:
די מנהל קען אראפנעמן די אשכול אבער יענקל11 פארמאך דיין שמוציג פיסק, ווער ביסטו? מיינסט אז מען האט שוין פארגעסן די בילד וואס די האסט אמאל דא בטעות ארויפגעלייגט,
(סארי פארן דערמאנען אבער אויב איינער רעדט אזוי אויף א שוכן עפר קען איך מיר נישט איינהאלטן)

 
קול דמי הברך משה צועקים, מיר חסידים פון ברך משה וועלן נישט
פארווישן דאס בלוט געצאפעכטס וואס די שטוב מענטשן האבן עהם
גורם געווען, קען זיין כגובה ארזים גבהו, וועלן מיר עהם נישט מוחל
זיין, און וויאזוי איר זאלט נאר נישט לערנען קיין פשט, שעפן מיר נחת
אז די מחוצפים ווערן פאריאגט דארט אינטערן פלויט ווי מחוצפים
באלאנגען, און דיינע נארישע תגובות וועגן שמוציגע בילדער נוסח
יוסל תשעים וועט נישט טוישן דעם מציאות,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:01 לינק ישיר 

דאס איז וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע פארום. איך מיין עס איז כדאי דא עס נאכצוברענגען


ברךמשהחסיד כתב:
עס איז בכלל נישט קיין "כבוד" אפילו נישט קיין כבוד המדומה צו ליגן אין א חלקה בגזילה, און ס'איז בכלל נישט קיין טובה פאר א נפטר
. גזילה פון וועם? ווער האט דאס געהאט אז מ'האט דאס גע'גזל'ט? עס האט אייביג געהערט פאר די ראשי הקהילה חסידי ותלמידי רבינו בעל ברך משה, און עס איז ווייטער געבליבן. חסידי ברך משה האבן אייביג געהאט איינס און די בני יואל האבן אייביג געהאט איינס, דו ביסט א ברך משה חסיד קיינמאל נישט געווען, אפשר ביסטו געקומען צו אים פון תשנ"ט זיך צו פרייען בצרתו, אבער מיט א קוויטל נישט, און קום מיר נישט איינרעדן קיין שטותים.

די בית החיים האט אייביג געהערט צו זיינע חסידים און עס איז דארט געבליבן, אונז לערנען פון די ברך משה זייער אסאך, מיין רבי רעדט פון דעם אגאנצן צייט, מיין רבי האט געהאלפן זיין יענקי ברודער צו מאכן געלט אויף די ברך משה חשבון אפילו נאך די מחלוקה. מיין רבי ארבעט ארויסצוגעבן נאך ספרים פון זיין טאטע,מיין רבי געט בנינים נאך זיין טאטע, (משא"כ בנין יאקאבוויטש אין קווינס והדברים ידועים) מיין רבי'נס חסידים געבן ארויס די משה היה רועה, מיין רבי'נס חסידים לערנען און צינדן כסדר ליכט לטובת נשמתו, און מיין רבינ'ס חסידים לערנען ברך משה און נישט נאר מאכן געלט אויף דעם.

אלזא עס איז אייביג געווען צווי בתי חיים, איינס פאר חסידיו און איינס פאר מתנגדיו. סאו וכאן הבן שואל, פון וועם האבן דיר דאס צוגענומען? יא! מיר האבן נישט געלאזט אז אויך דאס זאלן זיינע מתנגדים צונעמען.
די נייע חלקה איז זייער א חשוב'ע חלקה, און פונקט ווי דער המנוחות, און דער הר הזתים אין ירושלים, עפנט מען שטענדיג נייע חלקות, ווי מען לייגט פרישע נפטרים ב"מ, פונקט אזוי אין קרית יואל האט מען געעפנט ניי חלקות, ווי מען לייגט ערליכע אידן אנשים חשובים, בלי שום שאלות של גניבה וגזילה, און ס'איז זייער א חשוב פלאץ.

וואס דאס פארגלייך? דארט עפענט מען ווייל עס איז ליידער נישט דא קיין פלאץ, אויב דו וועסט פארקויפן א חלקה נעבן די הייליגע בעלזא רב זי"ע פאר א בעלזא, מחנובקא חסיד, וועט ער עס אפקויפן בכל הון דעלמא, זיי מאכן נישט אוועק דאס אלטע פלאץ.
לגבי הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער משב"ק, וואס אויף דעם שרייבן די אהרונים אז העטעך פעטעך מען וואלט אים געלייגט נעבן ר' סענדער דייטש, אויף דעם וואלט מען אפשר געקענט זאגן כבוד המדומה.
אינטערעסאנט אז פאר די כבוד המדומה איז געווען צענדליגע דיני תורה אינדערהיים וועגן חלקות, און סיגוט אליינס איז געווען א געטיעכטס ווי צו לייגן ר' משה ארי' ביז מ'האט געבויעט אן אוהל דערנעבן. ליגן אין די חלקת הרבנים און נישט מאוחרי הגדר איז שוין געווען אין די גמרא'ס צייטן אז די גמרא גערציילט אז מ'האט געלייגט איינע פון די אמוראים מאוחרי הגדר אנשטאט א מסור, צוליב דעם וואס מ'האט אויפגעשטוישט די ביידע מיטות. האט די אמורא געקומען צו זיין תלמיד אין חלום און פארציילט אז ער איז נענש געווארן צוליב דעם וואס ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם, און דאס איז געווען זיין עונש, משא"כ די אנדערע מסור האט אמאל געדארפט צו האבן א סעודה פאר'ן קייזער און די קייזער איז נישט אנגעקומען האט ער געטיילט די סעודה פאר ארעמעלייט און דאס איז געווען זיין שכר. עס איז געווען אן "עונש" צו ליגן נישט אין די חלקת הרבנים, און עס איז געווען א "שכר" צו ליגן יא אין די חלקת הרבנים.

די זעלבע איז ר' יונה, ער האט באקומען אן עונש נישט צו ליגן נעבן די רבנים ווייל ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט געשוויגן, אפילו ער איז געווען א תלמיד חכם און אן ערליכן איד.

במילא פארדריי נישט א קאפ מיט כבוד המדומה. ווייל אויב יא
וואל
ט ער ווען געקענט ענטפערן גראד כבוד המדומה און נישט וועגן ער האט געזעהן ווי אזוי מ'איז מבזה א תלמיד חכם


אבער ווי יעדער ערנסטער מענטש פארשטייט איז סתם שטותים צו מעסטן די זאכן לויט כיבודים, און ווער זאגט איז ס'איז נישט חשוב'ער צו ליגן נעבן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש ע"ה. קענען מיר דען שאצן ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער?

איין זאך איז זיכער אז ווער ס'איז עוסק בתורה וביראה אזוי ווי ר' יונה, אזא איינער איז אסאך חשוב'ער ווי איינער וואס רעדט זיך איין אז ער וועט ליגן נעבן דעם אדער יענעם, וואס די זאכן העלפן גאנץ ווייניג.

און נישט ליגן און גע'גנב'טע קרקע האט אויך א ספעציעל חשיבות.



און וועגן וואס דו האסט געשריבן אז איינצעלע יחידים. דאס איז נישט קיין איינצעלע יחידים, דאס דארף זיין דיין רבי און מורה דרך, די וועלכע האבן אינטערגעשריבן אז מ'זאל באגראבן אין פאלאקס לאט, די אינטערשרייבער אליינס האלטן נישט איין זייער ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 23:58 לינק ישיר 

סקאט, מיינסט צו זאגן אז ר' יונה האט מקבל געווען באהבה זיין עונש,
מעגליך!, אצינד זעה אז די איבעריגע מחוצפים און עזות פנימער זאלן
אויך מקבל זיין באהבה זייער עונש און זאפארט ארויס פון קארט וואס
איז א חילול השם איום ונורא, און די מצוה רבה פון מקבל זיין באהבה
איז א מצוה הבאה בעבירה מיט הרמת יד בתורת משה,

אגב, אין מיין בוק איז דאס נישט קיין שום קבלת העונש באהבה, נאר
ר...... אפילו בפתחן של גיהנום אינם חוזרין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 23:43 לינק ישיר 

די מנהל קען אראפנעמן די אשכול אבער יענקל11 פארמאך דיין שמוציג פיסק, ווער ביסטו? מיינסט אז מען האט שוין פארגעסן די בילד וואס די האסט אמאל דא בטעות ארויפגעלייגט,
(סארי פארן דערמאנען אבער אויב איינער רעדט אזוי אויף א שוכן עפר קען איך מיר נישט איינהאלטן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2011 23:32 לינק ישיר 

סקאטמאלען

יש''כ פאר גוט ארויסברענגען מיין פוינט,  ר' יונה איז געווען אן ערליכע ער האט געטון בחיו וואס ער האט פארשטאנען אז עס איז על פי תורה, נישט קענען פארדעם ליגען אין ביה''ח הישן איז אים די גרעסטע כבוד, ס'וויזט אויף זיין מידת האמת וואס ער האט געלערענט פון זיין רבין די ברך משה ז''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער עונש פון א משב''ק מחוצף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext