|
|
| נשלח ב-13/1/2011 00:24 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,
און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי, |
|
איך האב נישט געזאגט עונש, אין פארוואס
כ'האב ס''ה געבויט אויף דיין תגובה אז יונה האט געהאט מסירת נפש א' חי שרה טראץ וואס ער האט געוויסט אז מ'וועט אים לייגען מאחורי הגדר
שטומט פשוט נישט מיטן מציאות וק''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2011 00:31 |
|
| |
theחדשות
כ'ווייס נישט ווי די זאליס שעמען זיך נישט צו שרייען גניבה אויפן ביה''ח
עס דערמאנט ווי זיי האבען געשריבן אויף אייןס פין פאללאק קאמפיין ליטעראר אז מ'זאל קומען ענדרש ליגען אין פאללאק בחינם
ווייל די אריגענעלע ביה''ח איז אין ערכעות - א סלאגאן וואס איז בשעתו געווען א סעמפל פין היפקאראטיע ווייל ווען נישט הרב זלמן לייב ט''ב דער אדמו''ר פין פאללאקס ביה''ח וואלט דאך די גאנצע קעיס אין ערכעות נישט געווען
לענינינו
ווי שעמען זיי זיך נישט צו שרייען גניבה
כ''ז וואס קהל ווארט שוין איבער 10 יאר זיי זאלען שוין ענטפרן אויף די הזמנות אין זיך שטעלן צו די''ת
אפי' יעצט ווען זיי האבען מיעס פארלוירן אין ערכעות איז קהל נאך אלס מוכן ומזומן זיך צו שטעלן צו די''ת אויף די ביה''ח
מ'דארף זיין א געוואלדיגע היפאקריט צו קענען שרייען גניבה
ביי די זאליס איז היפאקראטיע פין די התליכי הקהילה
תוקן על ידי rebyankel ב- 13/01/2011 00:40:31
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2011 00:45 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,
און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי, |
|
בארוהיג דיך ליבער סקאט, אפילו א בלינדער זעט קלאר דעם עונש,
איינער פון די נאנסטע מענטשן פון ברך משה, איינער וואס מען וואלט
געלייגט סמוך ונראה צום ברך משה, האט מען אוועק געשיבט הרחק
מאחורי הגדר פונעם אוהל, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם,
דער הייליגער ברך משה האט נישט געוואלט האבן במחיצתו אזא איינעם
וואס האט עהם אזוי ביטערלעך מבזה געווען, , און ניין איך ווייס נישט יעדער
עונש פארוואס דאס קומט, איך ווייס נישט פארוואס דער הייליגער דברי יואל
זי''ע האט פארלוירן די דריי טעכטער בחיים חיותו, איך ווייס נישט פארוואס דער
הייליגער דברי יואל זי''ע האט באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיט פארלירן
די הויזן אין די שטאט סאטמאר מיט פארלירן זיין בית המדרש און מוסדות,
דער הייליגער באשעפער פירט זיך זיין וועלטל און נסתרים דרכי השם, מיר
ווייסן נישט און פארשטייען נישט אלעס, אבער ווען מען זעט עפעס בחוש,
איז דאס א גרויסער חיזוק אין דעם גרויסן הסתרת פנים, און יעדער זעט אז יש
דין ויש דיין. ס'איז נישט קיין הפקר וועלט.און פראבירן צו בארעכטיגן די מעשים
פון דעם נפטר איז בכלל נישט קיין טובה פאר די נשמה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2011 01:10 |
|
| |
לפענ''ד, וואלט די מנהל געדארפט טוישן די קעפל פין די אשכול, די אשכול איז א תוכן'דיגע שמועס אבער די תוכן אויף וואס די אשכול איז געבויט איז א עוון פלילי, נאכדערצו אז יענקעלע11 האלט עס אין איין דערמאנען, ווייל רעדן אויף א בר מינן איז זייער הארב נישט קיין חילוק וואס זיי חטא איז געווען, כ'מיין מ'זאל נישט מער בארירן דעם נפטר ותנצב''ה, האלט אייך צו די שמועס איבער די חילוק פין די נייע בית החיים פין קהילות מהרז''ל, וקבל את האמת ממי שאמרו
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 04:55 |
|
| |
דער אשכול האט געטוהן דאס זייניגע יענקעלע'ס טרוקענע פאקטן האט געמאכט די זשיגאןס טאנצען, זיי באווארענן זיך אויף ר' חיים אביגדור קאהן ע''ה וועלכע איז אוועק דעם שב''ק אין ער וועט ענדיגן משלים זיין א מזומן פין 'אלטע' יודן וואס ליגן אין פאללאק מאחורי הגדר,
כ'גלייב אז ר' חיים אביגדור'ס קינדער האבען אים דארט געלייגט מרצונם,
נאכדעם וואס זיי האבען באצאלט פאריאר א שיינע פרייז פאר א חלקה,בביה''ח דקהלתינו אבער זשיגאן האט פערזענליך ג'שתדל'ט ביי זיינע קינדער וועלכע זענען זאליס מ'זאל אים לייגן ביי פאללאק, דאס הייסט באצאלט געלט אין צום סוף געדראפט מאחורי הגדר,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 18:25 |
|
| |
רעב יענקל, דו פארמאגסט איינשטיינס קאפ, 1+1 = ?????
| rebyankel כתב: |  | דער אשכול האט געטוהן דאס זייניגע
כ'גלייב אז ר' חיים אביגדור'ס קינדער האבען אים דארט געלייגט מרצונם, |
|
פרעג איך אייך, האט נישט דער אשכול אויפגעטון? נישט נאר וואס די זאליס האלטן נישט אז עס איז עפעס א שטראף, נאר זיי לייגן ווייטער דארט מרצונם הטוב, יענקל, ווי קען איך באקומען דיין קאלקולעטער?
|
|
|
|
|