| נשלח ב-9/1/2011 18:28 |
|
| |
מעשה מהגה"צ בעל קדושת יו"ט זצוק"ל בנוגע ביה"ח חדש
איך האב געהערט די מעשה פינעם קדושת יו"ט וואס עס איז פארגעגאנגען ביי די לויה פון זיין טאטען הגה"צ מאוהל זצוק"ל עס איז מיר א חידוש אז מען האט נאך נישט ברייט באשריבען די מעשה, איך וועל עס אראפשרייבען בערך ווי אזוי איך געדענק עס, און אדרבה זאלן די היסטאריקער דא קומען און מיר אויסבעסערן אויב איך האב געמאכט א טעות, אדער אויב איך האב עפעס פארפעלט,
ווען דער קדושת יו"ט פאטער איז נפטר געווארן, האט קודם גענימען צוויי טעג ביז דער קדושת יו"ט איז אנגעקומען צי די לויה
דעמלאטס איז איז דער בית החיים געווען צוטיילט, די נעלאגן האבן געהאט בחזקה די אלטע בית החיים, און די ערליכע אידן האב זיך גע'ענפענט א אייגענע בית החיים, ווען דער קדושת יו"ט איז אנגעקימען, שוין נאך צוויי טעג נישט לייעגען קיין תפילין זייענדיג א אונן, האט ער זיך געבעטן ביי די נעלאגן וואס זיי האבן געהאט די אלטע ביה"ח, אז זיי זאלן לאזן באגרבן זיין טאטען זצוק"ל אינאיינעם מיט זיינע עלטערן און זיידעס אינעם אלטען ביה"ח, זיי האבן אבער מיט זייער וויסטע שנאה בשו"א נישט געלאזט, האט ער זיך געבעטן ביי זיי אז ער האט שוין אפאר טעג נישט געלייגט קיין תפילין, און זיי אים לאזן באגראבן אינעם אלטן ביה"ח במקום אבותיו, זיי האבן אבער בשון אופן נישט געוואלט, בצר לו, זענענדיג אז דא וועט ער נישט קענענן ליגעם במקום אביתיו, האט ער מוותר געעון געווען אויף נאך א טאג תפילין לייגען און מען איז געפארן קיין סיגעט, לייגן דארט ביי די עלטערן, באטש אז און אוהל איז געווען א ערליכע ביה"ח, דאך האט דער קדושת יו"ט פארשטאנען, אז ליגען במקום אביתיו, איז ווערט אויפצוהאלטן די קבורה מיט נאך א טאג, עס איז ווערט צו פארפאסן א טאג תפילין לייגען!, און עס איז ווערט צי ליגען ביי די נ-ע-ל-א-ג-ע-ן און ביה"ח, אבי אז מען ליגט מיט די עלטערן!!!!!!
כך שמעתי, אויב איינער ווייסט די מעשה אנדערש, אויב איך האב געמאכט טעותים, קען מען עס פארעכטן
אדרבה איך בין זיכער אז , וואלןסח, אדער יענקעלע11 אדער אנדערע וועלן וויסען מער פרטים
איך הער אז די מעשה איז אויך באשריבען און די תולדות
וואס זעט פון די מעשה??
אז ליגען מיט די עלטערן איז ווערט אפילו צי ליגען מיט די נעלאגן!
עס איז ווערט אויפציהאלטן די קבורה מיט נאך א טאג!
עס איז מער ווערט ווי א קינדס תפילין לייגען!
ווי אנדערש האלטן מיר היינט!!!
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 09/01/2011 18:40:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 00:41 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 21:41 |
|
| |
סארי, אזוי האט דער ברך משה דערציילט, און כידוע איז ער געווען א מורא'דיגער דייקן אין מעשיות, ס'איז געווען געדריקט אין קול התאחדותינו פרשת שמות.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 21:03 |
|
| |
געטראפן אן אנדערע ווערסיע אויף אידישע וועלט:
"ווען ר' משה יוסף איז נסתלק געווארן האט מען איהם לכתחלה געוואלט לייגן אין איהעל און די נייע ארטאדאקסישער ביה"ח, (אינעם אלטן ביה"ח ווי דער ישמח משה ליגט, איז נישט געווען קיין רעדע, ווייל דאס האט ליידער באלאנגט פאר די נעאלאגן) אבער די פארוואלטער וואס זענען געווען די מתנגדישע קהלה פון רב לעוו, האבן בשום א"א נישט געהאלטן צוטיילן א מקום מכובד לפי רצונו ורוחו הקדושת יו"ט, מ'זאל קענען אויפשטעלן אן אוהל וכדומה, און מ'האט זיך ארומגעקריגט מיט זיי קרוב צו 48 שעה, מ'פארציילט אז דער עצי חיים וואס איז דערמאלטס געווען א יונגער בחור, אדער א גאר יונגערמאן, האט געזאגט פארן טאטן אז ער האט געחלומט די נאכט ווי מ'פירט דעם איהעלער פעטער קיין סיגעט, האט מען אויפגעגעבן און מ'האט אריבערגעברענגט קיין סיגעט, ושם מנו"כ."
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 20:26 |
|
| |
איך גיי מיך נישט שפארן מיט דיין "לידיעתי", אבער דער ברך משה האט דאס אזוי דערציילט, אז דער קדושת יום טוב האט דאס געחלום'ט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 20:16 |
|
| |
יענקלע נאך א טעות, דער חלום לידיעתי האט געהאט דער עצי חיים נישט דער קדושת יו"ט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 19:37 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | יויוש האסטו דא געמאכט א קוגעל פון דיין שרייבן קוקט אויס אז דו וייסט ניטאמאל ווער דער קדושת יו"ט פאטער איז געווען
|
|
ידעתי וגם ידעתי
כ'האב געהערט אז "עפעס" א מעשה איז געווען,
כהאב געוויסט אז עס קען נישט זיין מיטן ייטב לב, ווייל אויב יא, וואלט עס קינד און קייט געוויסט
כ'האב דאך אבער פארט געהערט אז עס איז געווען מיטן קדושת יו"ט ווער איז געזיצען שבעה,
דערפאר האב איך "דריי" מאל געשריבען אז מען זאל פארעכטן מיינע טעותים!!!
כ'האב פשוט געהאט חשק אז די מעשה זאל נתפרסם ווערן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 19:27 |
|
| |
יא
אקוראט דאס איז די מעשה
איך האב געדענקט א מעשה פון ר' משה יוסף אז ס'איז געווען אויפגעהאלטן די קבורה און די זעלבע מיט די תפילין און די חלום, אבער איך האב נישט געדענקט די חלק פון די נעלאגען
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 19:24 |
|
| |
דאס איז געווען ביי די פטירה פון דעם קדושת יום טוב'ס ברודער הרה''ק רבי משה יוסף זי''ע, וואס איז נפטר געווארן אין בעקעש-טשאבע און מען האט עהם געברענגט קיין אוהעל עהם מטמין זיין עם אבותיו אינעם אוהל פון הייליגן ישמח משה זי''ע, אבער די בעלות אויפן בית החיים איז געווען ביד השטאטעס-קווא, און זיי האבן זיך אויסגענומען א תנאי אז זיי לאזן מען זאל עהם לייגן אין אוהל נאר אויב די טיילונג וועט נישט חל זיין אויפן בית החיים, ס'האט זיך דארט געטוהן, טיל רבנים האבן געהאלטן אז מען זאל זיי נאכגעבן דעם תנאי און טייל רבנים האבן געשריגן אז מען טאר זיי בשום אופן דאס נאכגעבן, (דער קדושת יום טוב איז נאך נישט דארט געווען) ביז דער הייליגער ערוגת הבושם האט מכריע געווען און געזאגט אז מען טאר זיי דאס נישט נאכגעבן, נאר מען זאל תיכף מקדש זיין א נייעם בית החיים, און דארט לייגן רבי משה יוסף,
יענע נאכט האט דער קדושת יום טוב געחלום'ט אז דער טאטע דער הייליגער ייטב לב פרעגט עהם פארוואס מען ברענגט נישט רבי משה יוסף קיין סיגוט ליגן לעבן עהם, האט ער גענטפערט אז דארט אין אוהל איז שוין נישטא קיין פלאץ, האט ער עהם גענטפערט אז ס'איז נאך דא איין פלאץ, ויקץ והנה חלום, האט ער געשיקט דעם עצי חיים קיקן אויב עס איז טאקע נאך דא איין פלאץ, און ער האט טאקע געטראפן אז איין פלאץ איז נאך דא, האט דער קדושת יום טוב געשיקט א טעלעגראם קיין אוהעל אז מען זאל עהם ברענגען קיין סיגוט, וכך הוה. דער קדושת יום טוב האט געזאגט אז ער האט דעמטאלטס נישט געלייגט קיין תפילין דריי טאג אלץ אונן, און טאקע מהאי טעמא האט מען אין אוהעל נישט געקלערט פון צו טראגן קיין סיגוט מחמת ריחוק מקום, אבער נאכן טעלעגראם פון קדושת יום טוב האט מען טאקע אזוי געטוהן, זעהט אויס אז ושכבתי עם אבותי איז חשובער פון לייגן תפילין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2011 19:18 |
|
| |
יויוש האסטו דא געמאכט א קוגעל
פון דיין שרייבן קוקט אויס אז דו וייסט ניטאמאל ווער דער קדושת יו"ט פאטער איז געווען
איך מיין אז די מעשה וואס דו רעדסט איז געווען ביים כתב סופר
קען עס איינער דא וועריפייען
|
|
|
|
|