בית פורומים כל העולם כולו

קווינס יעשיווא איז משנה רח"ל... חתונה תקנות (!)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2011 19:12 לינק ישיר 
קווינס יעשיווא איז משנה רח"ל... חתונה תקנות (!)

עס לאזט זיך נישט גלייבן, אז די מנהלים פון די קווינס יעשיווא האבן די וואך געמאכט א שרעקליכע שינוי פון רעבעזיכרוינע לעבראווכע, און האבן ארויסגעגעבן א נייע תקנה (לייען שינוי)

קיין שום בחור טאר נישט טאנצן ביי קיין חתונות שפעטער ווי 11:30.
ווייל אזוי וועט מען נישט קענען כאפן קיין פיקטשערס פון די צאן קדשים וואו זיי שטייען ביי די היטש פלעצער צו פארן קיין קווינס ישיבה 2:00 נאכמיטאג יעדן טאג נאך א חתונה.

עס איז געווארן א גרויסער צארן אין די יושנה פלעצער. היתכן מ'איז משנה פון רעבעזעכרוינע לעברוואכע, געוואלד און געשריגן. דע רעבעזעכרוינע לעבראווכע האט דאך בדם לבבו געוואלט אז "מ'זאל לאזן פרייהייט" און די בחורים זאלן גיין צו אלע חתונות אומגעשטערט און בלייבן דארט ביז צום סוף.

ווידעראום האבן אנדערע יושנה עלמענטן אויפגעהויבן א שרעקליכע קול מחאה, היתכן מ'הייסט אהיימגיין 11:30. ס'וועט דאך רח"ל אויסקוקן ווי מ'מאכט "נאך" די חתונה תקנות... און מ'שטעלט א זייגער ווען מ'דארף ענדיגן טאנצן. און שוין ווייטער וועט מען אויסקוקן ווי עכטע "קאפי-קעטס".

מ'האט געסטראשעט די בחורים אז ווער עס טאנצן יעדע נאכט שפעטער פון 11:30, וועט מען איםן נישט צושטעלן קיין באס 2:00 אזייגער. נאר וועט מוזן נעמען די 4 נאכמיטאג באס. (בערך דעמאלטס וועט דער לאקאלער שטייט אויף פונעם שינת צהרים).



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2011 08:47 לינק ישיר 

איך האב דאס באקומען במיילא קען איך נישט געבען מער אבער עס אז א דבר ידוע לכל אז זיי גייען נישט אהיים 11:30
די חידוש איז אז אפי' ווען זייער פויבסט זיצט דארט גייען זיי אויך נישט  !!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2011 20:34 לינק ישיר 

מלך מלכים

איך האב דיר שוין נעכטן געבעטן זאלסט אכטוג געבן וואס די רעדסט

קיינער האט נישט געזאגט אז מען זעהט דא בחורים

מען זעהט נאר סך הכל 12:10 נאך חצות ווי נפתלי זיצט ביי די חתונה אין קען גארינשט טוהן אהיימצושיקן די בחורים

סעיוו די בילד אין קוקט ביי פראפערטיס ווען די בילד איז גענומען וועסטו זעהן אז עס איז 12:10 זיך קענען איבערצייגן


אין דעיס אז די בחורים פייפן אריין די תקנה איז דא יעדע נאכט אסאך עדות

כאטשיג די תקנה איז נאך ניי האט עס נישט קיין שום תוקף

די באסעס אין מיטן טאג אין שוין צירוק אין קראפט יעדן טאג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2011 18:56 לינק ישיר 

נישט פראפערטיס ברענג מיר, ברענג א בילד ווי מען זעהט בחורים, נישט א בילד ווי מען זעהט דעם מנהל, די תקנה איז נישט געוועהן אויף מנהלים, סאיז אויף בחורים, סאררי טאמער האסטו נישט גוט פארשטאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2011 22:19 לינק ישיר 

איינער האט געהאלטן געהאלטן אז די תקנה גייט אנהאלטן לענגער ווי פין תענות אסתר ביז פורים
זאל ער נאר פראבירן צו אינפארסירן א תקנה אין זיין אייגענע ישיבה
ניטעמאל קען ער פועלן זיי זאלען קומען צו זיינע טישן
ס'איז לא איכפת ליה
אזש מ'מוז אויפשטעלן דעם מנהל דער פה מפיק מיט תחנונים אז מ'רייסט אים אראפ דעם קאפ
אין אלעס בלייבט ביים אלטען

אז די תקנה פין רביה''ק אז בחורים טארען בכלל נישט גיין צו חתונות אדער די דרך הלימוד פין חת''ס
אינטערסירט זיי נישט זאל זיי דאס יא אינטערסירן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2011 21:51 לינק ישיר 

קען מיר איינער זאגן ווי אזוי איך לייג עס ארויף אין מען זאל קענען זען די prpertys



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2011 21:49 לינק ישיר 


 
קוקט אויף propertys וועט איר זען ווען דאס איז געכאפט געווארן
איך האב דאס נעכטען באקומען פון א משתתף ביי די חתונה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2011 19:25 לינק ישיר 

די נייע תקנה האט אנגעהאלטן ניטעמאל ביז פורים קטן

די חתונות ציען זיך אריין ווייט ביז נאך חצות אין די ישיבה זעהט אויס אינדערפרי ווי אמאל

נעכטן איז געווען א חתונה אין מאנרא ווי נפתלי האט געמיזט זיך בייסן די נעגל נאך חצות ווען ער האט געזעהן ווי די בחורים פייפן אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2011 23:30 לינק ישיר 

די דזשיגאנער חסידים זענען עפעס געשטארבן.
זיי האבן פארלוירן ס'לשון.


מ'ווייסט דערווייל נישט, צי זיי האבן נישט ענטפער אויף די החזרת עטרה ליושנה?
צי זיי זענען פריטשמיליעט פאר'ן מאכן "חתונה תקנות" ווען מ'דארף ענדיגן טאנצן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 21:51 לינק ישיר 

א טיפיקעל סעמפל וואס פארא מסלפים זיי זענען
עס איז כו''ע מודה אז רביה''ק ז''ל איז געווען שטארק קעגן בחורים זאלען גיין צו חתונות
מיט דעם האט ער נישט קיין שום פראבלעם 
דער בריוו איז א אפיציעלע היתר צו גיין צו חתונות פאר בחורים
דאס איז די נייע נקודה פין רבין ז''ל

--------

וואס איז כדי צו באמערקן איז
אז ווען ער פירט איין א תקנה אין מתיבתא ברך משה איז ער עס מודיע פאר די עלטערן אין נאדעם האלט ער א דרשה, אפשר אזוי וועלן די בחורים פאלגען
ווער עס געדענקט וויאזוי מ'האט איינגעפריט די תקנה אין סאטמאר ישיבה גדולה אז בחורים זאלען גאנצליך נישט גיין צו חתונות האט מען נישט געדארפט ניצן קיין עלטערן מיט סטראשערייען


תוקן על ידי rebyankel ב- 11/01/2011 21:59:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2011 21:32 לינק ישיר 

די עיקר באהאלטן זיי

די שרעקליכע מכשולות ר"ל וואס קומען פאר ווען די בחורים געפונען זיך ביי די חתונות וד"ל

ווען די רבי ז"ל האט געמאכט א תקנה קעגן חתונות האט ער נישט אזוי ווייט אינזין געהאט די סדרי הישיבה ווי אנדערע זאכן וואס זענען פארגעקומען

און די יושנה ישיבה איז דער יצה"ר נאך נישט אנטלאפן

אבער אינגאנצן מבטל זיין קען מען דאך נישט ווייל ס'איז יהרג ואל יעבור

פרובירט מען צו מאכן גבולים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 19:51 לינק ישיר 
די בריוו וואס די יושנה יעשוויא שיקט פאר די עלטערן

קוקן אונטן ווי זיי שרייבן אז "זיי גייען חלילה נישט טשעפען מיט די רעבעזעכרוינע לעבראווכע, און זיי גייען חלילה נישט מבטל זיין די תקנה "פון מוזן גיין צו חתונות" ווי דער רעבעזעכרוינע לעבראווכע האט געוואלט.



רבותי, ווער זענען די מצה טאשן
און ווער זענען די פינאט באטער?





אזוי קוקט אויס א יעשיווא וואס אין שפיץ שטייט זשיגאן !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קווינס יעשיווא איז משנה רח"ל... חתונה תקנות (!)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext