בית פורומים אידישע געדאנק

געלעכטער: חתן פון קרית יואל, כלה פון בארא פארק, חתונה אין וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2011 20:56 לינק ישיר 
געלעכטער: חתן פון קרית יואל, כלה פון בארא פארק, חתונה אין וויליאמסבורג

לעצטענס האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מערן שמחות ביים עם הארץ אין שטוב ווי די פרעש, אלע געטרייע נכדי רבינו בעל ברך משה וואס האבן אונטערגעשריבן קעגן זייער זיידע אין קאורט, מאכן שמחות, און דער עקסטאז וועפט אויס, דער עולם ווערט קלענער, די בילדער זענען שוואכער א.א.וו.
 
דער עם הארץ האט אויסגעדרוקט זיין גרויס ווייטאג און באדויער צו דעם דאזיגן פאקט, ער טענה'ט אז דאס ברענגט אים ארויף די קאשמארע זכרונות אז ער איז פאקטיש נישט דער רשכבה"ג וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן גע'חלומ'ט אז ער גייט זיין, עס דערמאנט אים ווידער אז ער איז נישט דער איינציגסטער בעל הבית אויף דעם טיטל "אדמו"ר מסאטמאר", און דאס איז די סיבה פארוואס זיינע אייניקלעך'ס שמחות ווערן נישט דורכגעפירט מיט אזא פאמפע ווי עס ווערן דורכגעפירט די שמחות ביי זיין שוואגער דער סקווערער, אדער ביי זיין פעטער פון וויזניץ מאנסי.
 
דעריבער האט מען באשלאסן אז די יעצטיגע חתונה פון זיין אייניקל, גייט מען אריינברענגן קיין וויליאמסבורג - טראץ וואס דער חתן וואוינט אין קרית יואל, און די כלה וואוינט אין בארא פארק - און דורכדעם אויפפרישן דעם ציבור לבבות נשברות, וואו מ'וועט טאנצן מיט התלהבות אין א שול געבויעט אין א קורצע צייט אפשניט פון צוויי וואכן, וועלכער געפינט זיך ביים הייוועי וואס פירט קיין בארא פארק.
 
מיר וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר דעם עם הארץ, ער זאל זיך עלטערן אין פריידן, מאכן ווי מער שמחות אין בית המדרש הגדול אויף... הופפער סט.

תוקן על ידי דזשיגאן ב- 13/01/2011 20:58:31




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2011 03:38 לינק ישיר 

משהלע כתב:
וואס ביסטו אזוי דערביטערט ליבער סענעטאר?, דיין רבי וועט אויך אי''ה אנהייבן חתונה מאכן זיינע אייניקלעך, וועט איר קענען נעמען משה נידערמאן און אפשפארן דאפעלט אזויפיל גאסן ווי די אהרונים האבן אפגעשפארט, און אסאך מער טעג ווי די אהרונים, איר וועט קענען אפשפארן אלע גאסן פון פאר דעם באווארפן ביז נאך די שבע ברכות, סא, בארוהיג דיך,

 
דערביטערט? בכלל נישט. איך האב בלויז אויפגעפרישט ענקער זכרון ווען ענק האבן אזוי געשאלטן אויף פאפא.
 
איך בין גראדע זייער פרייליך ווען איך זע די גאסן אפגעשפארט ווייל עס דערמאנט מיר וואו פונקטליך ענקער דזשיגאן עם הארץ איז סטאנציאנירט היינט צוטאגס, און ניין, ער איז נישט אויף בעדפארד עוו. ער שפארט אפ ווייט עוו. ווייל זיין שוהל געפינט זיך ערגעץ אויף הופפער צווישן ווייט און קענט, סמוך ונראה צום בי. קיו. אי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2011 01:29 לינק ישיר 

משהלע אבער אונז האמיר נישט קיין שר הסבלנים והמוסרים וואס זאל עס ערלעדיגן פאר אונז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 23:33 לינק ישיר 

וואס ביסטו אזוי דערביטערט ליבער סענעטאר?, דיין רבי וועט אויך אי''ה אנהייבן חתונה מאכן זיינע אייניקלעך, וועט איר קענען נעמען משה נידערמאן און אפשפארן דאפעלט אזויפיל גאסן ווי די אהרונים האבן אפגעשפארט, און אסאך מער טעג ווי די אהרונים, איר וועט קענען אפשפארן אלע גאסן פון פאר דעם באווארפן ביז נאך די שבע ברכות, סא, בארוהיג דיך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 22:26 לינק ישיר 

קיין סיינס קענען זיי נעבעך נישט הענגען אין וויליאמסבורג, האבן זיי באשלאסן מען גייט אפשפארן די גאסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 21:48 לינק ישיר 

דענקט נאך איינער ביי די פאפא חתונה דעם ווינטער ווי די אהרונים האבן געשאלטן אז מ'האט אפגעשפארט די גאסן, ווייל מענצער און גאלדבערגער האבן דאס ערלעדיגט?
 
יעצט קומט פאר דאס זעלביגע ביי די בארא פארק'ע חתונה וואס קומט פאר אין הופפער היינט נאכט, לכבוד דעם וואס דער פאפא רבי פון קרית יואל וועט אריינקומען, זענען די גאסן אין וויליאמסבורג שוין אפגעשפארט, ווייל ארי' לייב גלאנץ מעג יא. הא לן והא להו.
 
אגב, אויב האט זיך איינער געווינדערט אינעם אמת'ן ציהל פון ברענגן די חתונה קיין וויליאמסבורג, אז דאס איז בלויז צו האבן א גרעסערן עולם, כאפט א בליק אויף די פראפעגאנדע - אפשפארן גאסן וואס קומט פאר, און די טעקסט מעסעדזשעס מיט בילדער וואס ווערן נאכאנאנד געשיקט וויאזוי דער שר המוסרים אריה לייב גלאנץ שפארט אפ גאסן.
 
SatmarText: Hachunes Chasana in WB: Rabbi Glanz advising Police as they prepare by the Chipa http://ow.ly/i/7muC PD towing cars http://ow.ly/i/7muN >
 
SatmarText: < City Sanitation Dept cremoving Snow & Ice by Chipa on Wythe Ave http://ow.ly/i/7muq and Chasina by Biem"d Hag' WB http://ow.ly/i/7mwP
 
WmsbgNews: Also closed Penn from Bedford, all streets surrounding Satmar Chider on Wythe Ave. Rabbi Glanz on Scene: http://twitpic.com/3ri2ky



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 21:37 לינק ישיר 



סטראבערי כתב:
איך זעה אז אויפן אהרונישן קאלענדער איז היינט ד' משפטים..........
אזוי איז געשטאנען אין גוט מארגען היינט ביי די אינוויטעישען צו די באראפארקע חתונה אין הופער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 21:28 לינק ישיר 

איך זעה אז אויפן אהרונישן קאלענדער איז היינט ד' משפטים..........
אזוי איז געשטאנען אין גוט מארגען היינט ביי די אינוויטעישען צו די באראפארקע חתונה אין הופער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/1/2011 21:17 לינק ישיר 
הודעה פון סקאט מאלען

היינט חתונה אין וומ"ב פון אייניקל פון סאטמארע רבי שליט"א - מהר"א

כידוע, איז חתונות ביי אייניקלעך פון סאטמארע רבי שליט"א שוין נישט קיין נייעס, קע"ה, 

נאטורליך איז שוין אזוי דארט אז חסידי ר' אהרן קומען שוין נישט צו אלע חתונות, אזא גאטונג ווי אין וויזניץ, אדער סקווירא, ווי נאר די חסידים וואס וואוינען אינעם שטאט פונעם שמחה קומען געווענליך צו די חתונות, 

איצטערט מאכט חתונה זיין איידעם, דער וואלאווער זוהן, 

די חתונה גייט זיין אין וויליאמסבורג, אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אויף הופער סט, די חסידים פון שטאט וועלן דאסמאל האבן די זכי' זיך צו באטייליגן 

ווארשיינליך צוליב פראקטישע סיבות איז עס אין וומ"ב, ווי עס איז מעשים בכל יום אז מחותנים פון פרעמדע שטעט, מאכן חתונות אין זאלן פון פרעמדע שטעט, מסתמא, ווייל וומ"ב וואוינען דאס מערסטע סאטמארע חסידים און זיי האבן א גרויס ביהמ"ד, און די כלה וואוינט דאך אין ברוקלין, (נאר השערות), 

די חופה גייט זיין אין פארנט פון די סאטמארע ת"ת אויף ווייט עוועניו, זייער א פראקטיש פלאץ, ווייל ס'סיי נונט צו די ביהמ"ד ווי די מענער גייען זיין, און סיי צו ראוז-קעסטיל, ווי די פרויען גייען זיין, אזוי אז מ'דארף נישט קיין שום טרענספארטעישן 

נאר א דעמאנונג: אז די סאטמארע חתונות ביי ר' אהרן'ען איז זייער פונטליך אין פרי, אן קיין חכמות, דער רבי קומט אריין 5:30  שארף, אפי' זאל נאר זיין א מנין מענטשן, אין בערך 1:30 איז אלעס פארטיג, 

ביטע נאר באריכטן דא טריקענע באריכטן פון די גרויסער רעבישע שמחה 

ומשמחה זו יושפע שפע רב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2011 02:27 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
דער חילוק איז אז דעמאלס איז געווען א זיידע, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און מ'האט געברענגט אלע אייניקלעך'ס שמחות צו די שטאט וואו ער האט געוואוינט. משא"כ ר' אהרן וואוינט אין קרית יואל, און פאר פראפעגאנדע צילן שלעפט מען אריין די חתונה קיין וויליאמסבורג.
 
(חוץ אויב דו ווילסט אננעמען די ווערסיע פון דעם אייזענעם קאפ פון לובלין, שלום לאנדא, וואס האט געמאכט א לעדערהע"ד פאר דעם עם הארץ גלייך נאך די פטירה פון ברך משה, און געשריבן דערויף די אדרעס פון 152 יוז סטריט...)


קענסטו נישט די היסטאריע פון סאטמאר, איך פארשטיי דיר בחור'ל דו ביסט דאך נישט ניטאמאל געווען א תינוק בן יומא. גאר אסאך חתונה'ת זענען נישט געווען אין וויליאמסבורג, נאר אינדרויסן פון שטאט, קרית יואל וכו' דער ברך משה האט קיינמאל נישט פארלאנגט אז עס זאל זיין ביי אים, דו קענסט אים נישט, ער איז געווען א וותרן שאין כדגמתו. (אפשר האט ער געוואלט אז מ'זאל ברענגען זיין אייניקל ביום חפתו, דאס יא).

ווען ער מאכט ווען אין ב"פ וואלסטו געשריגן:

נעבעך אהרן טייטלבוים, יצחק ראזענבערג וויל אים שוין נישט אריינלאזן ביי זיך אין ביהמ"ד, האט אהרן נעבעך געדארפט זיך אפטראגן אין 53 וואס עס איז אזוי גרויס ווי די קאווע שטיבל פון ראדני, יא יא, דער אהרן האט געמיינט אז ער גייט ווערן רשכבה"ג, אבער צום סוף האט מען אים אפילו פון הופפער ארויסגעשטעלט.

ווען ער מאכט ווען חתונה אין קר"י וואלסטו געשריגן:

דער אהרן, אפילו אויף זיינע אייניקלעך האט ער נישט רחמנות, אלעס כדי צו ווייזן אז ער האט די קליינע, פיצי, קוים זעהבארע ווייסע שוהל, גייט ער חתונה מאכן אין קר"י בשעת די קאפל גייט וואוינען אין ב"פ און נאך זיין 8 שעה'דיגע מצווה טאנץ וועלכע גייט זיך ענדיגן נאך 5 פארטאגס, גייען זיי זיך נעבעך שלעפן קיין ב"פ. רשע וואס דו ביסט, אפילו אויף דיינע אייניקלעך האסט נישט רחמנות.

ב"ה ביסט נישט שטיל געבליבן, האסט א נייע מעשה: ער האט נישט קיין חסידים אין קר"י, זיינע חתנות זענען אלע אויסגעשפילטע, עס איז נישט דא קיין מנין אידן ביי די חתונה וכו'.


אינגעלע, מאך קיינעם נישט משוגע,האסט עפעס א גוטס זאג עס, סתם וואס מ'שמעוסט אין דיין קלאס היינט ביי די לאנטש נאכן שפילן ביזנעס קארדס, איז קיינעם נישט אינטערעסאנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 23:11 לינק ישיר 
הודעה פון סקאטמאלען

חתונה אין וומ"ב פון אייניקל פון סאטמאר רבי שליט"א - מהר"א
 

כידוע, איז חתונות ביי אייניקלעך פון סאטמארע רבי שליט"א שוין נישט קיין נייעס, קע"ה,

נאטורליך איז שוין אזוי דארט אז חסידי ר' אהרן קומען שוין נישט צו אלע חתונות, אזא גאטונג ווי אין וויזניץ, אדער סקווירא, ווי נאר די חסידים וואס וואוינען אינעם שטאט פונעם שמחה קומען געווענליך צו די חתונות,

איצטערט מאכט חתונה זיין איידעם, דער וואלאווער זוהן,

די חתונה גייט זיין אין וויליאמסבורג, אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אויף הופער סט, די חסידים פון שטאט וועלן דאסמאל האבן די זכי' זיך צו באטייליגן

נאר א דעמאנונג: אז די סאטמארע חתונות ביי ר' אהרן איז זייער פונטליך אין פרי, דער רבי קומט אריין 5:30  שארף, אפי' זאל נאר זיין א מנין מענטשן, אין בערך 1:30 איז אלעס פארטיג,

ביטע נאר באריכטן דא טריקענע באריכטן פון די גרויסער רעבישע שמחה

ומשמחה זו יושפע שפע רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 21:52 לינק ישיר 

הופפער איז אויך צו קליין, איך האלט עטץ זאלטס נאכאמאל עס מאכן אין פאלאסקי קאמפלעקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:45 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
לעצטענס האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מערן שמחות ביים עם הארץ אין שטוב ווי די פרעש, 
 



ויקוצו מפני בני ישראל

אויב ווילסטו שטארק הערן א תירוץ וועל איך דיר זאגן

די חתונה באלאנגט אין ב"פ, היות 53 איז נישט גענוג גרויס צו אקאמאדירן דעם ציבור ברענגט מען עס קיין וומסב"ג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:39 לינק ישיר 

איז פארוואס איז ר' זלמן לייב צוריק געלאפן קיין בארא פארק צו די מצוה טאנץ ווען דער גרויסער זיידע האט געוואוינט אין וויליאמסבורג? אפשר ווייל עס איז געווען פרשת חיי שרה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:31 לינק ישיר 

דער חילוק איז אז דעמאלס איז געווען א זיידע, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און מ'האט געברענגט אלע אייניקלעך'ס שמחות צו די שטאט וואו ער האט געוואוינט. משא"כ ר' אהרן וואוינט אין קרית יואל, און פאר פראפעגאנדע צילן שלעפט מען אריין די חתונה קיין וויליאמסבורג.
 
(חוץ אויב דו ווילסט אננעמען די ווערסיע פון דעם אייזענעם קאפ פון לובלין, שלום לאנדא, וואס האט געמאכט א לעדערהע"ד פאר דעם עם הארץ גלייך נאך די פטירה פון ברך משה, און געשריבן דערויף די אדרעס פון 152 יוז סטריט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:28 לינק ישיר 

ווייל אין קרית יואל האט ער נישט געהאט קיין לעמפעלעך לעצטענס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געלעכטער: חתן פון קרית יואל, כלה פון בארא פארק, חתונה אין וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext