אין א פרישן פראפעגאנדע פרואוו האט דער עם הארץ די היינטיגע וואך געגעבן א אונטערוויו פאר זיין ידיד נאמן, דער משכיל יצחק פראנקפורטער, וועלכער איז געדרוקט געווארן אין זיין נארוואס ארויסגעגעבנע "עמי" אויסגאבע.
א אונטערוויו מיטן עם הארץ איז דאך שוין היינט נישט קיין שום חידוש, האט מען למען המצב צוגעשטעלט אפאר פירער פון די או. יו. ארגענעזאציע, כדי צו מאכן דעם ארטיקל אטראקטיוו, נעמליך דער סאטמארער רבי פון קרית יואל (אוי אוי ווי דאס טוט וויי...) טרעפט זיך מיט די פירער פון די או. יו. צו דיסקוסירן "כשרות" אויף וואס דער עם הארץ איז מכלומרשט דער גרעסטער און בעסטער מבין.
דער זעלבער שרייבער האט שוין ביי א צאל פריערדיגע געלעגנהייטן 'זוכה' געווען אריינצוגיין אל הקודש פנימה פון דעם דזישגאן עם הארץ, הערן פון זיינע פערל רייד און איר ברענגן צום המון עם וואס לעכצן נאך א גוט ווארט פונעם עם הארץ און ווארטן מיט שפאנונג צו הערן פון זיין פקחות. דער קלימאקס איז געווען דער אונטערוויו וואס דער עם הארץ האט געשאנקן פאר יצחק פראנקפורטער נאך זייענדיג א שרייבער אין די "משפחה" מאגאזין, איידער ער האט זיך צוקריגט מיט די ארטיגע רעדעאקציע, און ער האט געעפענט א נייע מאגאזין מיטן נאמען "עמי".
עס איז נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער זעלבער שרייבער וואס האט דאסמאל געהאט די זכי' צו רעדן צום עם הארץ, האט לעצטענס געשריבן א גאנצן מאמר מיט א געפערליכן סילוף אויף תולדות רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ווי כאילו דער רבי איז געווען א חתן צו א געוויסע רבי אין אונגארן איידער ער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה, נאר אויפן פארלאנג פון די טעכטער האט ער אפגעלאזט דעם שידוך.
בכלל איז דער גאנצער עמי אויסגאבע געגרינדעט געווארן צו פארשפרייטן השכלה ביים היימישן ציבור. דער יצחק פראנקפורטער איז א אויסגערופענער משכיל, און האט שוין אפגעפירט היימישע אינגעלייט פון דרך המסורה, דורכן זיי אויפקלערן מיט דברי כפירה ה"י. יצחק האט גענומען אלס ספאנסאר פאר די אויסגאבע א אינגערמאן מ. ל. וואס האט אמאל געוואוינט אין וויליאמסבורג, און איז אויפגעקלערט געווארן דורך יצחק, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטען אפלאזענדיג זיין חסידישן לבוש און מסורה.
דעריבער איז דאס גאר א פאסיגער שידוך צווישן דעם דזישגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים מיט דעם משכיל יצחק פראנקפורטער. און נישט פארגעסן די הייליגע "או. יו." ארגענעזאציע.
This is only a list of those that DON'T carry the Ami Magazine. I would imagine some still do. That's gotta be the highest per-capita rate of groceries per square mile in the world. But it's nice to see that Yiddishe פרנסה will continue, and that G-d does not forsake his people, even in the computer age. Printers still need to stay open, so that they can print these bans. So they still need to go to work.
אונז וועל מיר ממשיך זיין דעם שמועס נאך וואס דו וועסט מיר ברענגן א בילד פון סענטראל מארקעט ווי ער פארקויפט עמי'ס, אדער א רעסיט פון סענטראל מארקעט פון היינטיגע וואך מיט א עמי דערויף.
נשלח ב-26/1/2012 22:17
געלעכטער. איך בין מסכים מודה צו זיין צו דיר, אויב איך וועל זעה "אז איינמאל" ביסטו מודה אויף אן אמת, אפילו ווען דער אמת איז דיר נישט אזוי באקוועם.
למשל: אז איך זעה אז דו ביסט מודה אז UTA האט טאקע געשיקט משום איזה סיבה אימעילס צו עמי, זעה איך אז דו ביסט א נארמאלער מענטש, און דו וועסט נישט לייקענען "אלעס" פאר די אינטערעסן פון די פארטיי.
למעשה זעה איך אז "קיינער", נאכאמאל קיינער" האט נישט די דרייסטקייט און קוראזש מודה צו זיין אויף א שטיקל דורכפאל, ווייל "די פארטיי" איז העכער ווי די תורה און העכער פון "מדבר שקר תרחק" האב נישט קיין טענות צו און צו קיינעם אז מ'קען אייך מיט גארנישט געטרויען.
פינטל.
נשלח ב-26/1/2012 22:06
געלעכטער: דו האסט מיך קיינמאל נישט געכאפט ביי קיין ליגנט אז דו זאלסט מיך אנרופן שקרן. איך האב עס נעכטן דארט געזען אין געשעפט.
דו רעדסט פון ר' ברוך שטיינ'ס אינטערוועיו: איך פרעג איין קשיא: ווער האט אים געגעבן די פראפעשאנעל פיקטשערס פון כ"א כסלו, אפשר נישט די זעלבע וועלכע האבן געגעבן פאר עמי א חודש צוריק?
איך וועל נשיט זיין שאקירט ווען איך וועל זיך אנשטויסן אין נאך א באשרייבונג אין מישפאכע פון די מצה בעקעריי אין א חודש ארום.
העכטסטנס וועט דעמאלט וועט זיין א נאך א תירוץ.
נשלח ב-26/1/2012 21:42
איך גיי מיך נישט טענה'ן מיט א שקרן. אדרבא ברענג א בילד פון סענטראל מארעקט ווי מ'זעט עמי'ס אויפן סטענד.
וועגן דיין געוואלדיגע טענה הלמאי ר' ברוך שטיין האט זיך אונטערוויא'ט צו מישפאכא, קענסטו אים פערזענליך אנרופן און פארהאלטן. (איך גלייב אז דער אונטערוויא איז שוין פארגעקומען פארן איסור, זיי האבן עס פשוט יעצט פובליצירט)
נשלח ב-26/1/2012 21:21
איך בין נעכטן געווען אין סענטראל מארקעט. זיי האבן די עמי און אלע אנדערע מאגאזינען.
מסתם איז די ליסטע אזוי אמת ווי די קול קורא.
נשלח ב-26/1/2012 21:06
פארוואס אפדעיטען נישט די עסקנים די נייע ליסט? ווי אימגלויבלעך ס'קיקט אויס, ס'נישט דא ווי צו באקומען די עמי מאגעזין אין וויליאמסבורג, אפשר איינס צוויי ווייז גייז האבען עס נאך, דעטס איט! מי כ'עמך' ישראל!
נשלח ב-26/1/2012 20:49
נאך מער:
ווען דער איסור איז אונטערגעשריבן פון די ארונישע מוצ'לעך, החרשתי. מוזט נישט מקבל זיין זייערע איסורים און חרמות.
אבער רבונא דעלמא כולא. דיינע רבנים דיין אייגענע ביד"ץ - וואס זאגסטו פאר דיין יונגל?
דאס ליצנות איז דאך למעלה משערת אנוש, און איך רעד נישט פון די עמי אימעילס, ווייל דאס פון א חודש צוריק. איך רעד פון די וואך משפחה שוין נאכן איסור.
נשלח ב-26/1/2012 20:45
געלעכטער: ביטע קוק דעם איסור קעגן עמי, בינה און משפחה.
זיי מיר מסביר אויב מעגליך וויאזוי גייט דאס אינאיינעם: מ'גיט ארויס אן איסור קעגן א טריפה'נע מאגאזין, און בו ביום (אין די זעלבע וואך) לייגט מען אריין א באשרייבונג.
איך וויל דיך פרעגן א לאגישע פראגע, און ביטע ענטפער לאגיש און צו דערזאך: וואס וואלסטו געזאגט ווען די ארונים טען דאס?
וואספארא פנים טראגסטו אין די גאס (נישט אין היידפארק) ווען יעדער צייגט אויף דיר אז דו ביסט אן איינפאכער היפאקריט. דיין איסור איז א ליצנות, דיין תורה איז א "געלעכטער", און דיין קנאות איז א צירקוס.
ביטע זיי עס דיר מסביר אז איך זאל עס אויך פארשטיין.
נשלח ב-26/1/2012 20:00
איך האלט אז מ'דארף אויסראטן די עמי מיט אלע אנדערע טריפה'נע מאגאזינען. דערווייל האבן נאך די גרעסטע סופערמארקעטס אלע טריפה'נע מאגאזינען.
נשלח ב-26/1/2012 19:54
די מערכה קעגן עמי אין וויליאמסבורג איז געקרוינט מיט סוקסעס!
חוץ איינס אדער צוויי (איך ווייס נאר פון איינס, קען זיין ס'דא צוויי) גראסעריס איז מער נישטא צו באקומען דעם עמי אין וויליאמסבורג.
איידער איך געב פאר יונה דעם מעדאל אז ער האט דאס געקענט אפבאקן, וואלט איך רעקאמענדירט בודק צו זיין די קאמפיוטערס אין UTA, און די אימעילס פון דעצעמבער 19 און 20. וד"ל.
דאס איז זיכער, איך האלט אז דער פראנקפורטער איז א באנדיט פארן ארויפלייגן די אימעילס אן רשות, עס איז קעגן דינא דמלכותא און קעגן די הלכה.
פון די אנדערע זייט זעה איך אז ר' הערץ פרענקעל שרייבט נאך אלץ דארט. ער שרייבט נאך אפילו די וואך, נאך די אלע דברי בלע פון עמי און נאך אלע הבטחות פון אלע שרייבער אין היידפארק, זעט נישט אויס אז ער האט אויפגעהערט צו שרייבן דארט.
איך האלט אז די ישיבה דארף אים הייסן אויפהערן שרייבן דארט.
נשלח ב-23/1/2012 15:43
רבי יונה, גאנץ א גיטע איינפאל! איך האף ס'האט דיר נישט צו לאנג גענימען צו אפטייפען און אויסשטעלען די פאלטשע איממילס, ווייל צו צאמשטעלען אזא 'כאילו' אימייל אויסטויש דארף מען נישטאמאל קיין פאטא שאפ, מיט יעדע קאמפיוטער קען מען צאמשטעלען אזא פאלטשע אימייל שמיעס, די שאלה איז נאר צי עמי מאגעזין האט דיך געדינגען און באצאלט פאר דעם, אדער דיין שנאה צו ערליכע יודען און דיין ליבשאפט צו לינקע און צו השכלה איז געוועזען גענוג דיך צו מאכען ארבייטען און צו פעלטשעווען און אהערצישטעלען די 'מעכטיגע' אימיילס?