|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:00 |
|
| |
סאיז נישטא אזא זאך ווי קויפן חלקה'ס, יעדער מעמבער האט זכות קבירה, ווען איינער האט א מעמבערשיפ באלאנס לאזט מען אים מקבר זיין און מבעט שפעטער אפ דעם חוב וואס מקען זיך אדרוכקומען אויב דער חוב איז א גרויסער חוב,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:09 |
|
| |
אה! די אשכול איז פיינע נייעס כ'האב געוויסט ענק געווינען אייביג!!!! אין פאר שארקאט כ'וויל דיך נישט דן זיין ספעציעל אין אזא צייט אבער די חברה קדישא האט נישט געבעטן מער געלט זייט עזריאל גליק האט פארלוירן זיין ווארט אין בית החיים די אלע פרייזן וואס די חברה קדישא בעהט היינט פאר איינעם וואס האט נישט געקויפט א חלקה אדער איינער וואס איז נישט קיין מעמבער בחיוו זענען אלטע - פרעגטס ענק אליין'ס נאך וועט איר זיך איבערצייגן חוץ ביי פערלשטיין וואס אין אזא פאל פלעגט די ח''ק בכלל נישט אננעמן אין דארט האט קהל געוואלט מאכען א אויסנאם כדי מ'זאל ענק קענען צווינגן ארויסצוגיין פין קארט יעצט שרייטס ווייטער די ארונים האבען פארלורין אפעלאט געריכט באשטעטיגט: מקען נישט צווינגן צו באגראבן אין קרית יואל 
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:25 |
|
| |
ווער האט א קאפי פון'ם בריוו וואס די ארונים האבן געשיקט יעדן שני וחמישי, ביז די נייע ביה''ח איז געווארן א ריאליטעט? מיט די ווערטער "אויב איר באצאלט ביי די אנדערע קהלה, איז עס "כמניח על קרן הצבי" און אז מ'זאל שוין צאלן די 8/10/12 טויזענט דאללער.* יעצט קוקט די נייע שלימזלדיגע ווערסיע פון נאכ'ן נייעם ביה"ח עפאכע:
(פארשטייט זיך געשיקט אונטער געפעלטשטע לאגאס....  ) 
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 14/01/2011 19:36:06
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:35 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:39 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:44 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:46 |
|
| |
אויף אידיש וואס דא שטייט:
אלעס בלייבט ביים אלטן, אהרן קען גאר נישט טוהן אין די אלטע ביה"ח אפילו נישט שניידן גראז, פאלאקס לאט איז סמוך ונראה, ליגן נעבן רבי'ן איז א כבוד המדומה, ליגן נעבן מאנגאס איז א עכטע כבוד נאר הגז"ל מעג אנפייפן זיין אייגענע פסק און באראבן זיין מאמע אין קרקע הנגזלת
ווער קען זיך קריגן מיט א בפירושע שופט????
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:47 |
|
| |
פאלט דיר נישט ביי אז דער יעניגער האט טאקע געהארכט און "אלעס באצאלט", כדי נישט צי זיין מניח מעותיו על קרן הצבי
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 20:29 |
|
| |
חדשות ביטע לייג ארויף דעם פסק גרעסער, כדי יעדער זאל זעהן אז די קענסט נישט קיין ענגליש,
דארט שטייט נישט א ווארט וועגן בעלות פון בית החיים, דארט שטייט בסך הכל אז דער געריכט וויל זיך נישט מישן אין קיין סאטמארע פאליטיק, דעריבער וועט זי נישט דן זיין ווער מען מוז באגראבן און ווער נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 20:48 |
|
| |
איך האב גערעדט פון די בעלות? סך הכל האבן ענק געבעטן אז מ'זאל ענק לאזן באגראבן אינעם ביה"ח (צוליב דעם כבוד המדומה, און ליגן אין א ביה"ח מיט א שאלה פון גניבה) און די שופט האט ענק אראפגעשליידערט אלע שטיגן.
און אזוי אויך האט די שופט ענק געגעבן דאס פילשטענדיגע בעלות אויפן ביה"ח, און אהרן קען זיך גייען זיכן א נייע ביה"ח. און ענק גייען אונז לערנען טאנצן,און קיינעם נישט אריינלאזן אינעם ביה"ח נאר דער וואס גייט מיט ענק אין שפאן אזוי ווי ענק האבן געטוהן מיט'ן ברך משה סוף ימיו.
און אודאי אלעס בלייבט ביים אלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 21:01 |
|
| |
סך הכל האט מען געבעטן אז דער גבר אלים אהרן טייטלבוים וואס האט זיך משתטלט געווען מיט כח הזרוע מיט פאבליק סעיפטי וכדו' אויפן א שותפות בית החיים וואס אלע סאטמארע אידן זענען געווען בארעכטיגט אלע יארן, האט מען געבעטן אז דער געריכט זאל צווינגן אז דער גבר אלים זאל אריינלאזן איעדן איד אין דעם איינציגער סאטמארער בית החיים וואס איז דעמאלס געווען, און דער שופטת הרבנית דעמערעסט האט געזאגט גייטס שלאגטס ענק צווישן זיך און לאזט ארויס דעם קאורט פון ענקערע געשלעג, דער אפעלאט האט דאס באשטעטיגט, אבער סאיז שוין געווען היבט שפעט, ווייל סאיז שוין נונגע געווען עניוועיס, די סאטמארע קהלה האט שוין געהאט א בית החיים,
אזוי אויך האט די שופט געזאגט אז פון יעצט אן קען ארי לייב גלאנץ מיט צוויבל זיך משתלט זיין אויפן ברך משה און זיי קענען יעצט זיין די גארדיענס אזוי ווי אהרן בשליחות פון זיינע קינדער האבן אזוי געבעטן אין קאורט, און נישט נאר אויפן ברך משה נאר אפילו אויף די רביצין וואס ר' אהרן האט אזוי שטארק געוואלט זעהן צעהן יאר און מהאט צוגעהאקט די טיר אויף אים נעבעך,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 21:21 |
|
| |
חוץ פון דעם אז דו ביסט מועס אנגעפאטשעט און אנגעזעצט פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט
|
|
|
|
|