בית פורומים כל העולם כולו

שמחת מלכות סאטמאר - מיטוואך וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/1/2011 19:32 לינק ישיר 
שמחת מלכות סאטמאר - מיטוואך וויליאמסבורג

דעם קומעדיגען חמשה עשר בשבט מיטוואך נאכט קומט פאר איין וויליאמסבורג די גרויסע חתונה, פון נכד כ"ק מרן רבינו שליט"א אין בית מדרשינו הגדול.

די חופה וועט פארקומען אויף ווייט עוו. אין פראנט פונעם בנין התלמוד תורה.

ווי די פלענער זענען איצט, גייט מרן רבינו שליט"א פירן די חמשה עשר טיש ביי די חתונה, צווישען די טאנצן אין בענטשן, וואס דאס וועט זיין א היסטארישע זאך.

שישו ושמחו בשמחת רבינו!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2011 00:01 לינק ישיר 

קליפ'ס

שמחת החתונה בחצרות קדשינו

יום ד' פ' יתרו - תשע''א לפ"ק

 

 

צו עפענען/דאנולאודן די קליפ'ס דרוקט אויף די בילד אדער לינק

 

 

חלק א' - מעמד קבלת פנים און מעמד החופה

 

פאר די העכערע רעזלוציע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/130-ChasinaShvat5771-Part1.wmv

 

 

פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/131-ChasinaShvat5771-Part1-LOWREZ.wmv

 

 

 

חלק ב' - סעודת החתונה וריקודין

 

פאר די העכערע רעזצלויע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/132-ChasinaShvat5771-Part2.wmv

 

פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/133-ChasinaShvat5772-Part1-LOWREZ.wmv

 

 

 

חלק ג' - מצוה טאנץ

 

פאר די העכערע רעזצלויע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/134-ChasinaShvat5771-Part3.wmv

 

פאר די שוואכערע רעזצלויע דרוקט דא

 

http://www.bechatsrossatmar.com/Videos/135-ChasinaShvat5771-Part3-LOWREZ.wmv

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2011 08:03 לינק ישיר 


http://youtu.be/zcJT5piCUS8
 
 http://youtu.be/nNTjaXOxQ8w
 
http://youtu.be/4cK8EwFOrE8

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2011 07:41 לינק ישיר 

*************** class="youtube-player" title="YouTube video player" src="http://www.youtube.com/embed/zcJT5piCUS8" frameborder="0" width="480" height="390" allowFullScreen type="text/html"><*


http://www.youtube.com/watch?v=zcJT5piCUS8

תוקן על ידי משה_גאבע ב- 30/01/2011 08:01:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 21:59 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=23829

מדוע חתונת סאטמר הסתיימה ב-23.00?
שמחת נישואי נכד האדמו"ר התקיימה בבית-המדרש והסתיימה בשעה מוקדמת • ומי ביקש לחסוך בהוצאות? • ובכן, האדמו"ר ביקש: "שמרו על התקנות גם אצלי"
מנדי כץ, בחדרי חרדים 17:58 26/01/2011
שולחן הכבוד בחתונת סאטמר    
 
הדפס שלח לחבר סלולר
2

אלפי חסידי סאטמאר השתתפו בחתונת נכד האדמו"ר, שהתקיימה ביום חמשה עשר בשבט ושולבה עם טיש פירות מיוחד.

חסידי סאטמר, שהגיעו מכמה מדינות להשתתף בחתונה, לא יכלו להסתיר את התפעלותם מכך שהאדמו"ר הקפיד שבשמחת נכדו יחולו כל התקנות שתיקן על חסידיו.

זו הסיבה לכך שהחתונה התקיימה בבית המדרש הגדול בויליאמסבורג - ולא באולם ענק ורהבתני? זו גם הסיבה שהתפאורה היתה פשוטה יחסית וחסכה הוצאות מרובות.

אם לא די בתקנות אלה, החלה החתונה בשעה מוקדמת - והסתיימה בשעה 11 בערב, שהרי כך מופיע בתקנות החסידים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:59 לינק ישיר 

נעכטן נאכט איז פאהרגעקומען גאהר א שיינער אייגנארטיגער שבע ברכות צוגעשטעלט דורך מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש ווי עס זענען געלאדענט געווארן אלע מגידי שיעור בחבורת יסודי התורה פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.

 

דער רבי שליט"א האט דערביי משמיע געווען ווארימע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה פאר די חשובע מגידי שיעור, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מוה"ר ישעי' סאקס הי"ו מגי"ש אין די חבורה ווי ער האט משמח געווען לכבוד די שמחה.

 

מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער מחותן אבי הכלה שליט"א, מיט די ערשטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א רב ביהמ"ד דברי שמחה בקרית יואל, מיט די צווייטע ברכה איז מכובד געווארן בן הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, מיט די דריטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלברשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו. מגי"ש אין די חבורה, מיט די פערטע ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א מגי"ש אין די חבורה, ​מיט די פיפטע  ברכה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' ליפא שליט"א, נכד האדמורי"ם מ'קיוויאשד וראחמסטריווקא שליט"א מגי"ש אין די חבורה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן.

 

דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע רקידה וועלכע האט אנגעהאלטן א לעגערע צייט, און עס איז געווען א מחזה הוד ווי צענדליגע מגידי שיעור במחיצת הקודש פרייען זיך אינאיינעם מיט די שמחה בבית מרן רבינו הגה"ק שליט"א מייסד החבורה.

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:58 לינק ישיר 

צענטראלער שבע ברכות

 אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת דעם כולל דברי יואל

 אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין - ניו יארק

 

 

 

הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א, מנהל התאחדות אברכים עפענט די מסיבה

 

יו"ר מוה"ר יצחק ברוך ברוין הי"ו

 

הרבני הנגיד מוה"ר שאול פריעדמאן הי"ו יו"ר הנהלת הכולל

 

 

הגה"צ רב דק' אור החיים שליט"א ביים מעמד

 

עדות נאמנה: הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד אברכים תהילות יואל

 

ר' שאול הי"ו מיט העסקן ר' יושע דוד ראפאפורט הי"ו ביים אויפטרייבן די נדבות לטובת דעם כולל

 

הרבני החסיד מוה"ר יודא שטערן הי"ו נעמט ברכת קדשו פון רבינו שליט"א

 

די רעכטע זייט פונעם אויבן אהן ביים מעמד

 

די לינקע זייט פונעם אויבן אהן ביים מעמד

 

חלקים פון ציבור ביים מעמד

 

 

הגה"צ גאב"ד סערדאהעלי שליט"א ביים מעמד

 

הרה"ג ר' לייבוש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סטריזוב שליט"א

 

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ פאפא ב"פ

 

 

האדמו"ר מ'טשערנאוויץ שליט"א

 

האדמו"ר מ'בורשטין שליט"א

 

 

הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א

 

האדמו"ר מ'מאשאלוי שליט"א

 

 

נואם הכבוד: הרה"ג ר' לייבוש פראנד שליט"א רב דק' ראדאמסק

 

הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראש הכולל

 

דער רבי שליט"א גיט די פרסים פאר די מצטיינים

 

 

 

 

 

ביי די דברות קודש

 

 

 

 

ילדי הת"ת פון בארא פארק זינגען פאהר ספעציעל פארפאסטע חרוזים

אנגעפירט דורך הר"ר ישעי' שלום זילבערשטיין שליט"א

 

 

הרב אהרן נאה הי"ו איז משמח מיט דברי בדחנות

 

מרן רבינו שליט"א גיט ברכת קדשו פאר'ן איבערגעגעבענער עסקן הכולל ר' יואל גראס הי"ו

 

 

 

 

 

 


 

 

 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

בכבוד רב

המערכת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:52 לינק ישיר 

ברכהמ"ז און הבדלה מוצש"ק שבע ברכות בביהמ"ד הגדול דקיט''ל אין בארא פארק

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:48 לינק ישיר 

שמחת החתונה בחצרות קדשינו  

מצוה טאנץ

 

בילדער - משה גאלדשטיין  - ניו יארק

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

 


 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

בכבוד רב

המערכת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:42 לינק ישיר 

שבת שבע ברכות – קבלת התורה בצל הקודש אין בארא פארק

א הערליכער שבת איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש אין בארא פארק ווי אלפי אנ"ש תושבי בארא פארק האבן געהאט די זכי' אז מרן רבינו שליט"א האט דארט אפגעראכטן דעם שבת שבע ברכות – קבלת התורה.

 

ליל שב"ק איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול ארום 40 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ, קבלת שבת האט געדאווענט הגה"צ ר' יעקב רובין שליט"א רב הצעיר דק' סוליצא, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן וועלכע האט גענומען א לענגערע צייט, און ווי עס האט זיך אויך אנגעזעהן א גרויסער ציבור תושבי בעיר וועלכע זענען געקומען גוט שבת זאגן פאר מרן רבינו שליט"א.

 

די סעודות שבע ברכות פאר די קרובי המשפחה איז פאהרגעקומען אין די זאלן פון הילמאן פלאזא.

 

ארום 9:45 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פארשידענע רבני ואדמור"י העיר שליט"א, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ג ר'  אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א רב דק' עצי חיים אין לאס אנדשעלעס, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק קרשאנוב שליט"א.

 

די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון וואסערמאן שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט רחם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אליעזר שמעון הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו אין בארא פארק.

 

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סוליצא שליט"א, און מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ דער דשיקוב'ער רב שליט"א, און הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.

 

דאן האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער שליט"א עולה געווען על שלחן מלכים ווי ער האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א גאהר דערהויבענער מצוה טאנץ בשעת ווען די טויזענטער אנ"ש תושבי בארא פארק האבן די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע מאנמענטן.

 

נאך א לעגערע צייט פון עבודת הקודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די אנדערע זיידע'ס און מחותנים שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ, און דערנאך האט מען געטאנצן אז ביום השביעי, ס'שוין געווען קרוב צו 1:00 אויפדערנאכט ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם טיש מיט געהויבענע געפילן.

 

שב"ק אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט זיך דער רבי שליט"א באנוצט מיט די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מ'צאנז-קלויזענבורג שליט"א, און פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א זיך באטייליגט ביי די חברת תהלים פון די תשב"ר מוסדותינו הק' אין די עס זאל נעבן ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען זיך וועכענטליך משתתף הונדערטער קינדער בלעיה"ר, און דארט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען די קינדער שיחיו און די חשוב'ע מלמדים שליט"א העוסקים בעבודת הקודש.

 

פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר מנחם שמואל טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א יו"ר וועד הכשרות שע"י בד"ץ טארטיקוב, און בעל קורא איז געווען הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין ב"פ לקראת די יארצייט פון זיין מוטער די אומפארגעסליכע הרבנית הצדיקת מרל חי' בת מרן רבינו משה ע"ה, וועמענס יארצייט עס איז געפאלן היינט זונטאג.

 

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרב שמואל דוד הכהן פריעדמאן שליט"א בעמח"ס שדה צופים, ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט א קידושא רבה און עס האט זיך פארמירט א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צו די זאלן פון הילמאן פלאזא ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט די סעודת יום שב"ק ביי די שבע ברכות.

 

ארום 5:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה אין שלש סעודות וועלכער איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התעוררות, די תוכן דברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.

 

נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול אין די אויטא פון הנגיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו צו די אכסניא בבית הרבני הנגיד מוה"ר משה כהנא הי"ו.

♦♦♦

 

באזוכן ביי גדולי העיר 

דער רבי שליט"א האט שפעטער אפגעשטאהט באזוכן ביי גדולי האדמורי"ם ורבנים: ביי הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ דק' פאפ ב"פ לרגל די שמחה במעונו, דערנאך ביי האדמו"ר רמ"ד מ'באבוב שליט"א לרגל די שמחה במעונו, און דאן ביי ראחמסטריווקא רבי'ן שליט"א, ווי עס האבן זיך איבעראל אנטוויקעלט גאהר שיינע שמועסן בדברי תורה, סיפורי צדיקים ועוד.

 ♦♦♦ 

 

סעודת שבע ברכות רבתי – מעמד יקרא דשבתא – דינער השנתי לטובת כולל דברי יואל

דאן זענען זיך שוין הונדערטער אנ"ש צוזאמענגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שבע ברכות וועלכער איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת דעם בארימטן כולל דברי יואל פון בארא פארק מיט'ן מעמד יקרא דשבתא לכבוד די חתני הכולל וועכלע האבן שוין מסיים געווען גענצליכע מקצועות די פארגאנגענעם זמן, וואס איז פאהרגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול.

 

געעפענט די מסיבה האט הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק', און אויפגערופן דעם יו"ר הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו מחשובי אנ"ש אין מאנסי, און עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע בעלי דרשנים וולעכע האבן ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל, און דאן האט מרן רבינו שליט"א געטיילט פרסים פאר די מצטיינים.

 

דערנאך האט החזן נפלא שמעון ענגל הי"ו מהנה געווע מיט הארציגע חזנות, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש.

 

דער רבי שליט"א האט צו ערשט ארויסגעברענגט שמחת לבו זייענ'דיג א דאפעלטע מחותן צו די שמחה, ווען ער איז א זיידע פון די חתן, און א זיידע פון איינע פון די אויסגעצייכענטע בארימעטע חברי הכולל, און ארויסגעברענגט לשבחו פון די כולל בפרט און פון קהלתינו המעטירה אין בארא פארק בכלל.

 

נאך די לענגערע דברות קודש האבן תשב"ר תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק פארגעזינגען הערליך פארפאסטע חרוזים לכבוד די שמחה בבית מרן רבינו שליט"א וועלכער איז אנגעפירט געווארן דורך דעם איבערגעגעבענער מלמד מומחה הרב ישעי' אשר זילבערשטיין שליט"א, און נאכדעם האט הרב אהרן נאה הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.

 

מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראה"כ כולל דברי יואל, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות.

 

נאכ'ן פארלאזן דאס ביהמ"ד איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך צו צאנז-קלויזענבורגע'ר רבי שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט גאהר א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה, בעניני מקואות, תוספות שבת, סיפורי צדיקים, קברי אבות, און נאך, פאר א לענגערע צייט.

 

דערנאך האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט בארא פארק אויפן וועג אהיים למעונו אין קרית יואל.

 

-אשרי עין ראתה בשמחת קהלתינו-

 ♦♦♦ 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 06:18 לינק ישיר 

עס שטייט אבער נישט ברוב אטענשין זיכער הדרת מלך. דער עולם איז די אלע וועלכע האבן זיך געשטיפט צו הערן דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן, נישט די וועלכע שטייען צום בילד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 15:50 לינק ישיר 

חדשות, האסט פארגעסען דעם "ברוב עם הדרת מלך" אבער ביי די אוה"ע זעט מען דאס נישט.

אבאמא וכו' יוכיחו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 02:49 לינק ישיר 


קוקט אן דא ווי שיין די אויבן אן איז,פארוואס ביי אונז דארף עס אויס זעהן משוגע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 02:45 לינק ישיר 

זאל נאר איינער ביטע באטראכן דאס בילד.עס איז ליידער אזוי ביי יעדע חתונה. קוק ווי מ'שטיפט זיך אונטער'ן רבי'ן צו קענען זיין ביים בילד. פארוואס דארף מען שטיין 25 מענטשן אונטערן רבי'ן ביי יעדע מסיבה אדער חתונה? די רבי טאר באמת נישט האבן קיין נערמאלע ביסל ליפט??? איז דאס נישט משוגע???


קוקט ביי די בילדער פון אנדערע רבנים, דארט זענען 2-3 גבאים (אויך מיט ווייסע בערד) אונטער זייער רבי. עס איז א בושה און א חרפה ווי אזוי עס זעהט אויס ביי אונז.


יא, חיים שלמה, און די הויז בחור (אפשר נאך איינער) דארף דארט צו שטיין, חוץ מזה "קיינער". אדרבה, קוקט נאר אן ביי אנדערע ווי מלכותקדיג עס זעהט עס אויס אנדערש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 00:48 לינק ישיר 

 

די הערליכע באצירטע פירות וואס זענען געווען עולה על שלחן מלכים

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2011 00:45 לינק ישיר 

עריכת השלחן לרגל חמשה עשר בשבט

 

 

 

די רבי שליט"א ביים די דברות קודש לרגל חמשה עשר בשבט

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שמחת מלכות סאטמאר - מיטוואך וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext