שבת שבע ברכות – קבלת התורה בצל הקודש אין בארא פארק
א הערליכער שבת איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש אין בארא פארק ווי אלפי אנ"ש תושבי בארא פארק האבן געהאט די זכי' אז מרן רבינו שליט"א האט דארט אפגעראכטן דעם שבת שבע ברכות – קבלת התורה.
ליל שב"ק איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול ארום 40 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ, קבלת שבת האט געדאווענט הגה"צ ר' יעקב רובין שליט"א רב הצעיר דק' סוליצא, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן וועלכע האט גענומען א לענגערע צייט, און ווי עס האט זיך אויך אנגעזעהן א גרויסער ציבור תושבי בעיר וועלכע זענען געקומען גוט שבת זאגן פאר מרן רבינו שליט"א.
די סעודות שבע ברכות פאר די קרובי המשפחה איז פאהרגעקומען אין די זאלן פון הילמאן פלאזא.
ארום 9:45 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פארשידענע רבני ואדמור"י העיר שליט"א, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א רב דק' עצי חיים אין לאס אנדשעלעס, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק קרשאנוב שליט"א.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון וואסערמאן שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט רחם איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אליעזר שמעון הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א, מיט קה רבון עלם איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו אין בארא פארק.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק סוליצא שליט"א, און מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ דער דשיקוב'ער רב שליט"א, און הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.
דאן האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער שליט"א עולה געווען על שלחן מלכים ווי ער האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט א גאהר דערהויבענער מצוה טאנץ בשעת ווען די טויזענטער אנ"ש תושבי בארא פארק האבן די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע מאנמענטן.
נאך א לעגערע צייט פון עבודת הקודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די אנדערע זיידע'ס און מחותנים שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ, און דערנאך האט מען געטאנצן אז ביום השביעי, ס'שוין געווען קרוב צו 1:00 אויפדערנאכט ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם טיש מיט געהויבענע געפילן.
שב"ק אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט זיך דער רבי שליט"א באנוצט מיט די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מ'צאנז-קלויזענבורג שליט"א, און פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א זיך באטייליגט ביי די חברת תהלים פון די תשב"ר מוסדותינו הק' אין די עס זאל נעבן ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען זיך וועכענטליך משתתף הונדערטער קינדער בלעיה"ר, און דארט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען די קינדער שיחיו און די חשוב'ע מלמדים שליט"א העוסקים בעבודת הקודש.
פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר מנחם שמואל טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דשיקוב שליט"א יו"ר וועד הכשרות שע"י בד"ץ טארטיקוב, און בעל קורא איז געווען הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין ב"פ לקראת די יארצייט פון זיין מוטער די אומפארגעסליכע הרבנית הצדיקת מרל חי' בת מרן רבינו משה ע"ה, וועמענס יארצייט עס איז געפאלן היינט זונטאג.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרב שמואל דוד הכהן פריעדמאן שליט"א בעמח"ס שדה צופים, ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט א קידושא רבה און עס האט זיך פארמירט א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צו די זאלן פון הילמאן פלאזא ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט די סעודת יום שב"ק ביי די שבע ברכות.
ארום 5:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה אין שלש סעודות וועלכער איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התעוררות, די תוכן דברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען אחיו הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול אין די אויטא פון הנגיד ר' יודל פערלשטיין הי"ו צו די אכסניא בבית הרבני הנגיד מוה"ר משה כהנא הי"ו.
♦♦♦
באזוכן ביי גדולי העיר
דער רבי שליט"א האט שפעטער אפגעשטאהט באזוכן ביי גדולי האדמורי"ם ורבנים: ביי הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א דומ"ץ דק' פאפ ב"פ לרגל די שמחה במעונו, דערנאך ביי האדמו"ר רמ"ד מ'באבוב שליט"א לרגל די שמחה במעונו, און דאן ביי ראחמסטריווקא רבי'ן שליט"א, ווי עס האבן זיך איבעראל אנטוויקעלט גאהר שיינע שמועסן בדברי תורה, סיפורי צדיקים ועוד.
♦♦♦
סעודת שבע ברכות רבתי – מעמד יקרא דשבתא – דינער השנתי לטובת כולל דברי יואל
דאן זענען זיך שוין הונדערטער אנ"ש צוזאמענגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שבע ברכות וועלכער איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת דעם בארימטן כולל דברי יואל פון בארא פארק מיט'ן מעמד יקרא דשבתא לכבוד די חתני הכולל וועכלע האבן שוין מסיים געווען גענצליכע מקצועות די פארגאנגענעם זמן, וואס איז פאהרגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול.
געעפענט די מסיבה האט הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אברכים דקהלתינו הק', און אויפגערופן דעם יו"ר הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו מחשובי אנ"ש אין מאנסי, און עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע בעלי דרשנים וולעכע האבן ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל, און דאן האט מרן רבינו שליט"א געטיילט פרסים פאר די מצטיינים.
דערנאך האט החזן נפלא שמעון ענגל הי"ו מהנה געווע מיט הארציגע חזנות, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש.
דער רבי שליט"א האט צו ערשט ארויסגעברענגט שמחת לבו זייענ'דיג א דאפעלטע מחותן צו די שמחה, ווען ער איז א זיידע פון די חתן, און א זיידע פון איינע פון די אויסגעצייכענטע בארימעטע חברי הכולל, און ארויסגעברענגט לשבחו פון די כולל בפרט און פון קהלתינו המעטירה אין בארא פארק בכלל.
נאך די לענגערע דברות קודש האבן תשב"ר תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק פארגעזינגען הערליך פארפאסטע חרוזים לכבוד די שמחה בבית מרן רבינו שליט"א וועלכער איז אנגעפירט געווארן דורך דעם איבערגעגעבענער מלמד מומחה הרב ישעי' אשר זילבערשטיין שליט"א, און נאכדעם האט הרב אהרן נאה הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראה"כ כולל דברי יואל, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכ'ן פארלאזן דאס ביהמ"ד איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך צו צאנז-קלויזענבורגע'ר רבי שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט גאהר א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה, בעניני מקואות, תוספות שבת, סיפורי צדיקים, קברי אבות, און נאך, פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א פארלאזט בארא פארק אויפן וועג אהיים למעונו אין קרית יואל.
-אשרי עין ראתה בשמחת קהלתינו-
♦♦♦