| נשלח ב-14/1/2011 19:39 |
|
| |
ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער. ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס אריבערכאפן צו שבע ברכות פון א שוואגער איז נישט קיין פערצופאל, זיינע שוואגערס מאכן חתונה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און ער פארט קיינמאל נישט. נאר ר' אהרן האט בשלאסן דעמאלס אויב דער טאטע וויל נישט מיך פאר רב הצעיר וועל איך שלום מאכן מיט זיינע שונאים. ער איז אריבערגעפלויגן קיין קרית וויזניץ און זיך געמאכט שיין די פיאות פאר די היסטארישע פיקטשער, און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, ווי איינער זאגט נאדיר מנה אחת אפים, אין זיבעטן ריפ, פאר אלע פרומע רשעים, פאר זיין טאטן און אלע זיינע שונאים.
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, ער האט ר' אהרן געלאזט אהיימפארן ווי א לוזער און ער האט זיך בכלל נישט פון אים וויסענדיג געמאכט.
ר' אהרן האט אנגעהויבן שיקן שליחים צו אים, ער האט זיך אפילו מזכיר געווען ביום חופתו פון זיין זון, בבית המנוח ר' חיים לאקס, אבער דער בעלזער האט זיך פון אים אונטערגעלאכט וואס פאר א לוזער ער אז ער לויפט מיך נאך. ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן.
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער.
יעצט האט ר' אהרן באשלאסן אז ביי זיין שווער'ס לויה וועט ער האבן א גוטע געלעגנהייט אפיציעל שלום מאכן מיטן שוואגער, זיינע שליחים האבן זיך פארבינדן מיט די בעלזע באהערדע און אויסגעארבעט א פארמאלע מיטונג צווישן די קינדער פון ר' משה'לע וואו מען וועט זיך צוזאמזעצן תיכף נאך יציאת נשמה און מען וועט אויסארבעטן אלע פרטים פון די לויה ביז די ממלא מקום אישו, און די פאטאגראפירער וועלן האבן די זכיה צו כאפן בילדער ווי ר' אהרן מיטן בעלזער שמועסן פריוואט. דערנאך וועלן זיי כאפן שפאציר און ביידע וועלן זיך פארקנייטשן דעם שטערן, און ר' אהרן וועט ווייזן מיט די הענט ביז דער פאטאגראפירער וועט ווייזן אז אלס איז פיקטשער רעדי, און דערנאך וועלן די בליצן זיך אנהייבן, און די שונאים וועלן
פלאצן.
אבער דער שוואגער איז דאך פארט א קוריאזער וואס מען קען נישט אויסרעכענען, ער האט געענטפערט פאר די מתווכי השלום, אז ער גייט נישט שלום מאכן אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא, און אויב אהרן וויל קען ער קומען אהער און איך וועל אים דא אויפנעמען.
די שליחים פון ר' אהרן האבן מוראדיג באליידיגט פון דעם פראסק, זיי האבן באשלאסן אז מען גייט ארויסקומען אין די עפענטליכקייט מיט א אטאקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש געשטימט, זיי האבן
איינגעשפאנט די קול סאטמאר רעדנער'ס און די היידפארק שרייבערס אראפצורייסן בעלזא
מיט זיינע בויכדרייענישן, למען ישמעו, זאל ער וויסן אז ווער עס טשעפעט דעם רבי'ן שפילט זיך מיט פייער.
והנה, זיי האבן אנדעקט אמעריקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש!
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 14/01/2011 19:53:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2012 17:51 |
|
| |
ער איז שוין צוריק געקומען. וואס גייט דער שוטה פישמאן יעצט זאגן? נישט געזאגט, וועסט עפעס ארויסשיסן פון דיין גרויסן אוצר החכמה והתבונה !
איך איך בין א דעקל !
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2012 15:57 |
|
| |
דער בעלזער זעענדיג מיט וועם מען האט דא צו טוהן האט ער באשלאסן אז ער גייט אים ניטאמאל צוריק באזוכן,
דער שוואגער איז א פשוטער אפגעריסענער בעיבי וואס לויפט נאך אטענשען, זאל ער זיך זיכן אנדערע טעמעס פון ווי צו נעמען אטענשען, זאל ער רעדן פון דאסטערס, פסח'יגע קאקא, שארטקאטס, גריללס, פעיסבוק, סידור קידושין, גילוי עריות פראגראם, עפרא לפומיה, כהנים ארויס, וויינען ביי נקדישך, שלשה רועי בקר, ארויפדרייען די בארד, אייגענע געלגערס, מעקסיקאנע זאלצערס בוקא דאטמא, צען יאר נישט אריינגעלאזט צו די מאמע, בחייכון וביומיכון,
די בעלזער לאכן פון דעם לוזער, ער קומט ווי א שפל ונבזה צו פארן ספעציעל פאר א פיקטשער מיטן בעלזער, און ער קומט ניטאמאל צוריק באזוכן,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2012 05:00 |
|
| |
לאנצוט!! כ'וויל באמת פארשטיין, א רבי וואס פארופט זיך "סאטמאר רבי" זאל נישט אריבערקומען באזוכן די ירושלי'מער רב זאל זיין געזונט, בפרט נאך וואס ער איז געווען אין שפיטאל??
כ'וועל מוזן בע"כ צוקומען צו די מסקנא וואס די גאב"ד האט געזאגט: "ער האט פון וואס מורא צו האבן".
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2012 04:52 |
|
| |
דער בעלזער האט געפרעגט דעם נארעלע, וויאזוי שפירסטו דיך אין ארץ ישראל? דיין נארעלע ענפערט כדרכו, איך בין נישט דאס ערשטע מאל דא אין ארץ ישראל, דער בהמה האט ניטאמאל געכאפט ווי דער בעלזער האט אים צונאר געמאכט און ער האט נאך אריינגעשפילט מיט ענפערן אז ער איז שוין דא עטליכע מאל,
לאנצוט לאמיך דיר פרעגן די זעלבע שאלה איז דאס די ערשטע מאל דיין רבי פארט קיין ארץ ישראל?
ער איז שוין געווען זינט ער רופט זיך רבי זעקס אדער זיבן מאל, שוין געפארן צו בר מצוה'ס אויף בני ברק חתונה'ס אויף בני ברק, ביקור חולים צום שווער קיין בני ברק, אבער יעדס מאל האט ער זיך אריבערגעכאפט קיין ירושלים, אמאל האט געריסן קריעה אויפן ברעסלאווער דאך אמאל געזינגן גלות גלות מיט מתתי' דייטש אויף הר הצופים, אמאל האט ער געגאסן ביטאן אויף ר' עמרם בלוי'ס בלוט, אמאל איז ער ארומגעפארן מיט דער יאפאנער דראג סוחר, בנציון מיללער, אבער עכ"פ קיינמאל האט ער נישט אויסגעלאזט קומען קיין ירושלים אפילו בלויז באזוכן דעם גאב"ד ירושלים,
דאס מאל האט ער לכתחילה געמאכט אז קיין ירושלים האט ער נישט קיין צייט, צו פיקטשערן מיט קרליץ אריינלייגן אפאר דאלער אין זיין פישקע דאס האט ער צייט, אבער מבקר חולה זיין דעם גאב"ד האט ער נישט קיין צייט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2012 02:27 |
|
| |
ביסט גערעכט. ער איז אויסגעשפילט אין ירושלים. אבער גרייט זיך שנעל צו א תירוץ אז ווען ער וועט אי"ה פארן תשע"ג וועט ער פארן צי דושינסקיא'ס מוסדות.
געלעכטער, איך פרעג דיך זייער אפען, דו זעהסט נישט אז דו רעדסט הוילע שטותים וואס פאסט פאר כיתה מכינה לישיבה קטנה. קודם האט ער נישט קיין דריסת הרגל, נאכדעם איז עס ווייל ער האט נישט פאר וועמען צו פארן.
דו טראכסט אוודאי אז איך וועל דיר ענטפערן אז אפשר פארט נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל ווייל ער האט מורא אז ער וועט נישט קענען עפענען דאס מויל?
ניין. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט נאך פארן. כ"ק אדמו"ר מהר"א וועט אויך אי"ה פארן קיין ירושלים. תשע"ב האט ער באשלאסן אז די נסיעה איז אויסשליסליך בני ברק.
ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2012 01:50 |
|
| |
אונז זעמיר אויף איין פעידזש. פארוואס גייט נישט ר' אהרן אויף ירושלים זאגסטו?! ווייל ער האט אזוי באשלאסן. בין איך מסביר פארוואס ס'איז אים אזוי גרינג צו פאסן אזא באשלוס, ווייל ווען ס'נישטא קיין מוסדות און נישט קיין קהלה, קיין גרויס כבוד קען מען דאך סתם אזוי נישט האבן פון די פרומע ירושלימע, באשליסט מען נישט צו גיין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 22:52 |
|
| |
אישור.
וואס ארט דיר, ער האט נישט קיין דריסת הרגל.
ס'איז בערף אזוי ווי ר' מענדל שווימער איז מעיאר אין קרית יואל. מוזט נישט אלעס זעהן מיט די אויגן. ס'איז העכערע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 22:23 |
|
| |
ווייטער זעה איך ווי מען בויעט קושיות אויף דברים פשוטים ביותר
מהר"א איז געווען אין ירושלים א צייט צוריק
יעצט איז ער געקומען קיין בני ברק
צו גיין אויף ירושלים מיינט פאר אים נאך א שיינע פאר טאג זיך אויפהאלטן
און עס איז א באזונדערע נסיעה
אז ער קומט אהין דארף ער באזוכן מוסדות על טהרת הקודש
ער דארף באזוכן רביס און רבנים אין די צענדליגער
א פרשה פון א טאג אדער צוויי
ער דארף אויפטרעטן אין די מוסדות/ישיבה און לכה "פ אויפטרעטן אין בהימ "ד
עס איז א פרשה גדולה בפני עצמו
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 22:09 |
|
| |
געלעכטער.
שפרינג נישט. האסט בסך הכל נישט פארשטאנען וואס איך זאג. ווער נישט עקסיידעט ווי מ'זאגט אין אנגליא.
אין זיין סקעדזושול איז נישט צו גיין קיין ירושלים ביי דעם באזוך. פארוואס. ווייל אזוי האט ער באשלאסן. חוץ אויב עפעס אויסערארדענטליך וועט פאסירן.
איך טראכט אז אויב ס'וועט זיין א לויה פון א וועלט בארימטן גאון ער אפשר יא גיין, אפשר נישט. איך האב סתם געשאסן א משל. און ביי דיר איז עס שוין גענוג פאר פולווער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 21:29 |
|
| |
ליין גוט איבער וואס דו שרייבסט. סתם אזוי וועיסטן א טאג אין ירושלים איז אומוויכטיג. אפשר טאמער אלישיב וועט שטארבן וועט ער גיין צו די לוי'.
דאס טייטש אזוי, באמת האט דער איד נישט קיין קהלה אדער מוסד אין ירושלים גרעסער פון סטראפקוב. דעריבער איז גיין קיין ירושלים קוקן אפאר נורסערי קינדער סתם פארפאטשקעט א טאג. אבער טאמער אלישיב וועט שטארבן, וועט מען גיין צו די לוי' ווייל ס'וועט זיין א סענזאציע, ס'וועט זיין בילדער, דעמאלטס לוינט זיך יא צו וועיסטן דעם טאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 21:01 |
|
| |
מה זה לו"ז?
אויב ער דארף גיין קיין ירושלים וויכטיג וועט ער גיין. ער שפירט נישט פאר וויכטיג. אזוי טרכט איך.
איך טראכט נאר, אויב עס זאל עפעס פאסירן מיט הרב אלישיב (ער זאל אוודאי האבן א רפואה שלימה) גלייב איך אז ער וועט אפמאכן אז ס'איז וויכטיג און וועט טוישן דעם פלאן.
אויב איינער געפינט נישט פאר וויכטיג צו "וועיסטן" א טאג אין ירושלים, מיינט אז ער האט נישט דריסת הרגל. אפשר יא, אבער איך בין דאך א דעקל בלע"ז, ממילא גייט עס נישט אריין אין מיין קאפ.
זאג נאר אין דיינס יא?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:37 |
|
| |
בוסט קע"ה א געלונגענער לץ, דער פאקט אבער אז אזויפיל שטעט אין ארץ ישראל ליגן אויף זיין לו"ז, בשעת ווען ירושלים איז בכלל נישט אין פלאן, זאגט אסאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:34 |
|
| |
יאפס. איך בין מודה צו אייך. עס מוז זיין אז עס מוז זיין אז ער זייער האט מורא צו פארן קיין ירושלים. איך קען נישט זעהן קיין אנדערע סיבה.
אגב הער איך אז ער האט דערווייל זייער מורא צו פארן קיין מירון. יעצט ווארט מען ביז מ'וועט קענען ברענגען א ריזיגע ארמיי אויף זונטאג, דעמאלט וועט די פחד אפשר אוועקגיין און ער וועט קענען פארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:32 |
|
| |
קענסט צולייגן וויפיל שטעט דו ווילסט, ירושלים איז נישט אויף די ליסטע!
|
|
|
|
|