ברעיקינג: ישיבה גדולה תורה ויראה דרב"י דסאטמאר - קרית יואל, אויפן וועג!
היינטיגן מוצאי שבת, ביי דעם גרויסארטיגן יערליכן דינער לטובת די ישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, האט דער סגן ראה"ק און יו"ר הנהלת הישיבה גדולה, הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו געמאלדן אז גייט אי"ה געעפענט ווערן א ישיבה גדולה פאר די סאטמארער בחורים אין קרית יואל.
ר' שאול האט ארויסגעברענגט אז פונקט אזוי ווי אין מאנטריאל האט סאטמאר א ישיבה גדולה, און אין לאנדאן האט סאטמאר א ישיבה גדולה, אין מאנסי האט סאטמאר א ישיבה גדולה, אזוי אויך אין ירושלים, וויל דער רבי שליט"א יעצט עפענען א ישיבה גדולה אין קרית יואל פאר די בחורים תושבי קרית יואל.
עס איז איבריג צו באטאנען אז דאס וועט נישט פארמינערן קיין משהו פון די ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג, וואס איז באוואוסט אין די גאנצע וועלט מיט איר אויסערגעווענליכע מעלות, אזוי ווי די היסטאריע האט געצייגט אז טראץ דעם וואס עס זענען דא 60 בחורים אין די ישיבה גדולה אין לאנדאן, 120 אין מאנטריאל, 110 אין מאנסי, און 85 אין ירושלים, איז די ישיבה אין וויליאמסבורג נאר געוואקסן מיט א אימפעט און האלט היינט צוטאגס ביי אריבער 800 בחורים כן ירבו, און דאס עפענונג פון די נייע ישיבה אין קרית יואל איז בלויז א בחינה פון יגדיל תורה ויאדיר.
אנ"ש אין קרית יואל האבן אויפגענומען די פרייעדיגע בשורה מיט גרויס סאטיספיקאציע און וואונטשן און האפן אז דער פלאן זאל קומען צו די ווירקליכקייט די שנעלסטע וואס מעגליך.
תוקן על ידי SatmarHQ ב- 16/01/2011 07:56:25
נשלח ב-17/1/2011 02:33
מאנסי: ווייסט אפשר איינער פארוואס ר' חיים יהושע דארף פארמאכן איין יארגאנג פון זיין ישיבה????? אדער טאר מען עס נישט שרייבן דא ברבים וד"ל (ע"ע ישיבה בבארא פארק)
ירושלים: און פון די 85 פון ירושלים (ביטע נישט לאכן) וויפיל האלטן מיט ר' חיים הערשעלע און וויפיל מיט זיינע קעגנער?
תוקן על ידי המהדרין ב- 17/01/2011 06:19:11
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/01/2011 22:07:56
נשלח ב-17/1/2011 00:51
סענעטאר כתב:
דער חידוש איז אז דער דזשיגאן עם הארץ האט אפילו אויף זיין כ"א כסליו בוים נישט געהאט מער ווי איין ישיבה גדולה איבער דער גארער וועלט, און דאך איז זיין ישיבה ווייניגער אין צאל מיט דריי הונדערט בחורים כ"י פונעם אחיו הקטן'ס ישיבה.
טאקע
די ישיבה גדולה אין בארא פארק איז זאליס
די ישיבה אור תורה אין מאנטריאל זענען אויך זאליס (כ'האב פארגעסן אין ענקער חלום איז עס שוין פארשפארט, ווער געדענקט?)
די ישיבה אין בני ברק איז עזריאל גליקס
די ישיבה קנין תורה אין מאנסי זענען זאליס
אפגערעדט אז די ר' חיים יושע'ס ישיבה אין מאנסי ווי עס לערנען 110 בחורים אין פאר סאם ריזאן איז ר' זלמן לייב נאך אפי' נישט דארט געווען קיינמאל...
נאר ווי האט נאר דער זעלבער שאול געזאגט ''אלעס בלייבט ביים אלטען''
ווי שרייבט ער נאר
120 אין מאנטריאל
110 אין מאנסי,
85 אין ירושלים,
נישט שלעכט..... ספעציעל אין ירושלים...
נשלח ב-16/1/2011 23:55
דער חידוש איז אז דער דזשיגאן עם הארץ האט אפילו אויף זיין כ"א כסליו בוים נישט געהאט מער ווי איין ישיבה גדולה איבער דער גארער וועלט, און דאך איז זיין ישיבה ווייניגער אין צאל מיט דריי הונדערט בחורים כ"י פונעם אחיו הקטן'ס ישיבה.
נשלח ב-16/1/2011 15:54
איך בין סתם נייגעריג אויב עס וועלן זיין עפעס נארמאלע ארונים וואס וועלן אהינשיקען זייערער קינדער דא לערנען, ווייל ווי נישט ווי וועלן זיך נישט אפשפילן דא די ראיאטן וואס טוט זיך כסדר אפ ביי די עם הארץ"ס ישיבה, איך גלייב אסאך עתטערן ווען ענדערש שיקען זייערער קינדער לערנען ביי די זאליס ווי איידער מען זאל זיי ניצען פאר טאן די שמיץ להגדיל עם הארץ (ווי ער רעדט זיך נעבעך שוין איין 20 יאר אז אזוי וועט ער נאך אמאל ווערן א גרויסע רבי)
_________________
נשלח ב-16/1/2011 09:07
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיין אינפארמאציע. אבער די בני יואל האבן א אייגענע ישיבה גדולה אין קרית יואל, ישיבת מהרי"ט, דעריבער גלייב איך נישט אז די ישיבה וועט שטיין צו זייער דינסט. דער ישיבה וועט געגרינדעט ווערן פאר חסידי מהרז"ל אין קרית יואל.
נשלח ב-16/1/2011 08:57
איז דאס אמת אז אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל גייען לערנען נאר בני יואל׳ער בחורים?