אין די טעג איז באקאנט געווארן אז די נטרונא ארגענעזאציע, וועלכע איז נתייסד געווארן מיטן ציהל צו מפרסם זיין שיטתו הקדושה פון רבינו בעל ויואל משה זי"ע וועגן ציונות איבער די גאנצע וועלט, איז געווארן א פאליטישער מאנטל און שלייער פאר די אהרונים צו דעקן זייער ציוניזים.
ווי באקאנט האט ר' אהרן טייטלבוים באקומען זייער א שמוציגן נאמען אין די גאס אלץ ציוני. קודם כל באגלייט אים דער פלעק פון זיין שידוך מיט וויזניץ, וואס דאס קען מען נאך זאגן איז געווען על דעת אביו נישט על דעת עצמו. אבער דערנאך מיט זיין באזוך קיין נתני' ביים קלויזענבורגער און יעצט מיט זיין בעלזא שלום פלאן איז פאר יעדן באוויסט געווארן לאן פניו מועדות. ווידעראום אין קנאי'שן פעלד ווייסן אלע עסקנים אז דער אדרעס ווען מען דארף הילף אין א מערכה, איז נישט ביי ר' אהרן טייטלבוים. די גרעסטע ראי' דערצו וועט דינען דער מאסן פראסטעסט דעם ווינטער וואס איז אפגעהאלטן געווארן פארענט פון די RFR געביידעס אין מאנהעטן קעגן די חפירות אין בית החיים אין יפו, וואו עס האבן זיך משתתף געווען אדמורי"ם, רבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גרעיטער ניו יארק, אבער אונזער ר' אהרן איז געבליבן פארשפארט אין שטוב.
דעריבער האט שמואל ווידער באשלאסן אז מ'מוז אנהייבן וואשן די מוחות אז אהרוניזים מיט קנאות גייט סינאנים. ער האט אנגעהויבן מיט רופן די עלטערן פון די עמנואל פרשה, וואס האט אויפגעשטורמעט גאנץ ארץ ישראל פאריאר זומער, זאלן זיך קומען פיקטשערן מיט ר' אהרן. דערנאך האט מען געמאכט פאר זיי א מסיבה אין קרית יואל, וועלכער איז געווען די ליצנות פון שטאט אז מ'שטיצט א מוסד וואס קען פשוט לעגאל נישט באקומען היי-יאר קיין פאנדן פון די מדינה, אבער עס איז בכלל נישט פארזיכערט, אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט קומענדיגע יאר ווען זיי וועלן שוין מעגן געזעצליך. פון דארט איז די עמנואל פראפעגאנדע אריבער קיין בארא פארק, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה, אבער מיט א מיאוס'ן דורכפאל, און מיט דעם איז געקומען צו א שליסונג די עמנואל - אהרונים שידוך, נאך איידער ער האט אפילו עספיעט צו מאכן א קאמפיין אין וויליאמסבורג.
יעצט, אין א פרישן פרואוו צו וואשן די מוחות, האט שמואל ווידער פארגעשלאגן פאר דעם אנפירער פון נטרונא אז ער זאל אריבערקומען קיין קרית יואל, וואו מען וועט מאכן א באמבאסטישע מסיבה פאר אים, און ברייט דעקן אין דער בלאט, און דערמיט ריינוואשן די אלע חששות און ספיקות אז ר' אהרן איז נישט קיין עכטער קנאי. דער אנפירער האט זיך געבראכן צו דעם פארשלאג, זייענדיג געדרוקט אין געלט און נויטיגט זיך אין היבש ביסל פובליסיטי, און דערווייל לאזט ער זיך נאך איינרעדן אז די אהרונים גייען אים אפילו געבן א פיאסטער. מיר וואלטן אים געראטן זיך צו גיין דורכרעדן מיט דעם אינגערמאן וואס די אהרונים האבן געברענגט קיין וויליאמסבורג צו לוחם זיין קעגן ר' משה דוד נידערמאן וועגן די מכלומרשטע חוקי תועבה, און אים צוגעזאגט א הון תועפות אבער למעשה פארשיקט מיט ליידיגע הענט. עס איז נישט קיין ספק אז זיי וועלן טון מיט נטרונא דאס זעלבע די סעקונדע נאכדעם וואס בחצרות סאטמאר וועט ארויסשיקן דעם אימעיל מיט בילדער וואו דער אנפירער פון נטרונא טרעפט זיך מיט ר' אהרן און גיבט אים דו"ח פונעם מוסד.
אנ"ש אחים לדעה ווייטאגן אז אזא הייליגע ארגענעזאציע, וואס חוץ מזה וואס זי איז געשטאנען אלע יארן ווייט פון סיי וואספארא סארט מגע ומשא מיט די סאטמארע פאליטיק, איז זי א קריטיש וויכטיג און הייליגע ארגענעזאציע פארן קיום המערכה קעגן ציונות איבער דער גארער וועלט, פאלט א קרבן צו די ביליגע פי.אר. און פאלטשקייט פון ר' אהרן טייטלבוים.
עס בלייבט נאר צום האפן אז וילמדו תועים בינה.
נשלח ב-21/1/2011 17:25
דזשיגאן, ג"א מצטרף לדברי אוטספאוקען, דיין מהלך פארשעמט די צד וועמען די פארטרעטסט
_________________
נשלח ב-21/1/2011 16:10
דזשיגאן
די זלונים זענען נישט אזוי מעשוגע ווי די ווילסט זיי אראפשטעלען (נישט נאר א די ביסט נישט קיין זלוני דאכט זיך אז די האסט נאך נישט געזעען איינס) אפשר אטעם נישט קיין לופט ווייל מהר''א(מרז''ל) האט דאס נעכטען געאטעמט
דערווייל קוקט מיר אויס אז מען נעמט דעם רבין ז"ל נאר ווי ס'קומט אויס גוט פאר די פארטיי און ווי נישט מאכט מען א שווייג, און די תקנה פון בחורים ביי חתונות יוכיח
און דו קלערסט טאקע ווען איינער וואלט געפירט א ערליכע מלחמה קעגן די ציונים און וואלט זיך נישט געהאלטן ביים אינדעטפעצירן מיט התאחדות מאיזה סיבה שיהי' קלערסטו אז די רבי (איך רעד נישט פון די יוצא משרתיו...) וואלט אים בויקיאטירט?
_________________
נשלח ב-18/1/2011 15:42
וואלןסח
דאס איז עיקר פאנדעמענטעל חילוק צויווישען די ארונים אין זלונים, די זלונים פארשטייען אז מ'דארף טיען פונקט ווי רביה''ק זי''ע האט גאטון פיפציג יאר צירוק, און דאמאלטס האט מען עדווערטייזט crc דארף מען היינט טון די זעלבע. די זעלבע איז מיט די ווייץ און מיט די די פלייש, ווייטער ארונים האלטן אז מהר''א איז א מנהיג און ער איז דן אויף יעדע ענין וואס די פעטער ז''ל וואלט געטון אין 2011
נשלח ב-18/1/2011 08:30
יא, הלוואי.........
נשלח ב-18/1/2011 06:30
הלוואי איז דאס אמת אז די ארונים ווערן ווארעם צו די מלחמה קעגן ציונות, איך גלייב שווער אז דאס איז אמת.
נשלח ב-18/1/2011 02:49
לאז מיר אייך עפעס מסביר זיין
ווען זיי לייגן ארויף CRC וואלטן זיי זיך אינדעטפיצירט מיטן צד השני, ווי באלד ס'איז געווען שוין אסאך מיסברויכן קעגן די ארונים מצד דעם מזכיר פון CRC (כבוד כל הרבנים כבודם במקומם מונח, איך רעד פון דער וואס פירט אלעס דארט) די מלחמה קעגן ציונות איז נישט קיין נכסי פרטי פאר CRC
און אפשד זאלן די ארונים ווערן ברוגז ווייל זיי לייגן נישט ארויף "ועד משמרת חומותיך ירושלים" וואס האט הודו מיט כוש, מעג מען נאר מלחמה האלטן מיט די ציונים ווען מען דערמאנט די קאראפטירטע התאחדות?
און איך וועל דיר זאגן נאך מער, לו יהא ווען זיי זאלן זיך אפילו נישט אינדעטפעצירן מיט רביה"ק זי"ע מאיזה סיבה שיהי', (למשל, זיי גייען איין טאג באשליסן אז זיי אינדעטפיצירן זיך נאר מיט די רבנים לפני המלחמה וואס האבן לוחם געווען קעגן ציונות), מיינט עס יעצט אז מען טאר זיי נישט שטיצן? אזוי לאנג ווי זיי האבן נישט קיין איין זייטיגע פאליטישע מאטיוון איז א חיוב זיי צו שטיצן
_________________
תוקן על ידי וואלןסח ב- 18/01/2011 02:58:06
נשלח ב-18/1/2011 02:00
וואלןסח
איך האב געמיינט די ארונישע פורום, סיי די ארונים און סיי די זלונים זענען זייער ווארעם פאר ''נטרונא'', נאר ווי איך האב פריער ארויסגעברענט אז מהר''א און וועד משמרת חומותיך זעען ''נטרונא'' אלץ א הילף פאר די מלחמה אנטקעגען ציונות, אבער ...... און ..... וואס פירען אן די זלונישע פראטעסטען האבן א אישו מיט 'נטרינא' ווייל זיי ווילען נישט ארויפלייגען crc אויף זייער רעדיא און צייטונג עדווערטייזמענט, און אויך ליידן זיי אויפ'ן אני ואפסי.
נשלח ב-18/1/2011 01:30
וואלןסח כתב:
די ארונים שפילען יעצט כאילו די זלונים טיען בויקוטען ''נטרונא'', ס'איז נישט קיין סוד אז די אנפירעס פון ''נטרונא'' זענען נישט קיין ארונים, לאמיר נישט לאזען אז ''נטרונא'' זאל פאלען א קרבן פאר די סאטמארע פאליטיק.
נטרונא שרייבט נישט אין זייערע אפיצעלע צעטלעך קיין ווארט נישט פון מהר"א, זייער איינציגע חטא איז אז זיי זענען געקומען בעטן געלט אין קרית יואל
_________________
מסכים מיט וואלן. כאטש דו האסט צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט געשריבן מיט נארמאלע סייז פאנטס.
נשלח ב-18/1/2011 01:02
outspoken כתב:
די ארונים שפילען יעצט כאילו די זלונים טיען בויקוטען ''נטרונא'', ס'איז נישט קיין סוד אז די אנפירעס פון ''נטרונא'' זענען נישט קיין ארונים, לאמיר נישט לאזען אז ''נטרונא'' זאל פאלען א קרבן פאר די סאטמארע פאליטיק.
נטרונא שרייבט נישט אין זייערע אפיצעלע צעטלעך קיין ווארט נישט פון מהר"א, זייער איינציגע חטא איז אז זיי זענען געקומען בעטן געלט אין קרית יואל
_________________
נשלח ב-18/1/2011 00:34
משהלע כתב:
נעבעך, מיינסט באמת אז עס ארט מיך אז דו שרייסט אז ר' אהרן איז א דזשיגאן עם הארץ? טיפשל, א עם הארץ מאכט מען נישט, צו ווערן א עם הארץ דארף מען נישט שווער ארבייטן און הארעווען, אדער ביסטו, אדער ביסטו נישט, א תלמיד חכם צו ווערן דארף מען שווער הארעווען און ארבייטן אזוי ווי רבי אהרן האט געטון משחר נעוריו, און אויב איז מען ביזי מיט דזשיגאן טעיפס, בלייבט מען א פאלנער דזשיגאן עם הארץ, קענסט שרייען ביז חול המועד פורים אז ר' אהרן טייטלבוים איז עם הארץ, אויסער ארויס ברענגען א שמייכל ביים עולם וועסטו גארנישט אויפטון,
איך קען שרייען ביז חול המועד פורים און ווינדער איבער ווינדער, עס וועלן פאקטיש זיין אפאר מענטשן וואס וועלן דאס גלייבן, והא ראי' אז עטס שרייטס שוין צען יאר אז ר' זלמן לייב הערט דזשיגאן טעיפס, און ס'דא אפאר שעפסן וואס גלייבן דאס.
נחזור לגופו של ענין, האסט נישט געענטפערט געלעכטערס פראגע וועגן די מוסדות אין ירושלים.
נשלח ב-18/1/2011 00:10
פאפיטא כתב:
רעכן מיר אויס "איין" אומפארטייאישע מוסד אין ארץ ישראל וואס האט נהנה געווען א שווה פרוטה שטיצע פון דיין דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים.
וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט א גרויסער עם הארץ!!!!, ווייל דו ווייסט אפילו נישט דעם נאמען פונעם דזשיגאן עם הארץ...
דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט ר' אהרן טייטלבוים, זיין נאמען איז ר' זלמן לייב טייטלבוים, סא, געט יור פעקטס סטרייט.
אמעריקע איז א פרייע לאנד, דו ווילסט יענעם מאכן פאר א דזשיגאן עם הארץ, יענער מעג דיך צוריק מאכן און דו קענסט גארנישט טון, סארי. נעקסטיים פאר דו מאכסט א צונאמען טראכט צוויי מאל וועסטו זען אז מ'קען עס אייביג צוריקנוצען.
נעבעך, מיינסט באמת אז עס ארט מיך אז דו שרייסט אז ר' אהרן איז א דזשיגאן עם הארץ? טיפשל, א עם הארץ מאכט מען נישט, צו ווערן א עם הארץ דארף מען נישט שווער ארבייטן און הארעווען, אדער ביסטו, אדער ביסטו נישט, א תלמיד חכם צו ווערן דארף מען שווער הארעווען און ארבייטן אזוי ווי רבי אהרן האט געטון משחר נעוריו, און אויב איז מען ביזי מיט דזשיגאן טעיפס, בלייבט מען א פאלנער דזשיגאן עם הארץ, קענסט שרייען ביז חול המועד פורים אז ר' אהרן טייטלבוים איז עם הארץ, אויסער ארויס ברענגען א שמייכל ביים עולם וועסטו גארנישט אויפטון,