| נשלח ב-17/1/2011 23:09 |
|
| |
אנאנימע איסור קעגן "די וועלט" בילדער מאגאזין
היינט איז מפורסם געווארן א פאשקעוויל-איסור קעגן די בילדער מאגאזין די וועלט.
איך האב געזען די וועלט מאגאזין ווען ס'איז ארויסגגעקומען, און איך האב תיכף געזען אז דאס איז א געמיינע אויסגגאבע וואס האט נישט קיין שום ביזנעס פאטענשעל צו בלייבן אין ביזנעס פאר לאנג טוירם.
למעשה איז ארויסגעקומען אן איסור-שמיסער פון א פאשקעוויל קאמפיוטער, אן א שום נאמען.
פארוואס האבן די רע-בנים מורא ארויסצוקומען מיט זייערע נעמען.
פארוואס דארף יעדע ערנסטע זאך טראגן דעם כאראקטער פון א פאשקעוויל?
איך ווייס נישט ווער דער ארויסגעבער פון די וועלט איז, אבער עס איז אינטרעסאנט אז ווען "די בליץ" האט געדרוקט אויסגעלאסענע בילדער אין זייער מאגאזין 2 וואכן צוריק, איז קיין שום איסור-שמיסער נישט ארויסגעקומען.
ילמדנו רבינו, מאי אולמא האי מהאי? _________________
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/01/2011 23:09:51
תוקן על ידי המהדרין ב- 17/01/2011 23:59:34
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 04:07 |
|
| |
ווער עס געדענקט איז ערשינען אין די געשעפטן מיט א שטיק צייט צוריק א וועלטליכע בילדער אויסגאבע וואס האט געהייסן "אלבום", גראדע אביסל מער מענטשליך ווי דער "וועלט" אבער אויך אויף אזא סארט שניט, אבער נאך צוויי וואכן איז עס שוין נישט געווען צו באקומען, ווייסט איינער וואס האט דערמיט פאסירט?
און אינטערסאנט איז אז אויף דער אלבום איז נישט ארויסגעקומען קיין שום איסור, אפילו נישט אנאנים.
תוקן על ידי חזקה ב- 18/01/2011 04:08:59
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 00:36 |
|
| |
פראסט עדווערטייזמענט. דאס איז היינט א אנגענומענער מיטל פון עדווערטייזן, מער מענטשן קוקן אויף א פאשקעוויל ווי א פשוט'ע עדווערטייזמענט צעטיל.
|
|
|
|
|