בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: מהרז"ל אין א שלום מיט בעלזא !!! (חיי שעה)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2011 20:04 לינק ישיר 
ברעקינג: מהרז"ל אין א שלום מיט בעלזא !!! (חיי שעה)

(קלארשטעלונג: היות איך בין נישט קיין סעקרעטאר ביי חיישעה, דעריבט שרייב איך מיט מיין ניק, אבער דער ארטיקל געהער צו זיין מיטן ניק חיישעה. מיט פארשטענדעניש, FiveBoro).



היינט קומט די ברעקינג נייעס, אז נאכדעם וואס סאטמאר מהר"א האט אונטערגעריסן בעלזא אויף א שווערן אופן, האט בעלזא באשלאסן צו לאזן דעם שוואגער פייפן, און ער האט געשיקט א שליח צו מהרז"ל אז ער איז גרייט שלום צו מאכן מיט אים, און אין די זעלבע צייט אים קרוינען אלס סאטאמרע רבי.

שוין א לאנגע צייט וואס די זאלונים פרובירן צו זיין די וועלכע מאכן שלום מיטן בעלזער, ווייל זיי שפורן אז אויב וועט זיי בעלזא איבערבעטן וועט דאס ווייזן אז בעלזא אנערקענט זיי אלס די ריכטיגע סאטמאר, און אזוי אויך וועט די באציאונגען מיט בעלזא ברענגען אסאך גוטע קאנעקשנס אין די ארומיגע חסידות'ן, אין אר"י און דאהי.

די בעלזא אבער האבן ליבערשט געוואלט מאכן א שלום מיט די ארונים, ווייל זיי האבן געטענה'ט אז אין די וועלט איז מהרז"ל א אויסגעשפילטע נאמען, און זיי וועלן דערפון גארנישט פארדינען.

למעשה יעצט האט בעלזא געזעהן אז זיי וועלן שוין מט די ארונים נישט אנקומען, און זייענדיג טיפ באליידיגט פון די נעגאטיווע מעסעדש אויף קול סאטמאר, וואס דאס איז שוין געקומען נאכדעם וואס מען האט זיי געהאט קלאר פארשפראכן אז עס גייט זיך אנהייבן א באוועגונג ביי די ארונים אז בעלזא זענען יא קנאים, און דא קומט מען און מען רייסט זיי ארונטער אלס ציונים, דעריבער האבן זיי באשלאסן אז די שלום-פלאן מיט די ארונים איז געקומען צו א ענדע.

זונטאג נאכט איז אריבערגעקומען משה קארן פון בארא פארק, די הויפט שלום פארמיטלער פון בעלזא, צום שטוב פון יעקב משה ענגלענדער, פון די הויפט יועצים פון הגרז"ל, וואו עס זענען אויסגעשמועסט געווארן די דעטאלן פונעם שלום פלאן.

יעקב משה האט אים קלארגעשטעלט, אז דאס וועט מוזן גיין צוביסלעך, און צוערשט וועט די מחנה חרדי מוזן אנהייבן דעקן די מאורעות פון די זאלונים, הערשט דערנאך וועט דער איד אנהייבן שרייבן איבער בעלזא.

משה קארן האט אויך פארלאנגט אז די זאליס מוזן אין דעליווערן אז 'די צייטונג' זאל זיך אויך צושטעלן, און מנשה פילעפף זאל אנהייבן א היסטאריע-ארטיקל איבער די גרויסקייט פון בית בעלזא, וואס צום אויספיהר זאל באשריבן ווערן די מערכה פון די עדה קעגן בעלזא, וואו דאס זאל ווערן אראפגעלייגט אויף א קונצלערישע וועג אז די זאך זאל ווערן אויסגעטייטשט ווי א פאטאלע טעות, און אזוי דערנאך זאך ער באשריבן ווי גרויס בעלזא איז צום סוף געוואקסן.

יעקב משה האט אים דאס נישט געקענט פארזיכערן, ווייל מנשה פילעפף וועט זיך - לויט זיינע ווערטער - שעמען ארויסצוגיין אויף די גאס פאר עטליכע וואכן, אין פאל ער טוט דאס.

הרב קארן האט געזאגט אז די געשפרעכן וועלן גיין ווייטער אן דעם, אבער דאס גייט נישט אראפ פון טיש, און מען וועט נאך צוריקקומען צו די אישו.

נעכטן נאכט האט זיך די פראצעדור געגעבן א רוק פאראויס, ווען איינער פון די בעלזא דיינים פון מאנסי, הג"ר אהרן מענדל ראטשילד, איז געקומען אויף א אפגעשמועסטע מיטינג מיט הגרז"ל אליינס, אינעם בוידעם אויף ראסס סטריט, וואו משה פר"מ האט זיך - אגב - נישט געוואלט משתתף זיין, אבער שמואל ט"ב האט דאס יא געשטופט ביז דאס איז צושטאנד געקומען.

די באציאונגען זענען געווען זייער ווארעם, אבער די פלענער זענען נאכנישט קלאר דערווייל, עכ"פ לויט וויפיל חיי שעה איז אינפארמירט געווארן.

פאלגט נאך מיט שפאנונג ביזן ענדע, מיט די פריידיגע שלום צווישן מהרז"ל און בעלזא.

קרעדיט, חיי שעה:




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2011 21:57 לינק ישיר 

די זאליס וואלטען ג'פגר'ט צו מאכען א שלום מיט בעלזא
זיי וואלטן שוין געטראפען א מיליאן סילופים פארוואס עכט זענען בעלזא די גרעסטע קנאים
די פראבלעם איז נאר אז די בעלזא אנערקענען נאכנישט אין די גרויסקייט פין די זאליס


תוקן על ידי היראים ב- 18/01/2011 22:02:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2011 20:35 לינק ישיר 

אוי וויי, הרב ראפאגאש, איר האט - דוכט זיך - אויך געבארגט א ניק פון די זאלונים...

(נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן, און כ"ש נישט שרייבן).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2011 20:29 לינק ישיר 

וואס איז דער מיינונג פון כ''ק הגה''ק רבי ישראל חיים מנשה שליט''א גאב''ד ירושלים עה''ק בנוגע דעם שלום? ער פארטרעט דאך די עדה? נישט אזוי? און די גאנצע גראשקע מיט בעלזא איז דאך נאך געווען וועגן די עדה?

נאך איז שווער היתכן מען פירט זיך אזוי אומענטשליך עס איז ידוע אז דער אבי אבות האזאליס, דער פיאניר וואו די זאלי באוועגונג איז געווער דער גנב כל הדורות דער מנוח ווויגדור זיכרונה לסרכה,
וואס צו אלע זיינע באמבאסטישע טיטלען וואס ער האט אלס זיך באקרוינט בחיים חיותו איז געווען ''שונא בעלזא נימער איינס''
אלזא וואו איז די יושר ווייל וויגדער האט שוין געפיפטערט מעג מען גיין אונטער זיין ריקן און מאכן א שלום מיט בעלזא?

הו!!! ווען וויגדור וואלט נאך היינט געלעבט ח''ו וואלט ער דאך איז נישט אויסגעהאלטען,

(נא נאך א מזל אז ער לעבט שוין נישט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: מהרז"ל אין א שלום מיט בעלזא !!! (חיי שעה)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext