פארוואס ווען א זאלי גייט צו פאללאקס לאט איז דאס א פליק פאר די אהרונים, ווי די זאלונים האבן געטאנצן פאר שמחה ביי ר' יונה האלפירט און ר' חיים אביגדור קאהן ז''ל סא, פארוואס איז דער מציאות אז מען לייגט ר' אברהם שלום ז''ל אין אלטן בית החיים נישט קיין פליק פאר די זאליס?
דער ענטפער איז זייער פשוט, ר' אברהם שלום ז''ל האט קיינמאל נישט געוואלט ליגן מאחורי הגדר נישט לכתחילה, נישט בדיעבד, נישט ברצון, נישט באונס, ער האט כל ימיו געשטרעבט אז לאחר פטירתו זאל ער ליגן במחיצת רבותינו הקדושים זי''ע, און דער בורא כל עולמים האט ערפילט זיין וואונטש, ער קומט למנוחת עולמים סמוך ונראה צום אוהל רבותינו הקדושים.
ווידער די זאליס, (איך רעד פון די יחידים חסידי הברך משה) ווי ר' יונה האלפערט, און ר' חיים אביגדור קאהן ז''ל האבן אויך קיינמאל נישט געוואלט ליגן מאחורי הגדר נישט לכתחילה, נישט בדיעבד, נישט ברצון, נישט באונס, זיי האבן כל ימיהם אויך געשטרעבט אז לאחר פטירתם זאלן זיי ליגן במחיצת רבותינו הקדושים זי''ע, און דאס וואס זיי ליגן מאחורי הגדר, איז נאר באונס (מחמת שנאה) און בדלית ברירה (ווייל די בעלות פון דעם אלטן בית החיים איז ביד האהרונים), ס'איז זיכער נישט געווען זייער שאיפה נטמן צו ווערן מאחורי הגדר,
אלזא איז זייער פשוט, יעדער וואס מען לייגט ביי פאללאק, איז א מעכטיגער פליק פאר די זאלי קאמפאני, אז ר' יונה האט נישט געקענט ליגן אין אלטן בית החיים איז א פליק פאר ר' יונה האלפערט ובדומה לו, אז ר' חיים אביגדור איז געצווינגען געווען זיך אויסוועלן צו ליגן מאחורי הגדר (ווייל ער איז געווען א פארביסענער זאלי) איז א פליק פאר די זאליס און פאר שאול פערלשטיין בפרט, (אלעס בלייבט ביים אלטן) קל וחומר ובן בנו של קל וחומר, ווען א זאלי איז מחליט יא צו ליגן אין אלטן בית החיים טראץ וואס עס איז בבעלות האהרונים, ווי גרויס איז דער פליק פאר די זאליס, דאס איינציגע מאל ווען די אהרונים קענען כאפן א פליק, (בענין הבית החיים, ווייל סתם פליקעס האט מען שוין פלענטי געכאפט) איז נאר אויב אזא איד ווי ר' אברהם שלום עפשטיין אדער בדומה לו, וועט לאזן צוואה אז ער וויל ליגן ביי פאללאק, דעמאלטס וועלן די אהרונים כאפן א מעכטיגן פליק, און קיין שום נארמאלער מענטש עקספעקט דאס נישט, במילא בלייבט נאר צו וואונטשן פאר די זאליס, המקום ינחם אתכם!!!
 |
|
|