בית פורומים כל העולם כולו

נידערטרעכטיגער גייט צו באגא"ץ - פארלירט. לויפט אויף וואשינגטאן !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/1/2011 17:28 לינק ישיר 
נידערטרעכטיגער גייט צו באגא"ץ - פארלירט. לויפט אויף וואשינגטאן !

דער נידערטרעכטיגער יונגאטש וועלכער האט פארראטן שלומי אמוני ישראל, און די רבבות אלפי ישראל, וועלכע גלייבן נישט אז עס קען ארויסקומען סיי וועלכע טובה פאר כלל ישראל פון דעם טמא'נעם ציוניסטישן באגא"ץ, האט געוואלט זיין א העלד, און האט אריינגגעטראגן א ביטע צום בג"ץ אז זיי זאלן אפשטעלן די חפירות אין יפו.

למעשה, ווי יעדער ערליכער איד האט געוואוסט פון פאראויס האט טאקע פאסירט: די בג"ץ האט גע'אורטיילט אז מ'מעג ווייטער גראבן, ווייל דארט זענען באגראבן חזירים, מאלפעס אדער ערלים. נאר נישט קיין אידישע קברים. (גיי פרעג זיי אפ).

דער נידערטרעכטיגער יונגאטש וועלכער האט זיך געגראבן דעם גרוב איז אריינגעפאלן דערין, אין דעם פח יוקש, און האט נישט קיין וועג ארויס. יעדער פארשרייט אים און באשייגעצט אים, היתכן דו ביסט געגאנגען טאן אזא שייגאץ שטיק. ווער האט זיר געגעבן דעם היתר דאס צו טאן?

גייט יעצט דער נידערטרעכטיגער יונג קיין וואשינגטאן, וואו ער גייט פיקטשערן מיט פרעזידענט בוש און ניקסאן, אבאמא און קלינטאן.. און גייט האבן ריזיגע שיינע פיקטשערס מיט אלע פאליטישאנס... אבער

דעם חורבן האט דער נידערטרעכטיגער יונג געמאכט
און צוריק איז קיין וועג נישטא ! און זיכער נישט דורך דעם באנדיט וואס האט געמאכט די טראבל.

בור כרה ויחפרהו, ויפול בשחת יפעל !



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2011 00:30 לינק ישיר 

ווער עס גייט צום באגא"ץ צו פועל'ן וועגן קברי ישראל, דער גלייבט נישט אין תהילים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2011 00:20 לינק ישיר 

הלוואי זאל געלונגען אפצושטעלן די חפירות
אבער מיט אזעלכע היפאריטישע קינדערישע מהלכים דארף זיין א נס אז עפעס זאל זיך רירן
אזא פנים האט עס ווען די קנאות איז א מיטל נישט קיין ציהל...

די קינדער שרייבן נאך אז זיי מאכען א יום תפילה אין די צייט וואס נידערמאן וועט זיך פיקטשערן...

עס קומט זיי א מעדאל פין סילוף אין די מלחמה קעגן ציונת אנגהויבן פין די טעגליכע פראטעסטן ביי אבי ראזען אא''וו ביז די קלאגע אין בג''ץ אין די בויקאט קעגן נטרונא
ער קען זיך פארמעסטן מיט די בעק'ס פין מאנסי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נידערטרעכטיגער גייט צו באגא"ץ - פארלירט. לויפט אויף וואשינגטאן !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext