נידערטרעכטיגער גייט צו באגא"ץ - פארלירט. לויפט אויף וואשינגטאן !
דער נידערטרעכטיגער יונגאטש וועלכער האט פארראטן שלומי אמוני ישראל, און די רבבות אלפי ישראל, וועלכע גלייבן נישט אז עס קען ארויסקומען סיי וועלכע טובה פאר כלל ישראל פון דעם טמא'נעם ציוניסטישן באגא"ץ, האט געוואלט זיין א העלד, און האט אריינגגעטראגן א ביטע צום בג"ץ אז זיי זאלן אפשטעלן די חפירות אין יפו.
למעשה, ווי יעדער ערליכער איד האט געוואוסט פון פאראויס האט טאקע פאסירט: די בג"ץ האט גע'אורטיילט אז מ'מעג ווייטער גראבן, ווייל דארט זענען באגראבן חזירים, מאלפעס אדער ערלים. נאר נישט קיין אידישע קברים. (גיי פרעג זיי אפ).
דער נידערטרעכטיגער יונגאטש וועלכער האט זיך געגראבן דעם גרוב איז אריינגעפאלן דערין, אין דעם פח יוקש, און האט נישט קיין וועג ארויס. יעדער פארשרייט אים און באשייגעצט אים, היתכן דו ביסט געגאנגען טאן אזא שייגאץ שטיק. ווער האט זיר געגעבן דעם היתר דאס צו טאן?
גייט יעצט דער נידערטרעכטיגער יונג קיין וואשינגטאן, וואו ער גייט פיקטשערן מיט פרעזידענט בוש און ניקסאן, אבאמא און קלינטאן.. און גייט האבן ריזיגע שיינע פיקטשערס מיט אלע פאליטישאנס... אבער
דעם חורבן האט דער נידערטרעכטיגער יונג געמאכט
און צוריק איז קיין וועג נישטא ! און זיכער נישט דורך דעם באנדיט וואס האט געמאכט די טראבל.
בור כרה ויחפרהו, ויפול בשחת יפעל !
 |
|
|