היום: שד"ר הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אין וואשינגטאן
היינטיגן דאנערשטאג יתרו, איז הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו דער שליחא דרבנן, אראפגעפארן קיין וואשינגטאן די.סי. וואו ער וועט זיך טרעפן מיט הויעכראנגיגע פערזענליכקייטן אפצושרייען די שרעקליכע גזירה פון חיטוטי שכבי אינעם בית החיים אין יפו.
די התאחדות הרבנים האט לכבוד דעם פאררופן א יום תפילה היינט אין די שעות פון 3 ביז 5, אז כלל ישראל זאל מרבה זיין בתפלה אז די השתדלות זאל עושה רושם זיין, און די חילול הקברים זאל קומען צו אן אפשטעל.
בשעה 3:15 וועט זיין א מנין תהילים אין בית המדרש הגדול אויף ראדני סט.
ולה' הישועה!
|
|