| נשלח ב-24/1/2011 05:34 |
|
| |
איז א פראבלעם צו עסן פירות ט"ו בשבט?
פארגאנגענע וואך איז, כידוע, געווען דער יו"ט לישראל, חמשה עשר בשבט, ר"ה לאילנות, המנהג בכל תפוצות ישראל צו עסן פירות מינים ממינים שונים, און פראווען א סעודה, זאגן געוויסע תפילות, זינגען איינגנארטיגע ניגונים וכדומה,
דער מנהג פון עסן פירות, איז איינגעפירט ביי אלע שיכטן אין קרייזן בישראל, אלע חסידישע הויפן, מתנגדים, אשכנזים, ספרדים, ממש יעדער שומתומ"צ האלט דער מנהג אן קיין אויסנאם, ווארשיינליך איז עס א גאר אלטער מנהג נאך מקדמת דנא, אפשר מימי חז"ל,
אויסער איין נייער מאדנער פראקציע אין כלל ישראל האט אפגעמאכט אז זיי גייען אפשפעטן פון דעם מנהג, נישט ח"ו ווייל זיי האבן א פראבלעם מיט מנהגי ישרא' בכלליות, נאר היות דער מנהג איז געפראוועט געווארן ברוב עם, דורך זייער שונא נומער 1, דער סאטמאר רבי שליט"א, אין א שטאט וואס זיי האלטן אז זיי האבן די עקסקלוסיוו רעכטן זיך צו רופן סאטמאר, האבן זייערע קעפ אנגעהויבן אזוי שווינדלן און זיך דרייען ווי א מעריגאראונד, כרגיל, אז נישט מער און נישט ווייניגער מ'גייט חוזק מאכן פון א אידיש קינד וואס איז מקיים א אור אלטער מנהג ישראל, מיטן איהם רופן "מעלאנע רבי"
און איך וויל קלאר שטעלן אז דער סאטמאר רבי האט גארנישט געטאן דא עפעס אויסערארדענליך, סך הכל האט מען אריינגעפרענגט א שיינע טאץ פירות, ער האט געמאכט א בורא פרי העץ בכוונה, טועם געווען פארשידענע פירות לכבוד חמשה עשר, געזאגט א נאך ברכה, וזה הוא,
יעצט וואס קומט זיך איהם פעטש פאר דעם?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2011 17:44 |
|
| |
מען ברענגט פירות צו רעבענס טיש, אין מען לייגט עס אינטערן טיש, האסט שוין געזעהן אזא רבי אין דיין לעבן? מסתמה האט ער אזוי געלאכט, אז פאר בושה האט מען שנעל באהאלטן די פירות אונטערן טיש, דער איינציגער הסבר וואס איך האב.
ווער עס האט געדולד צו מאכן אפאר גוטע פראזן פאר היראים ווי למשל זאליבאצענעסענעס, דשיגאן, אדער ווייסעך וואס, עפעס א גוטס זאל איבערנעמען דעם היראים, ווייל ער האט שוין נישט קיין כוח, אין חוץ קווינס תינוק טרעפט ער נישט עפעס א גוטס אויף מיר, וויפיל כוח פארמאגט דען איין בר נש, ער איז פארט א בשר ודגים, סוי ביטע זיך ווארים אונרופן צום אפיל, דאנקע שיין
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 25/01/2011 17:44:10
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 21:36 |
|
| |
גיי זיי אים מסביר אז ס'ליגט אינטערן רבין'ס טיש, אין די רבי זעהט עס נישט
אבער אז ער לאכט מיז דאך זיין אז ער לאכט צו דעם מעלאנע וואס ער קען אפי' נישט זעהן...
מ'דארף זיין א עכטע זאלי צו פארשטיין די קאפשטיק, ס'קען אפי' נישט זיין אז ער שמועסט מיט זיין מחותן דער וואלאווער רב
ווער ס'האט געדולט מיך איבערצונעמן די אין זיך טענה'ן מיט דעם קווינס תינוק
קען עס טוהן
כ'האב נישט געדולד אנצוחזרן די אשכול מיט די קינדישקייט
תוקן על ידי היראים ב- 24/01/2011 21:38:16
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 21:06 |
|
| |
סאררי אז איך האב נאר אזא שוואכער בילד, אי"ה אין די בילדער אויסגאבעס וועט זיין קנאקעדיגע בילדער אז די זאליס וועלען פלאצן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 21:01 |
|
| |
מלכות מעלאנע בתפארתו

|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 20:27 |
|
| |
ווייז מיר א בילד ווי איינער לאכט צו א מעלאנע
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 20:22 |
|
| |
| היראים כתב: |  | ס'דא א שטיקל נ''מ פין נעמען די גרעסטע אתרוג אין ארומשיקען די בילדער צו די פרעסע ווי דער שוטה לאכט צו וועלטס גרעסטען אתרוג |
|
טייערער היראים, אפשר קענסטו מסביר זיין דעם נ"מ? דו ביסט טאקע זייער קליג, אבער מיר עמך יודן ווילן אויך פארשטיין, מאי שנא א שוטה וואס לאכט צו א מעלוינע, מה'שוטה וואס לאכט צו אן אתרוג, ילמדינו רבינו!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 20:01 |
|
| |
מלך
קוקסט אויס ווי ביזט א געלונגענע פאפיגיי אבער ס'דא א שטיקל נ''מ פין נעמען די גרעסטע אתרוג אין ארומשיקען די בילדער צו די פרעסע ווי דער שוטה לאכט צו וועלטס גרעסטען אתרוג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 19:58 |
|
| |
קראך היט
דער אויבישטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט דארפן פארשטיין זייער טיפער ווייטוג
זיי נעמען די סאטמארע עקזיסטענץ אויף זיך ווי די שנאה פין ע''ה לת''ח
די לעצטע אשכולות דארט אנגעהויבן ביי די טעגליכע אפדעיטס פין די מעכטיגע מחלוקה פין בעלזא מיט די סאטמאר אין די שלום פין בעלזא מיט די זאליס, די התאחדותינו מיט קלויזענבורג, אין גענדיגט ביי די בויקאט קעגן נטרונא
איז ווערט אלע געלטער
דארפסט פארשטיין
ווען די וואלטס געווען אזוי אנגזעצט וואלסטו פינקט אזוי געדארפט עפענען אשכולות פין די ליצנות'דיגע פירות טיש וואס ער האט געפירט אין קווינס מיט באנאנע'ס אין שרייען באנאנא רבי
דער באנאנא טיש בויקאטירט דורך די רמ''י הישיבה
זאלסט דאס קיינמאל נישט פארשטיין
נישט זייער מצב אין נישט זייערע מידות
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת וחי עולם נטע בתוכינו
תוקן על ידי היראים ב- 24/01/2011 20:10:36
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2011 19:23 |
|
| |
וואס איז דער חילוק צווישן א א מעלוינע אין א אתרוג?
פארגאנגענע וואך איז, כידוע, געווען דער יו"ט לישראל, חמשה עשר בשבט, ר"ה לאילנות, המנהג בכל תפוצות ישראל צו עסן פירות מינים ממינים שונים בכלל, אין אתרוג, בפרט, און פראווען א סעודה, זאגן געוויסע תפילות, זינגען איינגנארטיגע ניגונים וכדומה,
דער מנהג פון עסן אתרוג, איז איינגעפירט ביי אלע שיכטן אין קרייזן בישראל, אלע חסידישע הויפן, מתנגדים, אשכנזים, ספרדים, ממש יעדער שומתומ"צ האלט דער מנהג אן קיין אויסנאם, ווארשיינליך איז עס א גאר אלטער מנהג נאך מקדמת דנא, אפשר מימי חז"ל, אויסער איין נייער מאדנער פראקציע אין כלל ישראל האט אפגעמאכט אז זיי גייען אפשפעטן פון דעם מנהג, נישט ח"ו ווייל זיי האבן א פראבלעם מיט מנהגי ישרא' בכלליות, נאר היות דער מנהג איז געפראוועט געווארן ביי א מסיבה לטובת א געוויסן צדקה צוועק, דורך זייער שונא נומער 1, דער סאטמאר רבי מהרז"ל שליט"א, אין א שטאט וואס זיי מיינען נאך אז זיי האבן די עקסקלוסיוו רעכטן זיך צו רופן סאטמאר, האבן זייערע קעפ אנגעהויבן אזוי שווינדלן און זיך דרייען ווי א מעריגאראונד, כרגיל, אז נישט מער און נישט ווייניגער מ'גייט חוזק מאכן פון א אידיש קינד וואס איז מקיים א אור אלטער מנהג ישראל, מיטן איהם רופן "אתרוג רבי" און איך וויל קלאר שטעלן אז דער סאטמאר רבי האט גארנישט געטאן דא עפעס אויסערארדענליך, סך הכל האט מען אריינגעברענגט א שיינע גאר גרויסע אתרוג וואס מען זעהט ווייניג, דער עולם האט געשמייכלט, ער האט געמאכט א בורא פרי העץ בכוונה, טועם געווען פארשידענע פירות לכבוד חמשה עשר, געזאגט א נאך ברכה, וזה הוא, יעצט וואס קומט זיך איהם פעטש פאר דעם?
 |
|
|
|
|
|