בית פורומים כל העולם כולו

אמעריקע גרייט זיך צום סטעיט אוו די יוניאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2011 23:09 לינק ישיר 
אמעריקע גרייט זיך צום סטעיט אוו די יוניאן

מארגען נאכט וועט פרעזידענט אבאמא איבערגעבן פאר'ן קאנגרעס די יערליכע באריכט איבערן געשטעל פון די פארבאנד. דער באריכט ווערט היינט-צו-טאגס אויך געגעבן אין א רעדע פארמאט.

 

פרעזידענט אבאמא שטייט אין א קריטישע צייט ווען ער שפרינגט אצינדער אריין אין זיין ווידערערוויילונג קאמפיין נאכן פירן א היבש ליבעראלן רעגירונג אין זיינע ערשטע צוויי יאר, וואס האט געפירט צו היסטארישע פארלוסטן פאר זיין פארטיי פאר עטליכע מאנאטן צוריק.

 

קיינער האט נישט געגלייבט אז דער פרעזידענט וועט אזוי שנעל כאפן דעם ווינק, ווען ער האט גלייך נאכן פארלוסט זיך צוזאמענגעזעצט מיט זיינע רעפובליקאנער קעגנער און געלאזט הענגן זיינע ליבעראלע פריינט ווען ער האט דערלאנגט פאר די אמעריקאנער א שטייער שניט פארלענגערונג פון צוויי יאר וואס זיין פארגייער דזשארדזש בוש האט איינגעפירט – נאך איידער די רעפובליקאנער האבן געהאט דעם שאנס איבערצונעמען דעם רעפרעזעטאנטן הויז וואס זיי האבן איבערגענומען נאכן פארכאפן 63 בענקלעך - אלעס כדי אפציווישן דעם לינקן פלעק אויפן געזוכט איידער ס'איז צו שפעט. און ווי די לעצטיגע אנקעטעס ווייזן האט זיך דאס פאקטיש איינגעגעבן.

 

מען קען זיך לייכט פארשטעלן אז דער פרעזידענט וועט ביים רעדע אנאנסירן א שטארק צענטעריסטישן אגענדע. אבער און די זעלבע צייט איז צום גלייבן אז ער וועט אויך שטארק לעקן די לינקע ווי עס ברויך צו זיין, כדי נישט חלילה בלייבן הענגן אינדערמיט ווי א קארטער.

 

גאר אן אינטערסאנטן ספעקטאקל איז ערווארטעט היי יאר ווען אויף קעפיטאל היל האט זיך געמאכט א ווינט צו פארהיילן די וואונדן פונעם אריזאנא שיסעריי אויף א מאדנעם וועג. דהיינו, עטליכע קאנגרעסלייט פון ביידע הייזער האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען זיך זעצן ביים קעגנערישן פארטיי'ס זייט אינעם צימער, כדי צו ווייזן פאר אמעריקאנער אז פאליטיק טאר מען נישט נעמען פרעזענליך... עס טוט זיך א גאנצער פאליטישער שפיל פונקטליך נעבן וועם מען פלאנט זיך צו זעצן.

 

ווי עס איז דער שטייגער אין די לעצטיגע יארן שטעלט דער אנדערער פארטיי ארויס אן אייגענעם מעסעדזש גלייך נאך דעם פרעזידענטס אדרעס. דאס יאר האבן די רעפובליקאנער נישט ארויסגעשטעלט א נאציאנאלן שטערן, נאר זיי האבן אויסדערוועהלט קאנגרעסמאן פאול רייען פון וויסקאנסין ארויסצוברענגן זייער פארטיי'ס געדאנק, וואס וועט אים אין איין וועגס שטעלן אינעם ספאט-לייט אינעם פאל ער וועט זיך אריינלאזן אין א געלויף פארן דארטיגן סענאט זיץ. אויך די טי פארטי קען זיך נישט שטיל האלטן, און די מינעסאוטע קאנגרעספרוי באכמאן האט געמאלדן אז זי וועט געבן די אפענטפער לטובת די טיי אווענט חבורה.

 

רעדענדיג פון 12' קען מען נישט אויסלאזן די לעצטיגע אנטוואוקלונגען וואס קומט פאר סיי מצד דעם סענאט פארמעסט, און זיכער מצד דעם ווייסן הויז פארמעסט.

 

די 12' סענאט אויסשטעל קוקט אויס ווי א שווערע ארבייט פאר די דעמאקראטן וועלכע וועלן ברויכן צו באוואכן 23 בענקלעך קעגן די בלויז צען וואס די רעפובליקאנער טוען אצינד באזוצן. די רעפובליקאנער ברויכן בלויז נאך פיר זיצן צו פארכאפן דעם העכערן הויז.

 

ווי עס קוקט ביזרעווייל אויס האבן די רעפובליקאנער שוין געווינען איין בענקל נאכדעם וואס דער נארט דעקאטע דעמאקראט קענט קאנרעד האט געמאלדן זיין ריטייערמענט. די מעלדונג פון דזשאסעף ליבערמאן אז ער וועט אויך נישט זוכן א זעקסטער טערמין וועט צווינגן דעמאקראטן צו אריינגיסן געלטער אין קענעטיקוט, און די רעטייערמענט פון סענעטארשע האטטשינסאן פון טעקסעס וועט איינשפארן א העפטיגע פריימערי פון די רעפובליקאנער פון טעקסעס.

 

ווי עס קוקט אויס וועט דער אמאליגער פאפולער סענעטאר דזשארדזש אלען פרובירן צו געווינען זיין סענאט זיץ פון זיין באזיגער דזשים וועב אין ווערדזשיניע. אלען האט שמאל פארלוירן צו וועב אין א שווערע וואהל יאר פאר רעפובליקאנער אין 06', ווען ער האט צוליב א פליטת פה אנגעוואוירן זיין ארבייט.

 

ווען עס קומט צום פרעזידענט פארמעסט טרעפט מען זיך מיט א ים פון קאנדידאטן, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים. העמיר פרובירן צו מאכן א שנעלן סל הכל, אויפן שפיץ גאפל.

 

רודי דזשוליאני האט געלאזט מעלדן אז ער טראכט ערנסט פון א ווידערלויף נאכן מסביר זיין אז ער האט זיך געלערנט פון זיין דורכגעפאלענע 08' פלארידע סטראטעגיע, און ער פארשטייט שוין אז אויב לאזט מען לויפן ניו העמפשיר איז דער קאמפיין א פארגאנגענהייט.

 

די מידיא רעדט טאקע נישט פון אים, אבער ווי קענען מיר דער פארגעסן פון אונזער געוועזענער גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי וועלכער פלאנט א שטילער אבער העפטיגער קאמפיין איבער די אייאווע שטעטלעך אין דערפער, א סארט קאמפיין וואס האט אים ארויפגעשטעלט אויפן רעפובליקאנעם טיקעט אין ניו יארק אין 94', ווען ער האט דארנאך באוויזן אראפצוזעצן דעם דריי טערמיניגער גאווערנאר מאריא קאומא.

 

עס מוז אונטערגעשטרייכט ווערן אז אנדערש ווי ביי די דעמאקראטן ווי א אינגער אומערפארענער האט א שטארקע מעגליכקייט צו געווינען דעם פארטיי נאמינאציע אויב האט ער דער ריכטיגער חן, איז עקספיריענס א דירעקטע פאנדומענט ווען עס קומט צו א רעפובליקאנער פריימערי. נאך א פאנדומענטאלער חילוק צווישן די פארטייען איז דאס וואס די דעמאקראטן וועלן דירעקט נישט זיכן אן אלט פנים, דאקעגן די רעפובליקאנער וועלן ענדערש שענקן דעם נאמינאציע פאר איינעם וועם עס 'קומט זיך', וואס אינעם איצטיגן קאמפיין פארנעמט ווארשיינליך מיט ראמני דער פאזיציע.

 

מרס. פעילין ווייסט טאקע אויך פונעם פאקט אז די רעפובליקאנער פארטיי וויילער שטימען פאר איינעם וועם די פאזיציע 'קומט זיך',  זי ווייסט טאקע אז איצטערט וועט מיט ראמני ענדערש פארנעמען דעם פאזיציע, אבער זי ווייסט אויך אז אין 16' וועט נאכאמאל זיין א פריימערי אויב פרעזידענט אבאמא געווינט ווידערערוויילונג, און זי וואלט זייער געקענט באשטיין אז כאטש דאן זאל די נאמינאציע 'באלאנגן' פאר איר. דאס שטופט אויך אסאך אנדערע קאנדידאטן וואס האבן ניטאמאל קיין מעגליכקייט אינעם איצטיגן פארמעסט.

 

אוועקוקענדיג פון פאליסי, זיצט זיך פרעזידענט אבאמא אויף פעסטע פאזיציעס. נעמליך, זיין כאריזמאטישער חן און ציענדע רעדעס וואס האט ווידערערוויילט ביל קלינטאן. און ווי די לעצטיגע היסטאריע ווייזט, וועט אמעריקע שטענדיג ערוויילן איינעם וועלכער איז בא'חן'ט אין זייערע אויגן, און זיי קוקן גאר שטארק אויף 'פערסענאליטי'. דעריבער האלט דער אינגער כאריזמאטישער סענעטאר דזשאן טון פון מינעסאוטע אז זיין אויסלענדישע ערפארונג אויפן סענאט ארמד סערוויס קאמיטע, און א ליסטע פון אויסלענדישע רייזעס, שטעלט אים אלס דער ריכטיגער קאנדידאט טראץ זיין אינגן עלטער.

 

אלע לעצטיגע אנקעטעס ווייזן אז די 08' פריימערי פארלירער – די געוועזענע בירגערמייסטער מיט ראמני פון מאסאטשוסעטס און מייק האקאבי פון ארקענסאו – שטייען דערווייל די העכסטע צווישן אלע אנדערע לויפער. א ניו העמפשיר שטרוי אויספרעג ווייזט אז מיט ראמני זיצט דארט גאר שטארק.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2011 01:05 לינק ישיר 

אינדיאנא קאנגרעסמאן מייק פענס האט אויסגעשלאסן א פרעזידענט פארמעסט, איבערלאזנדיג די מעגליכקייט אז ער וועט זוכן דעם גאווערנאר שטול פון אינדיאנא. זיין באשלוס מאכט דעם 12' ליסטע מיט איין שורה קורצער.

 

דער ארויסגייענדיגער גאווערנאר מיטש דעניעלס וועט ביז עטליכע מאנאטן ארויסגעבן זיין באשלוס צי ער וועט זיכן דעם ווייסן הויז.

 

די אנדערע ערנסטע קאנדידאטן וואס זוכן דעם רעפובליקאנעם נאמינאציע רעכנט אריין: מיט ראמני, מייק האקאבי, מרס. פעילין, העלי בארבער, דזשאן טון, טים פאלענטי, דזשארדזש פאטאקי, רודי דזשוליאני, ניוט גינגריטש, און דזשאן האנטסמאן.

 

ביזדערווייל קוקט נישט אויס אז אפילו איינע פון די אלע וועלן קענען באזיגן באראק אובאמא אין נאוועמבער דעם זעקסטן 12'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2011 03:49 לינק ישיר 

נעכטן אויפדערנאכט האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן גאר א שטארק רעדע אין זיין 'צושטאנד פונעם פארבאנד' באריכט איבעגעגעבן אין קעפיטאל היל ווי ביידע קאנגרעס הייזער מיט אירע 534 געזונטע (אויך מיר געזונט) קאנגרעסלייט און דער אמעריקאנער רעגירונגס סיסטעם האט זיך געפונען אונטער איין דאך.

 

אנדערש ווי די געוונליכע רעטאריק וואס אמעריקאנער זענען צוגעוואינט צו הערן פון באראק אובאמא, האט דער פרעזידענט דאס יאר אויסגעוועהלט צו אפהאלטן א רואיגע און געלאסן רעדע וואו ער האט כמעט נישט קריטיקירט זיינע רעפובליקאנער אפאנענטן, און אפגעגעבן פאר זיי יראת הבכוד וואס מען געדענקט נישט אינעם לעצטיגן היסטאריע פון א פרעזידענט'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע, און צום ערשטן מאל נישט אנגעלייגט די שוואכע עקאנאמיע אויפן געוועזענעם פרעזידענט, נאכן איינזעהן אז אנלייגן דעם שולד אויף יעדן העלפט אויף טויטע באנקעס. אויך האט מען נישט געהערט זיינע אמאליגע בעל גאווה'ישע שפארך אז די אמעריקאנער האבן אים ערוועהלט, נאכן באקומען א מעסעדזש פון די וויילער פארגאנגענעם נאוועמבער אז זיי וואלטן געקענט באשטיין צוריקצודרייען זייער באשלוס. ער האט גאנץ זיכער צום ערשטן מאל גערעדט דירעקט אומפארטייאיש אנשטאט בלויז שרייען אז יעדער זאל זיך צושטעלן צו אים אומפארטייאיש...

 

שטייענדיג בלויז עטליכע וואכן פונעם טויטליכן שיסעריי אויפן אריזאנעם קאנגרעספרוי גיפארדס, האבן די קאנגרעס בענק-קוועטשער דאס מאל אפגעמאכט צו ווייזן א סימבאלישע אומפארטייאישקייט ווען זיי האבן באשלאסן זיך אויסצומישן אנשטאט ווי ביז היינט ווען די צוויי פארטייען האבן זיך געזעצט אויף צוויי באזענדערע זייטן. דאס האט געברענגט דעם גאר אינטערסאנטן ספעקטאל ווען ביי די אפלאדירונגען האט מען פשוט נישט געוואוסט ווער עס איז יא צופרידן פון די פרעזידענטס רייד און ווער נישט, און האט צומישט די קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען נישט וואוסענדיג ווען בלויז צו אפלאדירן און ווען אפגעבן א סטענדינד אוועידשן, און ווען לאזן די אנדערע קלאטשן.

 

דער בילד איז געווען היבש אונטערסאנט וויאזוי די דער ליבעראלער טשאק שומער איז געזיצן האנט ביי האנט מיט דער קאנסערוואטיווער טאם קאובוירן, די צוויי דזשאן'ס קערי און מקעין - די לעצטע פרעזידענט פארלירער זיצן אינאיינעם, סענעטארשע דזשיליבראנד מיט דזשאן טון, אנטאני ווינער מיט טשארלי קינג, מאיריטעט פירער עריק קענטער מיט אן אנדערן ווירדזשינע ליבעראלער, בעת די געזעצגעבער טראגן אויפן אנצוג א ספעציעלער בלוי און ווייס (פוי...)  בענדל אין א מיטגעפיל פאר קאנגרעספרוי גיפארדס. די אריזאנא קאנגרעסלייט האבן אויך זיך געזעט איאיינעם, איבערלאזנדיג א ליידיגן זיץ פאר גיפארדס.

 

אין זיין איין שוטונדיגע רעדע, האט דער פרעזידענט נישט וועלנדיג רעדן פונעם פארגאנגענהייט, זיך קאנצערטרירט אויף "געוואונען דעם צוקונפט". טראצדעם וואס ער האט שפעטער גערעדט איבער דעם שרעקליכן דעפיציט און די ריזיגע בארג מיט חובות וואס האלט שוין ביים זיבעטן הימל (פון אריבער פערצן טריליאן דאלאר! הונדערט-און-פערציג טויזענט דאלאר פאר יעדע פון די געשאצטע הונדערט מיליאן אמעריקאנער פאמיליעס! [נעמט עס נישט ערנסט, איר ברויכט נאכנישט לויפן צום גמ"ח...]) האט דער פרעזידענט זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן פרישע פראגראמען. כדי עס זאל נישט שלעכט ווערן פאר אמעריקאנער פון די פרישע מאסיווע אויסגאבן, האט דער פרעזידענט אין א זייט געלייגט דעם 'שפענדונג' שפראך, און אנשטאט דאס אריינגעטיישט אלס א בלויזער 'אינוועסמענט' אינעם לאנד, אזוי ארום וועט דאס היבש בעסער קלינגן פאר די צוהערער.

 

צו דראמאטאזירן די טייערע 'אינוועסמענטס', האט דער פרעזידענט אראפגעלייגט אמעריקע אלס א לאנד וואס פלאגט זיך אין א "ספוטניק מאמענט", דערקלערנדיג אז אין געוויסע טעכנאלאגיע שטייען געוויסע לענדער אסאך בעסער ווי אמעריקע, און אמעריקע ברויך זיך אונטערגארטלען אויפן שטייגער פון 57' ווען עס איז געלונגען פאר רוסלאנד צו אריינשיסן דעם "ספוטיק 1" אין ספעיס, וואס האט געכאפט אין שאק אמעריקאנער בירגער אין די ערשטע פאזעס פונעם קאלטן קריג מיטן סוועיטען פארבאנד.

 

און א פרואוו צו פארוואסערן די הויכע אויסגאבן טראץ דעם שרעקליכן דעפיציט, האט דער פרעזידענט געלאזט הערן שארפע סטעיטמענטס צו איינצוען דעם בודזשעט, אזוי ארום צו בארואיגן די רעפובליקאנער. צום פרייד פון די רעפובליקאנער און צום אויפברויז פון הערי ריעד, האט דער פרעזידענט געלאזט מעלדן אז ער וועט וועטאירן יעדע איינציגע ביל וואס וועט אריינגעלייגט ווערן סיי וואס פאר א עירמארק. אויך האט דער פרעזידענט פארשפראכן צו פרירן אויסגאבן פאר די קומענדיגע פינף יאר, וואס האט אויסגערופן א בייז געלעכטער פונעם סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל היינט אין אן אינטערוויו, ווי ער האט מסביר געווען דעם פרעזידענט אז מיטן פרירן אויסגאבן פון א איינס-און-א-האלב ט-ר-י-ל-י-א-ן בודזשעט לאך קען מען קיין ביזנעס נישט פירן.

 

נאכן איינזעהן אז דער אונטערגעשריבענער העלט רעפארם געזעץ איז ווייט נישט דער ריכטיגער ענטפער פאר העלט רעפארם אין אמעריקע, האט דער פרעזידענט געבעטן זיינע רעפובליקאנער ווידערשפעניגער נישט צו "איבערשפילן דעם געפעכט, נאך זיך ריקן פאראויס". דערקלערענדיג, אז מען קען נישט צוריקצודרייען די צייטן ווען אינשורנס פירמעס האבן געקענט אפזאגן פאציענטן מיט "פרי-עקזעסטינג" צושטאנד – דער טייל פונעם געזעץ וואס איז שוין אריין אין קראפט.

 

שטייענדיג פארן אמעריקאנעם פאלק אינעם אנהייב פון די צוואנציג-צוועלף פרעזידענט קאמפייין, האט דער פרעזידענט אין זיין ברייט פובליצירטע רעדע ערקלערט, אז מיט דעם נייעם רעפובליקאנער קאנגרעס זענען ביידע פארטייען די זעלבע פאראנטווארטליך אין די פראבלעמען פונעם לאנד, און די פראבלעמען קען מען מער נישט אנלייגן בלויז אויפן דעמאקראט.

 

נאכן פרעזידענטס פאריאריגע אפענע קיריטיק קעגן דעם סופרים קאורט, האבן דריי פון די ניין ריכטער דאסמאל באשלאסן צו ענדיגן דעם טראדיציע אז אלע ריכטער געפונען זיך ביים פאליטישע רעדע. דערונטער דער הויפט ריכטער סעמועל עליטא וועלכער האט פאר יאר געשאקלט אויף ניין, און זיך אונטערגעזאגט "נישט אמת" בעת דער פרעזידענט האט אראפגעריסן דעם פסק אז פינאנץ רעפארם איז נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע.

 

די רעפובליקאנער האבן דאס יאר זיך געלערנט פון זייער אפענטפער פון די לעצטע צוויי יאר. אנשטאט נעמען א באבי דזשינדאל פון לוזיאנא וואס גערעדט מער פון זיינען אויפטוען ווי איידער פלענער פארן צוקונפט, אדער א באב מעקדאנעל פון ווערדזשיניע מיט אן אודיענס וואס זאל מאכן אביסל "לעבעדיג" די פארשלאפענע צוהרער וואס האט אויסגעקוקט ווי הוילע פראפאגאנדע, האבן די רעפובליקאנער דאס מאל אויסדערוועהלט דער קאנגרעס בודזשעט קאמיטע פארזיצער פאול רייען פון וויסקאנסן, וועלכע האט אין קלאר און דייטליכע ווערטער ארויסגעברענגט אז אמעריקע קען זיך נישט בויען פון אינוועסמענטס מיט געלט וואס מען האט נישט, און אוואדאי נישט מיט שטייער ראטע וואס פארטרייבט ביזנעסער פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעברענגט אז די אייניגסטע וועג צו בויען אמעריקע קען בלויז קומען פונעם דעם פשוטן ארבייטער וואס וועט נישט געפירט ווערן פון א רעגירונג וואס נעמט זייער געלט און ווארפט דאס אין די מיסט מיטן אנפירן א ריזיגע רעגירונג וואס קאסט ביליאנען און קען זיך נאכאלס נישט דעקן.

 

דער אפענטפער פון דעם טיי-אווענט ווארטזאגער קאנגרעספרוי באכמאן, איז באצייכנט געווארן ווי א דורכפאל. דער בלויזער פאקט אז זי האט נישט געוואוסט אז דער קאמערע איז היבש אפגערוקט אויסקוקענדיג אז זי רעדט צום לאמפ, האט ארויפגעברענגט א היבש ביסל פעילין שפאס אין די אויגן פון די צוהערער.

 

אלענספאלס, דעם פרעזידענטס רעדע ווערט באצייכנט אלס א שטארק סוקסעס, און אלעמענס אויגן איז אצינדער געוואנדן צום רעפובליקאנעם פרעזידענט פריימערי, ווען דער ערשטער דעבאטע וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם רעיגן ביבליאטעק אין ווייניגער פון פופצן וואכן ארום.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אמעריקע גרייט זיך צום סטעיט אוו די יוניאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext