נאך א מזל ס'זענען נאך געבליבן א ציבור נארמאלע ערליכע סאטמארע אידן בעולם וואס זענען מחזיר כבוד רבינו זצ"ל על מכונו, ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל,
(קרעדיט: סקאטמאלען)
נשלח ב-26/1/2011 20:13
עס איז אונטערסאנט צו באמערקן:
די זאליבאנצעס זענען א גאנצען טאג פארנימען מיט וואס רבינו שליט''א טיט און לערנען אריין אלע מיני משיגענע הסבירים, ספעלעשי,חרטה געפילן,פרייליך,פיקטשערן, אד''ג לויט די יסודות וואס זיי האבן מקבל געווען פון די באוויסטער פעלשער הער פארמעגליך ז''ל
אפשר וואלט ווען כדי געווען, אז זייער מן הארץ'ל זאלן זיך נעמען עפעס טאן, נישט זיצן א גאנצען טאג מיט די פוס אויפן טיש, און ליינען א מעשה ביכל, און זיך שפילן מיטן גרויסן אתרוג, און לאכן צום בערכער, און שטיפן די צייט מיט פראדלזאהן, אזוי וועלן זיי קענען אריין לערנען פשטים מיט מעשיות פון זייער אייגענעם רבי'ן, און נישט זיין פארנימען א גאנצען טאג מיטן ע''ה הדור מחבר של ספר זכרון תריעה שובה ישראל צילא דמהיימניתא שערי אהרן זבח פסח ב''ח שערי ישועה שערי תורה פילפילים נחמדים שערי תהילה אך טוב חדושי תורה מהר''א ט''ב י''ב חלקים
(אזוי לעצטענס האבן די קינדערלעך פון קווינס אנגעהויבן צו שרייבן אויפן כ''ק רבינו שליט''א ''ע''ה'' האב איך געמאכט א ליסטע פון די ספרים פונעם שרעקליכען ע''ה, אז מען זאל קענען נאכקיקן וואס פארא שרעקליכער ע''ה ער איז טאקע, וואו אויך אויפן אויבישטען קליפ קענען מען אויך זען זיין שרעקליכער עם הארצות ל''ע עס איז מן הנמנע צו פארשטיין פארוואס כלל ישראל אנערקענט אזא מן שרעקליכער מן הארץ אלס רבן של ישראל ווען ער האט א קליינע שיינע ברידער מיט הערליכע לאקן ר' זלמניו זאל לעבן וואס איז א ''גאון'' דער ראגאשאבער,דער אסטראבצער,ר מנחם זעמבא, ר' מאיר שמחה, האבן זיך געקענט פארשטעקען פאר אים, און כלל ישראל האלט אים פאר א פורים רבי, עס איז ממש מרפסין איגרא לית נגר ובר נגר דלפרקניה)
_________________
תוקן על ידי מישמאש ב- 26/01/2011 20:31:57
נשלח ב-26/1/2011 19:24
אינטערסאנט פארוואס האט גענומען דאס מאל גאנצע פיר טאג פאר די מרי לב צו אנהייבן זייערע קללות
ס'איז זיס צו באמערקן די חוב קדוש ביי זיי
אנצוהאלטן א מחלוקה וואס די 'טאטעס' האבען געהאט
אין אויב די קינדער צווישן זיך מאכען שלום איז עס די גרעסטע חטא
אין די זעלבע צייט וואס דער בועט באביו חנפ'ט אין לעקט מענטשן וואס זיי אליין'ס - נישט זייערע עלטערן
האט געטריקען בלוט פין זיין טאטען
מענטשן וואס האבען געקלאגט זיין טאטען אין קארט אויף קאנטעמפט קלאגעס
מענטשן וואס זיין טאטע ז''ל האט זיך אויסגעדריקט גאר שארפע לשונות
אין מעטשן וואס האבען אן קיין טראפ בושה געמאכט א פראטעסט אין בית החיים בשעת די לוי פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל
אין די היפאקריטן שעמען זיך נישט צו שרייען אז מ'טאר נישט שלום מאכען מיט ''קינדער'' פון טאטען'ס שונאים
אזא פנים טראגען זיי
זיי קרענקט אז די קלויזענבורגער איז נישט אינטערסירט צו באקומען א באזוך פונעם פורים רבי
פארוואס אנערקענט ער נישט די פאוער פונעם נוסוויק ראביי
תוקן על ידי rebyankel ב- 26/01/2011 19:26:23
נשלח ב-25/1/2011 19:40
מ'רעדט דא פון פילע ענינים בדרך פשט רמש דרוש וסוד. מדרשים, ראשונים ואחרונים, מנהגים שונים, היסטאריע און סיפורי צדיקים.
א העכסט אינטרעסאנטע שמועס.
נשלח ב-25/1/2011 18:10
הערליך שיין!
מען זעט וואו די צוויי זענען אויסגעקאכטע תלמידי חכמים