ווידיאו: רויטער שטיין לערנט ר' אהרן טאנצן צום צווייטן מאל...
אין א נארוואס ערשינענער קליפ פון די מעלאנע חתונה פארגאנגענעם ט"ו בשבט אין הופפער שול, זעט מען ווי דער רויטער הירצקא שטיין לערנט דעם ר' אהרן טאנצן. טאנצן האבן מיר געזאגט? בעסער געזאגט שפרינגען.
חוץ מזה ווי מען זעט דארט דעם חכם האלטן גאר א כיטרע אויג אגאנצן מצוה טאנץ אויף דעם דזשיגאן עם הארץ צו באבאכטן די פונקטליכע ראוט וואס ר' אהרן נעמט ווען ער מאכט זיך משוגע, כדרכו, לפני הכלה, איז אבער בלי שום ספק דער קלימאקס ווען דער רויטער באקומט דעם סיגנאל פון א דריזעל אין טאש, און לויפט צו פון הונטערוויילעכץ און כאפט אן א האנט פון דעם דזשיגאן, און דזשיגאן שפרינגט ביזן הימל, ממש ווי כ"ק אדמו"ר הגה"ק ר' זיידלע מקרעטשניף שליט"א, אז ער האט דעם גרויסן בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף... הופפער סט.
יודעי דבר זאגן אז דאס איז א שטיקל הכרת הטוב וואס ר' אהרן צייגט פאר הירצקא שטיין נאך וואס ער האט דעליווערט דעם מורא'דיגן געווינס שמיני עצרת תשס"ו מיטן אינוואדירן דעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סט. און אים דעמאלס געלערענט צום ערשטן מאל טאנצן. ווען גלייך נאכען פראווען די "געהויבענע" הקפות נאך איידער "גוט יו"ט" ווינטשען פאר ר' אהרן, האט זיך אויפגעשטעלט אויף די בימה אין "שאטער הענקי" נפתלי הירצקע שטיין און אויסגערופען: אי"ה מארגען צופרי וועט מען זאגען תהילים אין גרויסען ביהמ"ד א פערטעל צו אכט, און זמן שחרית אין האלב צען. נישט מער און נישט ווייניגער. ר' אהרן איז געשטאנען לעבען דעם הירצקע שטיין בשעת ער האט דאס אויסגערופען. און צו מאכען דאס ליצנות נאך גרעסער, האבען זיי געהאט דארט עטליכע פאליציאנטען וואס זענען געשטאנען אין די הייך, וואס דאס האט געוויזען פאר די אלע מיליאנען אקסען אז די פאליציי איז מיט אונז... די פאליציי זענען דארט געשטאנען ווייל מען האט זיי דארט ארויפגעפירט, ווי מען פירט זיך אין "חסידישע קרייזען" בשעת עס איז דא א גרויסער עולם ברענגט מען שישקעס פון די פאליציי, זיי צו ווייזען דעם "עוז וגבורה" פון זייער רבין. אבער זיי האבען באמת נישט געוויסט וואס מען זאגט דא איצט און אז אויפן חשבון פון זייער אנוועזענהייט בויט מען דא ריזיגע פלענער...
אפשר קענען דח דזשעי נעט באניצער אויך האבן די זכיה עס צו זעהן?
נשלח ב-26/1/2011 02:13
זיי האבן גוט גע'חזר'ט דעם צירקוס בעפארן עס אויפשפילן. עס איז ממש נראה לעינים בגלוי אלעס וואס איז געווען אפגעשמועסט אויף טריט און שריט וויאזוי מ'וועט טאנצן און שפרינגן. און די חסידים ברעכן אויס און א ספאנטאנעם האאאאאאא.. ווען דער ר' אהרן נעמט זיך שפרינגן אויף שטיין'ס הענט.
_________________
נשלח ב-26/1/2011 04:37
מאמאמיא איי איז דאס זיס
_________________
נשלח ב-26/1/2011 18:44
נא? וואס טוט זיך מיט דשעי נעט?
נשלח ב-28/1/2011 16:43
ווען איך זאל שטיין אויף אדמת נכר ווי מען צאלט 25 אלפים יעדן חודש אבי מען זאל האבן אן אייגען געלעגער אין וויליאמסבורג, וואלט איך נישט סתם געטאנצען נאר געשפרינגען, איך ווייס נישט אויב דער רוטשטיין לערנט אים טאנצן, אבער זיין יונגערער ברודער האט אים זיכער געלערנט טאנצן, אז ער דרייט זיך אין פישמאןס לאט ביים עק פון שטאט פאר 25 אלף, און דערצוה צאלט מען 16 פראצענט ריבית אויף די מארגעדש פון המפואר,
נשלח ב-3/2/2011 18:26
בשכר וואס שטיין האט געלערנט ר' אהרן טאנצען האט ר' אהרן געלערנט טאנצן רש"ז שטיין, ר' שלמה זלמן שטיין וועלכער איז איינער פון די צוואנציג גבאים ומשמשים בבית מהר"א, האט זיך אויסגעשטרעקט אויפן פליגער קיין סיגעט, ווען דער פליגער איז געווען אויפן ראנוועי, מען האט אים געמוזט אפפירן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג, לויט ווי די וועד הנסיעה געט איבער, איז דאס געקומען פון הארץ ווייטאג, ווען ער האט געהערט אז ר' אהרן איז געפלויגן קיין פלארידע מיט אפאר פריינדס אבער עם האט אים מען נישט מיטגענומען, ער האט פארפאסט דעם בעיגעל טיים ברעקפעסט ביי יצחק מארקאוויטש און אויך נאך אפאר וויכטיגע באזוכן מיט גדולה לגימה, ער האט דעם צער נישט איבערגעטראגן און האט אוועקגעחלש'ט אויפן פליגער, דאס הייסט ר' אהרן האט אים געלערנט טאנצן,