בית פורומים כל העולם כולו

ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2011 02:48 לינק ישיר 
ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק

   טאטע :  שלומי טיע אן א ווייסע העמעד און לאמיר שוין גיין.   

אינגעל: ווי גייט מען?

    טאטע :  וואס הייסט, צו די גרויסע חתונה פון די אייניקלעך פון די הייליגע צוויי סאטמאר'ע   רבי'ס, און מ'וועט  האבן די זכי' צו זען צום ערשטען מאל ווי זיי טאנצען צוזאמען.  

אינגעל:  וואס מיינסטו צום ערשטען מאל? דו טאנצט אייביג מיט פעטער מושי? 

    טאטע :  ליידער מעשה שטן הצליח.... שוין לאמיר נישט רעדען...

אינגעל:   ס'אמת וואס וואס מיין חבר יוסי האט מיך געזאגט אז זיי זענען גאגאנגען אין קארט?

    טאטע :   עם , יא , עם, די קהילת זענען געגאנגען

אינגעל:   די ביסט געגאנגען פרשת משפטים אין חדר.

   טאטע : זיכער, זיידי איז געווען שטרענג ביי עם איז נישט געווען אזא זאך ווי נישט גיין אין חדר.

אינגעל:   מ'האט געלערענט די רש''י ''אשר תשים לפניהם''?

   טאטע : יא

אינגעל:   וואס האט דיין רבי געזאגט ווען אינגלעך האבן געפרעגט ווי אזוי ס'קען זיין אז אונז זיץ'מער אין קארט.

   טאטע :  תהליכות הקהילה, ר' א. לייטנער, ביה''ח, מהר''א זאל אינטערשרייבען, און נאך תירוצים.

אינגעל:    און וואס האט אונזער קאזען נחום'ס רבי געזאגט?

    טאטע :    ווינער רב'ס לעדעל, בג''ץ, אזוי וויל איך, נכסי הקהילה. און נאך תירוצים.

אינגעל:   וואס איז נאכדעם געשען?

    טאטע :   דריי יאר צוריק זענען אריינגעקומען נייע ראשי קהלות און האבן געזאגט ''גענוג איז גענוג'' מ'האט זיך אראפ געזעטץ און פארהאנדעלט וועגען די נכסים און ב''ה......

 

אינגעל:  אבער פארוואס האט מען דאס נישט געקענט טוען 17 יאר פריער און מ'וואלט נישט מייקר געווען שם אלילים אויף אזא גרויסע אופן? און טאטי דו וואלסט געטון אזא הארבע זאך מיט אזעלעכע תירוצים? 

 

    טאטע :  עם, עעם ,עעם   ,עם   ,עם  

 

וואס איז די תירוץ?

עבדים היינו אדער עברינים היינו

 





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 00:05 לינק ישיר 


מען האט פון ''בעלז'' פארלאנגט צו טוהן כדת של תורה וכמבואר בשולחן ערוך , און פון די ''זאליס'' פארלאנגט מען אויך צו טוהן כדת של תורה וכמבואר בשולחן ערוך.

פעיראלל דיינים און שנואי נפשם פון רביה''ק בעל ברך משה זצ''ל ויבלחט''א בנו הגדול מרן מסאטמאר שליט''א זענען על פי שולחן ערוך נישט כשר צו פירן די סאטמארער דין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2012 23:51 לינק ישיר 


דער ענטפער אין יאר תשצ''א וועט זיין: ווייל די זאלי עבריינים האבן זיך אלע יארן גע'עקשנ'ט אז נאר די פעיראלל דיינים אדער אנדערע שונאים פונעם ברך משה זי''ע זאל'ן פירן די גרויסע דין תורה.

בו בזמן ווען אין בארא פארק האבן זיי יא איבערגעגעבן אלע בארא פארקער מוסדות אין די הענט פון דריי נייטראלע דיינים.

די דאזיגע עקירת התורה איז די דירעקטע גרמא אז די הייליגע סאטמארער קהלה געפינט זיך שוין אריבער 10 יאר אין גויאישן געריכט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2012 23:28 לינק ישיר 

איך האב דאס געשריבען לעצטעס יאר, אזוי ווי ס'איז געשען דאס יאר די גרויסע דורךברוך אין עולם החסידות (מיטן איבערבעטן פון בעלזה), האפט מען אז ס'וועט נעמען אסאך שנעלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2011 23:43 לינק ישיר 

outspoken כתב:
יעדער ווייסט,.יעדער ווייסט,..יעדער ווייסט,..


און יעדער ווייסט, אז די איינציגסטע טענה וואס הגז"ל האט, איז אז בשרירות ליבי אילך, די תורה איז אים שווער צי האלטן
און הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, דערפאר טענה'ט הגז"ל אז ער איז גערעכט!! 




ס'קוקט קוקט אפשר אויס אז ''יעדער ווייסט'' חוץ אני הקטן.
אפשר ביסטו עס מברר ....
????


לאמיר דיר עס קלאר מאכען

מיין ראש ישיבה פלעגט זאגן, עס שטייט און די תורה, כי לא יחדל "עני" בקרב הארץ, גייט אויך די פסוק ארויף , אויף "עני מדעת", עס וועלן אייביג זיין נערנים/שוואכע קעפ/איפכא מסתברא ניקעס, אא"וו

ממילא ווען מען זאגט "יעדער ווייסט" מיינט עס טאקע נישט יעדער, ווייל עס זענענן אייביג דא די סארט מענטשן ווי אויבן דערמאנט, וואס זיי פארשטייען נישט וואס 99 פראצענט ציבור פארשטייט יא, און פאר זיי העלפט נישט קיין הסבר,

מיט פארשטענדעניש









תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 02/02/2011 23:47:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2011 20:59 לינק ישיר 

השר_מקוצי כתב:
 


דשאסט פאר די ראקארד

קיינער זעט נישט אז ביידע זייטן האבן שטארק טענות:

יעדער ווייסט, מן התורה פאר וועם די ירושה געהערט
יעדער ווייסט, וואס די רצון פון ברך משה זי"ע איז געווען
יעדער ווייסט, וואס דער ברך משה האט אנגעזאגט און די געזינטע יארן פאר הגז"ל
יעדער ווייסט, די שטארקע אהבה פון ברך משה זי"ע צו רבינו שליט"א
יעדער ווייסט, ווער עס האט געענפערט תהולוכי הקהלה, און נישט געוואלט גיין צו ד"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל איז אריינגעקימען מיט פאליס און ראדני וואך איין און וואך אויס
יעדער ווייסט, די העצע וואס הגז"ל האט געפייניקט זיין טאטען מיט א זעלטענע רשעות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל האט איינגעשפארייט זיין טאטען, כדי ער זאל קענענן פירען ש"ת הקפות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל באניצט זיך בגניבה מיט די חפצים וואס איז בירושה פינעם ברך משה זי"ע
יעדער ווייסט, ווער עס איז אריין און בג"ץ, אלעס כדי אויסצומיידען די איסור פון גיין צו די"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל ווייסט אז דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט אז ער זאל טיען וואס ער טוט
יעדער ווייסט, אז אלע שונאי ברך משה זי"ע געפינענן זיך ביי הגז"ל
יעדער ווייסט, די וואס פאר א משחותים במידות די הגז"ל פארטיי איז

און יעדער ווייסט, אז די איינציגסטע טענה וואס הגז"ל האט, איז אז בשרירות ליבי אילך, די תורה איז אים שווער צי האלטן
און הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, דערפאר טענה'ט הגז"ל אז ער איז גערעכט!! 










תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 20:35:46



ס'קוקט קוקט אפשר אויס אז ''יעדער ווייסט'' חוץ אני הקטן.
אפשר ביסטו עס מברר להלכה
1 אז רביסטעווע איז א ירושה (מיט די אלע נכסים פון די קהילה).
2 אז נאר איין זין (די עלטערע) באקומט אלעס.
3 אז אויב א רבי טוישט זיין מיינונג אויף די עלטער, איז עס גארנישט ווערט.  
4 צו א רבי האט בכלל בעלות  צו זאגען ווער ס'זאל עם איבערנעמען.
 (ס'דא א באוויסטע מעשה, ווען מ'האט אויפגענומען ווינער רב, האבן זיך די ראשי קהילה
אויסגענימען, אז זיינע קינדער וועלן עס נישט איבערנעמען, האט ער געזאגט דאס איז נאר
ווילאנג איך בין 'רב', איינמאל איך ווער ''רבי'' בין איך בעל בית)
 
אלע אנדערע ''יעדער ווייסט'' מאכט נאך נישט קיין היתר צוגיין לערכאות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 22:13 לינק ישיר 

יעדער וואס קוקט אבעקטיוו האלט אזוי,
דערפאר איז הגז"ל אזוי אראפגעקוקט
, ווייל קיינער ווייסט נישט אזוי גוט ווי ער ווייסט, וואס פאר א שגץ שטיק ער האט געטיען, עם האט זיין טאטע אריינגעריפען בנוכח אלע ברידערס פאר די גרויסע אפעראציע תשנ"ו, און האט אים אנגעווארענט אז ער זאל נישט שטיין און וועג פאר זיין עלטערע ברידער!, און ער האט עס דעמלאטס הייס צוגעזאגט פארן ברך משה זי"ע







תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 22:20:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 22:02 לינק ישיר 

השר מקוצי,
זייער גוט ארויסגעברענגט וואס צד מהרי"י האלט אויף זייער מנהיג!...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 21:10 לינק ישיר 

יענקעלע קלאפ א גיטס
די איינציגע געווער פאלט ארויס פין די הענט
איינס פין די העכסטע שרייבער אין זאלי פארום אנדעקט מיט איינס פין זיינע מערסטע באניצטע ניקס
אז די גאנצע נועם המידות לאוזינג קומט בלויז פין די ארונים.....

בראווא

זעהט אויס איז די ארונים האבען געפולט ביי יונה האלפערט אז מ'זאל עס לייגן אויפן צעטיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2011 20:28 לינק ישיר 

outspoken כתב:
 
פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).



דשאסט פאר די ראקארד

קיינער זעט נישט אז ביידע זייטן האבן שטארק טענות:

יעדער ווייסט, מן התורה פאר וועם די ירושה געהערט
יעדער ווייסט, וואס די רצון פון ברך משה זי"ע איז געווען
יעדער ווייסט, וואס דער ברך משה האט אנגעזאגט און די געזינטע יארן פאר הגז"ל
יעדער ווייסט, די שטארקע אהבה פון ברך משה זי"ע צו רבינו שליט"א
יעדער ווייסט, ווער עס האט געענפערט תהולוכי הקהלה, און נישט געוואלט גיין צו ד"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל איז אריינגעקימען מיט פאליס און ראדני וואך איין און וואך אויס
יעדער ווייסט, די העצע וואס הגז"ל האט געפייניקט זיין טאטען מיט א זעלטענע רשעות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל האט איינגעשפארייט זיין טאטען, כדי ער זאל קענענן פירען ש"ת הקפות
יעדער ווייסט, אז הגז"ל באניצט זיך בגניבה מיט די חפצים וואס איז בירושה פינעם ברך משה זי"ע
יעדער ווייסט, ווער עס איז אריין און בג"ץ, אלעס כדי אויסצומיידען די איסור פון גיין צו די"ת
יעדער ווייסט, אז הגז"ל ווייסט אז דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט אז ער זאל טיען וואס ער טוט
יעדער ווייסט, אז אלע שונאי ברך משה זי"ע געפינענן זיך ביי הגז"ל
יעדער ווייסט, די וואס פאר א משחותים במידות די הגז"ל פארטיי איז

און יעדער ווייסט, אז די איינציגסטע טענה וואס הגז"ל האט, איז אז בשרירות ליבי אילך, די תורה איז אים שווער צי האלטן
און הקנאה התאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, דערפאר טענה'ט הגז"ל אז ער איז גערעכט!! 










תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 20:35:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 20:03 לינק ישיר 

טייערער הופפער, דארפסט ליינען מיינע תגובות אביסל גרינטליכער,
איך האב דאך געשריבן אז עס קען נישט זיין קיין שלום, ווייל אויב
איז שלום איז נישטא קיין צוויי סאטמארער רבי'ס, און אויב איז דא
צוויי סאטמארער רבי'ס, איז נישטא קיין שלום, די זאליס ווילן א שלום
ווי יענער וואס האט געזאגט, וואס האמיר זיך צו קריגן, געב מיר נאך
און לאמיר ווייטער זיין פרעינדס, זיי ווילן א שלום מיט זייערע פארשריפטן,
זיי ווילן א שלום, אבער זיי זאלן בלייבן מיט די גנבות, זיי ווילן א שלום, אבער
מיט האבן דעם ברך משה'ס רצון אין דערערד, און טאקע דריבער זעה איך נישט
אז עס קען זיין מיט זיי א שלום, ווי איך האב זייער קלאר אויבן געשריבן,
איי פארוואס שרייען זיי אז זיי ווילן א שלום, איז נאר ווייל זיי זענען אפגעפרעגט
ביי יעדן, יעדער ווייסט אז די אהרונים פארלאנגען א דין תורה אויף זייערע 
תביעות, און זענען אויך גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אויב די זאליס וועלן זיי 
רופן אויף זייערע תביעות, און די זאליס האבן פון ערשטן טאג זיך ארויס 
געדרייט פון זיך צו שטעלן צו א דין תורה, און האבן קלאר געשריבן אין
די קארט פאפירן אז זיי פארלאנגען אז דער קארט זאל פסקענען ווייל זיי
האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה, ויראו כי כלתה אליהם הרעה. אז די 
וועלט זענען מבינים אויף זיי, זיי ווערן מפורסם אלץ בועטים בתורת משה,
ווילן זיי זיך אהער שטעלן אלץ אוהבי ורודפי שלום, זיי ווילן זיך סעיוון
פעיס, דריבער שיקן זיי זייערע אגענטן אויף היידפארק שרייען אז זיי 
ווילן א שלום, א בחינה פון "נועם המידות" פראפעגאנדע, אבער דוד המלך האט
שוין געזאגט, אין שלום אמר ה' לרשעים, מיט מרימי יד בתורת משה איז נישט
שייך קיין שלום, אויסער אז זיי וועלן זיך ברעכן און מסכים זיין זיך צו שטעלן
צו א דין תורה, כהילכות גוברין יהודאין, אבער איך האלט מיר נישט דעם 
אטעם.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 06:56 לינק ישיר 

יענקעלע
עס איז מיר א פלא וואס די זאגסט אז די זאליס זאלען זיכען א שלום
זיי זיכען נישט אין זיי זאגען עס נישט אזוי ווי די האסט ווייטער געשריבען אז טאמער איז דא א שלום
איז נישטא צוויי סאטמערע רבי'ס

איך האלט נאך מער אז די אהרונים זיכען אויך נישט א שלום
ווייל נאכדעם וואס עס איז געווארען בחסדי השם אזא בירור הנצוצות ווען דער קשי עורף פין סאטמר האט זיך אפגעטראגען אין זיך מחבר געווען מיט די בני יואל אד"ג וואס ברויך מען אז זיי זאלען צירוק
אריין קימען אין אנמאכען צרות
איך זיץ ביי א שלוש סעודות אדער א מסיבה מיט אזא ציפרידענהייט אז מיין שכן איז מיין גלייכען מיט א ליבשאפט פאר סאטמר אין א ליבשאפט צים רבין שליט'א אין מען רעדט נישט פין דעם אנדערע צד נאר פין וואס נאך דער רבי טיט פאזאטיו אין עבדות ה' אין מען איז פארקאכט אין די תורות וואס פליסט כמעיין   המתגבר

וואס די אהרונים ווילען יא אז דער חילול ה' זאל זיך שוין אויפהערען וואס דאס ברענגט צרות אין ווער ווייסט נאך וואס דאס וועט ברענגען אויף כלל ישרא' ה' ירחם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2011 02:06 לינק ישיר 

יענקעל דיין פוינט איז גיט ארויסגעברענגט

די זיסטע פין אלעם ווי די זאליס קומען שפילן אז זיי ווילן גאר שלום
טראץ וואס זיי האלטן יעצט אינמיטן אפיעלן א פסק פין א ריכטער וואס האט ג'פסקנ'ט אז מ'דארף גיין צו די''ת

אלע מיני משלים וועט נישט פארענטפן איין פשוטער הזמנה וואס די זאליס זענען שוין מסרב איבער 10 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2011 20:40 לינק ישיר 

דו ביסט טאקע דער טיפש מה הוא אומר?
דו זעהסט באמת נישט קיין שום חילוק ווען איין צד שרייט
איך וויל גיין צו דין תורה און ווען דער צד השני וויל נישט, איז ער 
געצווינגען צו גיין אין קארט, און פארלאנגט טאקע אין קארט
אז מען זאל צווינגען דעם צד השני זיך צו שטעלן צו דין תורה,
איז דאס אייניג ווען דער צד השני שרייט אז זיי ווילן בשום אופן נישט גיין
צו דין תורה און דייקא נאר דער קארט זאל פסקענען?
זעהסט באמת נישט קיין חילוק?
נאך א מזל אז רבי יוסף קארו זי''ע, האט יא געזען
א חילוק, און געפסקעט אז דער צד וואס וואס וויל באמת
יא גיין צו דין תורה נאר איז געצווינגען ווייל דער צד השני
וויל נישט גיין צו דין תורה, טוט דער צד כהוגן וכדין,
און דער צד וואס וויל נישט גיין צו דין תורה איז א מרים
יד בתורת משה, ומשמתין אותו, און דו, מיט צוזאמען
שטעלן די צוויי צדדים ביסטו א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2011 20:21 לינק ישיר 

פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).

נעכטען מוצש''ק זענען אנ''ש פון ביידע פארטייען, געווען אין בתי מדרשים, און אויסגיהערט די שובבים תורה פון תשי''ד, ווי רבי וויינט מיט בכיות נוראות וועגן גיין אין ערכאות, ער רעדט פון ''ציון במשפט תפדה'' און אז ''אם אין דין למטה יש דין למעלה'' רח''ל, און דאס איז ביי א יחיד כ''ש ווען ס'איז כלל ישראל, און מ'האט אפילו געלאזט א טרער, ווער ווייסט צו רביה''ק האט זיך נישט געווארפען אין קבר, און געשריגען וואס מאכט עטץ ליצנות פון מיר, 55 יאר נאכן זאגען די תורה זיצען די קהלות אין קארט, און מ'צינט אן די טעיפ ווייל ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, און ''אין גם  אחד'' ס'נישט געווען קיין איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן און ארויסגיין, אדער מוחה זיין ווי מ'טרייבט ליצנות פונ'ם רבין, פון זיין שובבים תורת, און פונ'ם רבש''ע.

עבדים היינו אדער עבריינים היינו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 17:58 לינק ישיר 

אגב, פונקט היינט האב איך געהערט אין די מקוה ווי א איד דערציילט
אז לעצטענס פילט ער עפעס נישט גיט און קען זיך קאם כאפן
דעם אטעם ווען ער וואקט, איז ער געגאנגען צו א באקאנטן הארץ
דאקטאר אין מאונט סייני שפיטאל, און דער דאקטאר האט עם געזאגט
אז ער דארף עם מאכן עפעס א פריסידזשאר אויפן הארץ, האט ער
גענטפערט פארן דאקטאר אז ער דארף זיך קודם שואל עצה זיין
מיט זיין ראביי, ענטפערט דער דאקטאר, SURE, I UNDESTAND,
BY THE WAY, WHAT CHOSID ARE YOU פרעגט דער דאקטאר,
ענטפערט ער, I AM A SATMAR CHOSID, גיט דער דאקטאר א
שמייכל, און זאגט, I WILL NOT ASK YOU WHICH SATMAR
BECAUSE NOBODY EVER TOLD ME HE HAS TO ASK RABBI ZALMAN
קאמענטארן זענען איבעריג. 


תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/01/2011 18:01:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ד' פרשת משפטים תשצ''א לפ''ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext