בית פורומים כל העולם כולו

וואס גייט פאר מיט די וויליאמסבורגע מוסדות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2011 19:01 לינק ישיר 
וואס גייט פאר מיט די וויליאמסבורגע מוסדות?

קען דא איינער פארשטיין, פארוואס האבען אלע מוסדות אין בארא פארק, אין אפי' אין קרית יואל און מאנסי געהעריג חדר אין סקול, אין נאר די וווילאמסבורגע מוסדות נעמט אדווענטיזש אויפן ציבור, איז דאס נארמאל? די גאסען זענען שוין גענצליך זויבער, פארדעם צאלט מען די טייערע שכ''ל אין טראנספארטעישאן? אלע סטראס אין אפיסעס זענען אפען געהעריג היינט פארוואס קענען נישט די מלמדים אין טיטשער אנקומען אין סקול?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2011 02:04 לינק ישיר 

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן לשבח די הנהלת המוסדות אין וומ''ס
זיי האבען קוים ווידער געפענט א מוסד מיט טויזענטער קינדער בליעה''ר וואס האט זיך שוין געדאפעלט זינט איר עקזיסטענץ
זיי האלטען אבער פאר די אויגן די איכות פין די מוסדות
מ'לייגט אריין אינעם מוסד וואס נאר מעגליך צו פארגרעסרן די איכות
אויף זייער פעיראל זענען פארהארן די בעסטע איינגעשטעלטע וואס ארבייטן מיט א מורא'דיג געטריישאפט
יעדער איינגעשטעלט האט א ווארימקייט פאר די הצלחה פין די תלמידים אין די מוסד
די מסירות נפש פין אזא מוסד צו צאלען צייטליך וואס האט געמאכט א דורכברוך ווערט דורך זיי שטארק אנערקענט
אין פאר די זעלבע סיבה זענען זיי געווען די איינציגסטע מוסד צו האבען געהעריג אלע לימודים אן זיכן תירוצים
יעדע טאטע וואס האט געהאט קינדער אין סאטמאר פאר'ן איבערפרישן די מוסד אין נאכדעם וועט עדות זאגען אז לא קרוב זה אל זה

ותלמוד תורה כנגד כולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2011 19:24 לינק ישיר 

יעצט זעה איך אז סאטמאר מהר''א האט יא געהאט חדר אין סקול געהעריג מיט טראנספארטעישאן אפי' ביי נורסערי, כ'האלט ס'קומט זיי קרעדיט ווייל זיי קענען זיך פינקט אזוי באקוועם מאכען ווי אנדערע, אבער וואס איז פשט פין די אנדערע מוסדות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2011 19:18 לינק ישיר 

סארי. ס'איז דא חדר און סקול היינט פאר יעדע יארגאנג אין די סאטמאר'ע מוסדות אין וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס גייט פאר מיט די וויליאמסבורגע מוסדות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext