היינט פרייטאג האבן די ארונים געמאלדן פאר די רבנים פון בית דין אויף דעם סכסוך פון סאטמאר בני ברק אז די זיצונג פון פרשת תצוה וועט פארקומען אין אמעריקע און נישט אין ארץ ישראל ווי געפלאנט.
ווי באקאנט האבן די ארונים זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל אז די זיצונג זאל פארקומען דוקא אין ארץ ישראל, און בית דין האט זיי נאכגעגעבן אויף נעקסטן זיצונג פרשת תצוה אז ס'זאל פארקומען דארט, אבער די זיצונגען דערנאך וועלן שוין פארקומען דאהי אין אמעריקע.
למעשה האבן די ארונים זיך געבראכן ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן די ריזיגע הוצאות וואס עס האט אפגעקאסט, די רבנים האבן שוין באשטעלט טיקעטס צו פארן דינסטאג מיטוואך תרומה, אבער זיי האבן נישט געפלאנט צו פארן איידער זיי באקומען באצאלט א שיין בינטעל געלט, וכסף מנלן. פון דעם עצרת דחופה אין בארא פארק און פון קיין כדי ראפפעל קען מען קיין דין תורה נישט באצאלן.
למעשה האבן די ארונים לחרפתם באצאלט די קענסעלעשאן פון די טיקעטס ווי איידער באצאלן די אומגעהויערע שווערע סכומים וואס שלעפן רבנים קיין ארץ ישראל קאסט אפ. ביי די פריערדיגע זיצונגען האט שוין די הנהלה געטענה'ט אז עס איז סתם ארויסגעווארפן הקדש געלט ווען אלע רבנים - חוץ איינער - וואוינען דאך אין אמעריקע צו שלעפן יעדן אויף טעלזסטאן, אבער די ארונים האבן בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן אפילו אויף א פשרה, למעשה האבן זיי געכאפט א חתן דעם יאנקי סופר וואס האט באצאלט די הוצאות בשכר זה האט ער באקומען אביסל פון די שעיר'ס וואס מאיר פערל האט באקומען פון שמעון ווייס לאחר מותו, אבער אינמיטן די זיצונג ווען סופר האט געזעהן אז עס איז ביטער פאר די בני ברק'ער האט ער חרטה געהאט אויפן מקח און געמאכט פליטה.
יעצט אז די בני ברק'ער זענען געבליבן אן קיין געלט צו באצאלן האבן זיי זיך בלית ברירה
געבראכן, און די דין תורה וועט פארקומען אין אמעריקע.
נשלח ב-10/2/2011 07:08
היינט האבן די אהרונים פריש אנגעהויבן מיט זייער אלטע שקר אז דער רבי ז"ל איז נישט געווען דער מייסד השיכון, עס זענען סך הכל געווען א קבוצה חסידישע אידן וואס האבן געוואלט האבן א שיכון אין בני ברק האבן זיי גענומען פאר נשיא הכבוד ר' יואל טייטלבוים ז"ל מסאטמאר. דעריבער, זאגן זיי, באלאנגט דער שיכון פארן ציבור.
דערנאך האבן זיי פארלאנגט אז די הנהלה פון אמעריקע זאל אנהייבן פארלייגן זייערע טענות פאר אביסל, דערנאך וועלן זיי ממשיך זיין מיט זייערע טענות, מיטן אויסרייד אז זיי דארפן נאך צייט צו שאפן (פאבריצירן) פרישע דאקומענטן צו באזירן זייערע טענות. בי"ד האט אבער געזאגט אז זיי זענען די תובעים דעריבער מוזן זיי קודם אפענדיגן אלע זייערע טענות.
אזוי אויך האט אונזער טוען געמאלדן פארן בית דין אז ער וועט נישט אנהייבן פארלייגן די טענות פון די הנהלה אין אמעריקע בעפאר אהרן טייטלבוים שרייבט נישט אונטער קיין שטר הרשאה פאר די דין תורה אין אמעריקע.
אין אנדערע נייעס: הערשי האלצער האט זיך נעכטן דערקלערט אלס נייער מנהל השיכון אנשטאט משה חיים ווייס, זאגענדיג אז משה חיים האט א גרויס מויל און מ'קען אים נישט פארטרויען מיט די סודות און מהלכים וואס עס דארפן געטון ווערן כדי דער דער דזשיגאן עם הארץ זאל בלייבן מיט די בני ברק'ער גניבה. דעריבער האבן די חברי הנהלה מאיר פערל און יאנקי סופר באשלאסן אז זיי זאגן אויף משה חיים ווייס און נעמען אויף במקומו הערשי האלצער.
דא האט אויסגעבראכן א אינערליכע מערכה ביי די אהרונים אין בני ברק. הערשי האלצער'ס שותף, יחזקאל ראטטער, טענה'ט אז דאס אויפנעמען האלצער אלס מנהל איז געטון געווארן אונטער זיין רוקן, בשעת ער איז געווען פארנומען מיטן טריפ פון דזשיגאן קיין ארץ ישראל, און ער סטראשעט אז ער וועט בשום אופן נישט קומען צו בית דין עדות זאגן אדער באשטעטיגן גארנישט ווילאנג האלצער ווערט נישט אויס מנהל. אבי נישט צווישן אידן.
נישט אמת. דער דזשיגאן לאזט נישט גיין צו דין תורה אפילו ביי די אייגענע רבנים. גלייך אנפאנג פון די בני ברק'ער מלחמה האט הגה"צ רבי אלי' כץ שליט"א אב"ד שיכון קרית יואל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ער זאל קומען צו אים צו דין תורה און נישט גיין אין בג"ץ, דעמאלס האט משה חיים געענטפערט אז ער האט א הוראה פון אויבן אז מ'טאר צו קיין דין תורה אויף דעם נושא בכלל נישט גיין.
נשלח ב-9/2/2011 18:48
עעעעעהההה וואאאאאאאאאס משה חיים ווייס גייט און בג''ץ ??... איך האב געמיינט אז די זאליס זענען די באגאצניקעס... עניוועיס עס איז דא א אשכול וואס ברענגט ארויס די גאנצע השתלשלות הדברים און דארט ווערט אויך אויפגעוויזען ווער עס זענען די אמת'ע באגאצניקעס, איך מיין עס וואלט כדי געווען עס צוריק ארויפצוברענגען דא,
נשלח ב-9/2/2011 18:30
נישט אמת. דער דזשיגאן לאזט נישט גיין צו דין תורה אפילו ביי די אייגענע רבנים. גלייך אנפאנג פון די בני ברק'ער מלחמה האט הגה"צ רבי אלי' כץ שליט"א אב"ד שיכון קרית יואל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ער זאל קומען צו אים צו דין תורה און נישט גיין אין בג"ץ, דעמאלס האט משה חיים געענטפערט אז ער האט א הוראה פון אויבן אז מ'טאר צו קיין דין תורה אויף דעם נושא בכלל נישט גיין.
פארוואס וויל נישט ר' אהרן אינטערשרייבן קיין שטרי ברורין?
וואס איז די שאלה, ווייל ער ציטערט פון די פסק פון די רבנים,
און אויך פארדעם האט ער דאך זיך געוואנדן צו די ערכאות הציונים,
האסטו דאס שוין אינגאנצן פארגעסן צו דו מאכסט דיך ?
פארוואס וויל נישט ר' אהרן אינטערשרייבן קיין שטרי ברורין?
נשלח ב-8/2/2011 23:27
די דין תורה גייט אן העפטיג. נעכטן ווען די אהרונים האבן געזען אז מיטן ברענגן דעם גרויסן קאפ גאלדבערגער קומען זיי אין ערגעץ נישט אן, און חוץ פרעסן אגאנצן טאג מיטן בעלזער גראוז טוט ער גארנישט אויף, האבן זיי באשלאסן אראפצוברענגן די קאנאנען און ווייזן פאר בית דין אז זיי מיינען עס ערענסט און זיי וועלן צושטערן די דין תורה פאר יעדן פרייז.
די באקאנטע שריפטשטעלער מישמאש, היראים רעב יאנקל, משה_גאבע מיט זייערע חברים זענען ערשינען און אנגעהויבן שרייען אינמיטן דעם זיצונג. בית דין האט זיי געהייסן פארלאזן דעם שטוב האט גרשון שפיגעל ארויס גענומען דעם בלעקבערי און אנגעהויבן פאכען דערמיט צו בית דין אז אויב וועט מען זיי ארויסווארפן וועט ער מוזן שרייבן די תגובות אויף היידפארק. דערנאך האבן זיך די חברה גענומען מאכן קולות כאילו עס איז ראדני אין די צייטן וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה האט געפירט שלש סעודות. ביז מען האט זיי ארויסגעפירט בשן ועין.
נשלח ב-7/2/2011 08:03
וואס איז געווארן איז דא א דין תורה אדער נישט?
נשלח ב-7/2/2011 01:59
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/02/2011 03:40:30
נשלח ב-6/2/2011 08:41
די פארשטייסט יא וואס די שרייבסט? ווייל איך נישט
נשלח ב-4/2/2011 22:45
דער אהרונישער קבלת פנים אין בני ברק איז א פרואוו פון די דזשיגאנס צו באיינפלוסן די רבנים פונעם בית דין אז בני ברק איז זייער'ס, והא ראי' זיי מאכן א קבלת פנים פאר דעם דזשיגאן רבי בתוככי הקרי'.
דער באיינפלוס האט בערך אזא פנים ווי דאס ברענגן די רבנים קיים ארץ ישראל פאר די פאריגע צוויי דין תורה זיצונגען, זיי צו באיינפלוסן אז אויב וועלן זיי ח"ו צוריקגעבן בני ברק פאר די עכטע בעלים פון די הנהלה אין אמעריקע וועט חלילה זיין א קאטאסטראפע, און די אמונה שלימה וואס די קיען דארט האבן נאך אין דעם דזשיגאן עם הארץ וועט נפגם ווערן. אבער אן ערפאלג.