היינט נאכט מוצא שבת איז פאר געקומען די שמחת הבר מצוה פון הבחור ישראל אלימלך בן כ"ק אדמור מ'באבוב שליט"א
עס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול אויף 48 סטריט אין בארא פארק געפאקטע פארענטשיס זענען געוועהן
אין פילע רבנים פון אלע שיכטען אין קרייזען האבן באטייליגט צי דעם שמחה ווייל דאס איז אטוואס זייער היסטאריש
" ביי בר מצוהס.
די חסידים פון באבוב 48 זענען זייער דעפרעסט געוועהן די וואך נאך די
ריזיגע חתונה אין שבת שבע ברכות די וואך וואס איז געפראוועט געווארען ברוב פאר והדר ביי זייער גרעסטע שונא באבוב 45, האבן זיי באשלאסן אז צי
בארואיגען די קעלבלעך וואס האבן זיך איינגערעדט אז נאר 48 קען צוזאמשלעפן א עולם וועט מען היינט נאכט פראווען א גרויסארטיגע בר מצוה ווי מען וועט קענען ווייזען בילדער פאר די וועלט אז זיי קענען אויך... אזוי זאלן מענטשן נישט זעהן נאר אז 45 האט מענטשען
אין שוין לאנג נישט געוועהן א
חתונה אין 48 אין א
גר קען מען נישט חתונה מאכען יעדער מאנטיג אין דאנערשטאג...
איז א בר מצוה גאר א פאסיגע זאך צי פיטערען די עולם אז מען זאל נישט גיין קוקען אין 45....
אויך וואס די 48 האבען געהאט א גאר א
שווערע שבת וואס מען האט נישט געקענט קויפען אדער ליינען אדער זעהן
צייטונגען אדער
פיקטשער מאגאזונען צילוב דעם וואס מען
ח"ו נישט צי קומען צי
ריאות אסורות ווי זעהן
ר"ל די ריזען
עולם ביי 45 חתונה אדער זעהן אדמו"ר רמ"ד שליט"א ווייל אלע האבען געהאט פולע דעקונג פון די חתונה אין גאר
געשריבען אויף די דעקלעך "
שמחת בית באבוב" זענען זיי א גאנץ שבת משוגע געווארען פון זיך דרייען ליידיג
האבן זיי זיך געקענט אויפלעבען מוצא שבת מיט די בר מצוה... "
שישו ושמחו בשמחת רבינו"
דא איז בילדער פון די גרויסע מעמוד בר מצוה