בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א אויפן וועג קיין ארץ ישראל - פון דארט קיין סיגוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/2/2011 19:06 לינק ישיר 

*************** src="http://player.vimeo.com/video/19649640?title=0&byline=0&portrait=0" width="400" height="265" frameborder="0"><*

Untitled from bhol on Vimeo.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 19:27 לינק ישיר 

דערהויבענע בליץ באזוך פון מרן רבינו שליט"א אין בני ברק

 

רבינו שליט"א איז געקומען צופארן פון בודאפעסט מיט די "מאלעוו" פליגער וועלכע האט געלאנדעט אביסל נאך איינס אזייגער באמיטאג.

 

אין לופט פעלד איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה און מנהלי המוסדות פון ירושלים און בני ברק, אין שפיץ פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים  שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' ירושלים עיה"ק, צווישן די ציבור האט זיך אויך אנגעזעהן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות אין קר"י וועלכער וויילט אצינד צוגאסט אין ארה"ק.

 

גלייך ביים אנקומען אין בני ברק איז דער רבי שליט"א צוגעפארן לבית חמיו שליט"א וואו ער איז אריין איהם מבקר זיין לדרוש בשלומו, און אויך האט דער רבי שליט"א דארט פארבראכט מיט גסיו הגאוה"צ הר"ר ישראל האגער שליט"א מ'וויזניץ און הר"ר מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזשניץ וועלכע האבן דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן אין שיכון קרית יואל וואו א יום טוב'דיגער שטימונג האט מקבל פנים געווען מרן רבינו שליט"א, דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון דעם לאנג-יעריגער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו.

 

נאך א קורצע אפרוה האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א דער וויצע מעיאר פון די שטאט בני ברק מוה"ר חנוך זייבארט הי"ו.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה וואו ער האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די הונדערטער קינדער תלמידים פון די תלמוד תורה פון בני ברק און ירושלים וועלכע זענען געקומען מלובש מיט בגדי שבת, און זיי האבן אלע מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן מיט א געוואלדיגע התעוררות און התלהבות.

 

נאך מנחה זענען אלע צאן קדשים אריבער געגאנגען שלום פונעם רבי'ן שליט"א ווען יעדער איז זיך מתענג מזיו אורו הבהיר מיטן פאטערליכע שמייכל צו יעדן קינד באזונדער.

 

נאכדעם איז דער רבי שליט"א אריבער באזוכן די נייע פראכטפולע "מקוה שמואל בנימין" וועלכע איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו פון קרית יואל.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער געפארן באזוכן דעם פוסק הדור הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א וואו עס איז פארפיהרט געווארן א הערליכע שיינע שמועס בדברי תורה  וועלכע האט זיך געצויגן אויף נאנט צו א גאנצע שטונדע, ווען ארום די טיש זענען געזעצן די אלע קינדער פון הרב וואזנער שליט"א, אזוי אויך זענען געווען אוועזנד די חשוב'ע פערזענליכקייטן מוה"ר מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות אין קר"י, מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו מנהל המוסדות אין וומ"ס ואתו עמו מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו, מוה"ר יחזקאל בערקאוויטש הי"ו, און מוה"ר משה אהרן האפמאנן הי"ו.

 

ביים שמועס האבן די צוויי גדולי התורה פארברענגט מיט א געוואלדיגע תענוג רוחני, ווען זיי שמועסן זיך אויס עטליכע פארצווייגטע הלכות, בייים ארויסגיין האבן זיי זיך זייעהר ווארים אנגעוואונטשן, ארויסגייענדיג האט הרב וואזנער שליט"א געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל אויך אנוואונטשן א ברכה פאר זיין רעבעצין תליט"א.

 

דאן איז דער רבי שליט"א צוריקגעפארן אין שיכון צו דאווענען מעריב אויבן אין די ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געדאווענט אינאיינעם מיט נאך הונדערטער בעה"ב אברכים און בחורי חמד.

 

נאך מעריב איז די גאנצער ציבור אריבער געגאנגען שלום נעמען לברך ולהתברך מפי צדיק, א לאנגע צייט איז דער רבי שליט"א געשטאנען און א ריזן ציבור – אסאך פון זיי פון פרעמדע קרייזן – זענען אריבער כבקרת רועה עדרו.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א וואו עטליכע רבנים און נכבדים האבן אריינגעכאפט אריינצוגיין אל הקודש פנימה, צווישן זיי הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב ב"ב וואו עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שיינע הלכה'דיגע שמועס, הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת בעלז-מאכנובקע, די קינדער פונעם ראב"ד העדה החרדית שליט"א, דומ"ץ קהילתינו הק' ירושלים שליט"א, הרב מוגראבי שליט"א אב"ד חולון, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א דומ"ץ שבט הלוי, און הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, און נאך.

 

אזוי אויך איז אריבער געקומען דער מעיאר פון ב"ב מוה"ר יעקב אשר הי"ו צו מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.

 

אום צעהן אזייגער ביינאכט האט זיך דער רבי שליט"א מיט א גאנצע מלכות'דיגע שיירה זיך ארויסגעלאזט צוריק צום לופט פעלד און אהיימגעפארן צום ביתו נאוה קודש אין אמעריקע.

 

-בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה- 

 ♦♦♦

 

ארום 5:00 אזייגער היינט – מאנטאג פארטאגס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בשטומ"צ אין נוארק לופט פעלד, פון ווי דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט למעון קדשו אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט,א איז קודם אנגעקומען אין היכלי הישיב"ג זיך אומקוקן ווי די תלמידי הישיבה זיצן און לערנען אין די פארטאגס שעה'ן.

 

היינט אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יעקב קאהן הי"ו פון קרית יואל.

 

פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אהרן יוסף בערגער הי"ו פון קרית יואל, און דערנאך דער ברית לבן הנולד לר' יודא ווייס הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל, נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו זוהן פון הר"הח ר' שמואל הי"ו משב"ק ווי דער רבי שליט"א איז גגעווען סנדק און מוהל.

 ♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 19:28 לינק ישיר 

בליץ באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

צו באזוכן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א לרפו"ש

 

בילדער דורך: שוקי לרר - משה גאלדשטיין

 

 

אראפקומענדיג פון פליגער אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק וומ''ס שליט"א

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 19:28 לינק ישיר 

 

 

בעאמטע אין לופט פעלד נעמען ברכ"ק

 

רבני וחשובי הקהלה ביים מקבל פנים זיין אין לופט פעלד

 

 

 

ביים אנקומען און ביים פארלאזן בינא"ק פונעם שווער כ"קאדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א לרפו"ש 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

ווערנ'דיג ארויסבאגלייט דורך גיסו הרה"צ מ'וויזשניץ שליט"א און נאמני האדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 19:29 לינק ישיר 

 

 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 19:33 לינק ישיר 

ווי איר קענט זעהן אויף די מודעת האט געדארפט פארקומען א ריזיגער מעמד קבלת פנים אין גרויסען ביהמ''ד אין שיכון קרית יואל אין ב''ב
אין ווי נאר דער רבי שליט''א איז געוואר געווארען דערפון האט ער געהייסן עס מבטל זיין ווי אייביג
(זייט דער רבי שליט''א האט איבערגענומען די כסא ההנהגה האט ער נישט געלאזט מאכען קיין קבלת פנים ביי קיין שום נסיעה, אין וועגן דעם איז מען אייביג משלב די קבלת פנים מיטן ציהל פין די נסיעה, לדוגמא  ביי די מסע המלכות אין ירושלים האט מען עס געמאכט ביי די אבן הפנה, אין לאנדאן האט מען עס געמאכט ביי די הכתרה וכו')

אבער בזמן שהצדיק בעיר האט זיך גענוג אנגעזעהן אזוי
טויזענטער יודן פין אלע שיכטן אין קרייזן האבען זיך געשטיפט מיט די קינדער צו כאפען א בליק אויפן מ''מ פין די הייליגע סאטמארע רביים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 18:00 לינק ישיר 

בליץ באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

צו באזוכן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א לרפו"ש

 

 

בילדער דורך: שוקי לרר - משה גאלדשטיין

 

 

אנקומענדיג צום אכסניא

בבית הרבני החסיד מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות בבני ברק

 

דער בעל אכסניא הי"ו איז מקבל ברכת קדשו

 

 

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן איינע פון די חאלאקע קינדער

 

דער רבי שליט"א אויפן וועג צו מנחה בביהמ"ד הגדול אין שיכון

 

תפילת מנחה מיט די עלטערע ילדי ת"ת פון בני ברק און ירושלים

 

 

 

הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א און הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומסב"ג שליט"א ביי מנחה

 

 

 

 

 

 

כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו

די צאן קדשים גייען אדרוך לקבל ברכת הקודש

 

 

 

 

ביי איינע פון די חאלאקע'ס

 

 

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א וואונטשט אהן פאר די מלמדים שיחיו

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 19:51 לינק ישיר 

בליץ באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

צו באזוכן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א לרפו"ש

 

-חלק ג'-

 

בילדער דורך: שוקי לרר - משה גאלדשטיין

 

תפילת מעריב מיט הונדערטער אנשי שלומינו תושבי ארה"ק

אין ביהמ"ד הגדול שיכון קרית יואל - בני ברק

נאכ'ן באזוך ביי הגאון הגדול פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

שלום נעמען פון אנשי שלומינו און תושבי ארה"ק

וועלכע האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות

 

אין א שמועס מיט גהג"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א

און הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו בירושלים שליט"א

 

 

 

רבני הקהלה, זקני אנ"ש ובעה"ב חשובים גייען אדורך שלום נעמען

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

הר"ר פנחס בינדער הי"ו פון ירושלים עיה"ק

 

 

 

 

 

 

 

 

דערנאך זענען אדורך די אברכי קהלתינו הק'

 

♦♦♦

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 19:57 לינק ישיר 

בליץ באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

צו באזוכן זיין שווער כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א לרפו"ש

 

חלק ד' - אחרון

 

בילדער דורך: שוקי לרר - משה גאלדשטיין

 

 

נאך תפילת מעריב און שלום נעמען פונעם גאנצן ציבור

אויפן וועג צום שטוב פון הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט בבני ברק

 

 

אין שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א איז געקומען באזוכן

הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א שוואגער פון מרן רבינו שליט"א

און הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר בדי"צ שבט הלוי

 

 

 

 

הרה"ג ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב העיר בני ברק, באזוכט ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

 

 

 

הרה"ח ר' הערשל ראטטער הי"ו יו"ר ועד הסברה שע"י העדה החרדית מיט די אייניקלעך פון הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית ביים רבי'ן שליט"א בנוגע די גירות-סקאנדאל אינערהאלב די טמא'נע צה"ל

 

 

 

ביי איינע פון די קשרי החיתון פון אנ"ש וועלכע זענען פאהרגעקומען ביים רבי'ן שליט"א

 

הבה"ח בן הר"ר שלמה זלמן גראס הי"ו

עב"ג הכלה בת הר"ר דוד שלאמאוויטש הי"ו

 

 

 

 

 

(פונעם זעלבן אימעיל)
♦♦♦

הרבני הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, באזוכט מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק

פארגאנגענעם ערש"ק פ' תרומה העעל"ט

 

אין היכל הכולל

 

 

אין תלמוד תורה

 

 

 

 

אין די ישיבה קטנה

 

 

די מעמד קבלת פנים אן חדר

 

 

 

 

 

♦♦♦


 

 

♦♦♦

 

 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

בכבוד רב

המערכת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 23:04 לינק ישיר 




תוקן על ידי SatmarBum ב- 11/02/2011 23:05:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 00:50 לינק ישיר 

דער הערליכער שמועס ביים באזוך בבית הפוסק הדור שליט''א

משולחן מלכים - סאטמאר 92 * style="outline-style: none; outline-color: invert; outline-width: medium" id="doc_459087445985158" name="doc_459087445985158" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" height="600"> <*


קרעדיט דייקן
עס קומט טאקע א הכרות הטוב פאר זיין וועכענטליכע ארבעט

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=7&topic_id=2868602&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א אויפן וועג קיין ארץ ישראל - פון דארט קיין סיגוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.