בית פורומים כל העולם כולו

מסע הקודש "בעבור אבותינו"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2011 17:23 לינק ישיר 
מסע הקודש "בעבור אבותינו"

צילוב די שוועער וועטער'ס - וואס האט פאראוזאט פליגער קענסעלעישאן'ס, איז מרן רבינו שליט"א מיט א טייל פון די פמליא אפגעפלויגן היינט פארטאגס קיין מיאמי פון ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה ארויספליען נאכמיאטג אויף פראנקפורט.

דער רבי שליט"א איז אפגענומען געווארן אין לופט פעלד אין מיאמי דורך הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו אין וועמענס דירה דער רבי שליט"א וועט וויילן ביז נאכמיטאג.

פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 19:34 לינק ישיר 

פאלגענד איז דער באריכט פון ביז ווי מיר האבן באריכטעט די פארגאנגענע וואך.

 

פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א צושפאצירט צו די  דעם שטח פון שול-הויף, ווי עס איז דאן פאהרגעגאנגען די לעצטע הכנות אנצוגרייטן דעם גרויסן שאטער פאר די תפלות דוירכאויס דעם גרויסארטיגן שב"ק, ווי דער רבי שליט"א האט געצייגט מיט התרגשות פאר די עסקנים וואס האבן אנגעגרייט דאס מקום פון די ביהמ"ד די ארט פון די מקוה ווי מ'קען נאך זעהן דעם בור מיט די טרעפ, דאס פלאץ פונעם הויז און נאך.

 

‫‫די היסטארישע שבת בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א אין שטאט סיגוט, רומעניע ביים מסע הקודש "בעבור אבותינו" 

 

‫‫אום 5:18 בזמן כניסת השבת האבן שוין די "סיגוט'ער גאסן" געווירבעלט מיט אידן אנגעטוען מיט בגדי שבת, מיט נגידי אנשי שלומינו וועלכער האבן געהאט די זכי' זיך מסתופף זיין ביים אט דעם געהויבענעם און היסטארישן שבת, וואס זענען געגאנגען צום גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט אלע באקוועמליכקייטען אויף א רייכען פארנעם ווי אויסגעפלאסטערט די ערד, הייצונג, וכדומה, אינעם שול-הויף "במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק'" אויפ'ן שטח ווי דער בית המדרש איז געשטאנען על תילה בנוי' פארן חורבן.

 

ארום א דריי פערטעל שעה נאכן זמן איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מנחה, וועלעכע איז אריבער מיט א גרויס דערהויבענקייט.

 

‫‫נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י מהרי"ט ב"ב, וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון דעם מקום, אויסרעכענענדיג די רייכע היסטאריע וואס איז פאראיבער אויף די הייליגע שטאט, און וויפיל אידן זענען געהאלפען געווארען אויף דעם פלאץ, און וואספארא הייליגע אידן האבן דא געדאווענט  און געוואוינט, און אז אונז האב מיר די זכי' צו דאווענען אויף אזא ארט, און אויך אז ס'איז זיכער אז רבותי"ק זענען דא בתוכינו.

 

‫‫מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, מזמור לדוד הבו לה' איז געזאגט געווארן פסוק בפסוק כמנהג בית סיגוט און ביי די ריקודין פון בואו בשלום האט געהערשט גרויס התרגשות.

 

‫‫נאכדעם וואס דער גאנצער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן פאר'ן רבי'ן שליט"א איז דער ציבור אריבער צום קאראנא האטעל ווי עס איז צוגעגרייט געווארן א גאהר רייכע סעודת שב"ק כיד המלך לכבוד די נגידים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר סיגוט, און די זאל איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם ספעציעל צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.

 

‫‫איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די סעודת ליל שב"ק, איז געזינגען געווארן ווארעמע שבת ניגונים פאר א ריכטיגע הכנה אנגעפירט דורך די משוררים בחצרות קדשינו וועלעכע האבן דוירכאויס דעם שבת אנגעפירט מיט די זמירות וניגונים, און דערנאך האט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה, ווי דער רב שליט"א האט ערווענט אונזער גרויסע זכי' וואס מ'האט אצינד צו פראווען דעם שב"ק אין אזא גרויסע ארט.

 

‫‫‫דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין זאל צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם צוזאמען מיט'ן ציבור , ווען דער עולם זינגט מיט מיט גרויס התעוררות שפירנדיג אין די לופט די געהויבענקייט פונעם מאמענט.

 

דער סעודה איז געפראוועט געווארן אויפ גאהר א געהויבענעם פארנעם, די רוחניות'דיגער אטמאספערע וואס האט געהרשט אינעם זאל דוירכאויס די גאנצע צייט איז אומבאשרייבליך, במשך די סעודה האט דער רבי שליט"א דערציילט עובדות וסיפורים פון אבותיה"ק ורבותיה"ק לבית סיגוט, און פון די שטאט סיגוט מיט איר רייכע היסטאריע.

 

מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.

 

‫‫ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק פון ויקחו לי תרומה – לי לשמי, און ארומגרעדט אין די סוגיא פון שינוי השם אז די אידן זענען געווארן א ממלכת כהנים וגוי קדוש, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס מיר פארמאגן געפונענדי'ג זיך אין שטאט סיגוט אין די טעג פון די הילולא.

 

‫‫מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, און מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, און דאן האט דער רבי שליט"א פארציילט נאך עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

 

‫‫מיט קה רבון איז מכובד געווארן הר"ר יואל האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, ווי דער עולם האט דערנאך געטאנצן א לענגערע וויילע מיט התרגשות.

 

‫‫דער טיש האט זיך פארענדיגט ווען עס איז שוין געווען עטוואס נאך צוויי אזייגער, אבער דאך איז דער עולם נאך געווען אינטערן רושם וואס האט צוגעברענגט אז עס האט זיך פארמירט קליינע באטעס ביי די אכט האטעלען ווי דער עולם איז געווען צושפרייט איבערען שטאט.

 

‫‫וביום השבת

 

פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מנין תהלים אין שאטער, און בערך אום 9:30 אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, מיט פסוקי דזמרה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אין בארא פארק, מרן רבינו שליט"א איז כנהוג צוגעגאנגען צו שחרית און הלל, און נאך שחרית האט הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד ישמח משה בק"י, אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון געבן געלט צו ראטעווען דעם מקום קדוש – מקום מנו"ק פון רבותיה"ק זי"ע אין סיגוט, זאגענדיג אז ווען איינער זאל זאגן אז מיר קענען אצינד א טובה טוהן פאר'ן הייליגן קדושת יו"ט זי"ע וואלט יעדער געגעבען כל הון דעלמא צו קענען טוהן א טובה, און יעצט אז מיר קענען ראטעווען דעם בית החיים דארף יעדער טוהן כל מה שביכולתו זיך אנצושטרענגן מיט גרעסערע סכומים, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט ספעציעל די זכות פון הר"ר יוסף מייזליש שליט"א נכד חביב פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכער איז דער בריח התיכון פון דאס איבערמאכן דאס אוהל און איינהאנדלען דעם שטח פונעם שול-הויף אין סיגוט.

 

‫‫נאך די דרשה האבן זיך די באטייליגטע נגידי ונכבדי קהלתינו הקדושות פריש אנגעשלאסן מיט נייע סכומים און הוספות לטובת די ביה"ח אין די שטאט.

 

‫‫מיט פתיחה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק ק"י, און הר"ר יוסף רוקח שליט"א חדב"ן, און אלס בעל קורא האט געדינט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.

 

‫‫מיט כהן איז מכובד געווארן הר"ר יואל בן הר"ר יוסף מייזליש שליט"א, לוי הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א, שלישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, רביעי הגה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, חמישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, שישי מרן רבינו שליט"א, שביעי הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א פון וויען, אחרון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א, מיט מפטיר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' חיים צבי שאהן הי"ו פון בארא פארק.

 

‫‫מיט הגבה ביים ערשטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א  חדב"ן ורב ביהמ"ד ויואל משה - ברך משה בק"י, און מיט גלילה החתן יואל אשכנזי שליט"א נכד מרן רבינו שליט"א, מיט הגבה ביים צווייטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און מיט גלילה החתן שמעון מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר"י בני ברק שליט"א.

 

דאן איז מרן רבינו שליט"א בקול בכי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און אתה יצרת וועלכער איז פארענדיגט געווארן ארום 2:00 אזייגער.

 

כמעשיהו בראשונה איז די סעודה שב"ק בייטאג אויך אריבערגעגאנען מיט גרויס התרוממות, עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, דער עולם האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן, דערווייל האט קאפעליע געזינגען שיינע ניגונים, דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו קידוש, און נאך מזונות און פיש זיך געוואשן צו די סעודה.

 

אינמיטן די סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א מיט א גאהר תוכן'פולע דרשה וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור אויף א שטארקן פארנעם, ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויסער די חלק אז מען האט די זכי' צו זיין אויף אזא מקום, זענען מיר באזונדער זוכה צו זיין אויף "א שבת אין סיגוט מיט'ן רבין", און דערנאך אויסגעפירט אז מיר דארפן זיך אלע אפלערנען פון רבין שליט"א, אז מען טאהר קיינמאל גארנישט אויפגעבן נאר כסדר אויפטוהן פעולות לטובה למען הכלל והפרט.


מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע שליט"א, דער סעודה איז פארענדיגט געווארן נאך 4:00 נאכמיטאג.

 

אום 6:15 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין שאטער צו תפלת מנחה און סעודת רעוה דרעווין, תפלת מנחה האט פארגעדאווענט הרב יואל ברח"צ מייזליש  שליט"א פון ירושלים עיה"ק, דער בעל קורא איז געווען הרה"ח דוד עקשטיין מראשי קהלתינו הק' בקרית יואל, מיט כהן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' יו"ר וועלכער האט באגלייט די מערכת הכשרות פון די גאנצע נסיעה וויילענדיג דארט פון אנפאנג וואך און זיכער געמאכט אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן מיטן גרעסטן מאס זהירות אין כשרות, לוי האט עולה געווען הר"ר אלי' זאב לעווי הי"ו פון וויען,  שלישי האט עולה געווען הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק בשכונת ברך משה בקרית יואל,  גלילה איז געגאנגען הבה"ח בן הר"ר נפתלי צבי הורוויץ שליט"א המיול"ח הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א.

 

די שלש סעודות איז אריבער מיט א דערהויבענקייט וואס איז גאהר שווער צו באשרייבן, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און געוואונטשן לחיים און דערנאך האט מען אנגעפאנגען צו זינגען די זמירות. באזונדער איז שווער אראפצוגעבן די מאמענטן בעת דאס זאגן ה' מלך און קבלת עול מלכות שמים אויפן פלאץ ווי עס זענען ארויסגעפירט געווארן אזויפיל טויזענטער קדושים וועלכער האט זיך געהערט ביז ווייט אוועק, שוין עטליכע זעכציג יאר וואס די גאסן פון סיגוט האבן דאס נישט געהערט.

 

מיט ברכו נפשי לכבוד ראש חודש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראש הקהל דקהלתינו הק', מיט אודה איז מכובד געווארן הרה"ח משה ארי' פריינד הי"ו  גבאי דיבהמ"ד הגדול אין לאנדאן, מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הרה"ח חיים לעווי הי"ו פון וויען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש.

 

עס האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות אויפן פלאץ בשעת מרן רבינו שליט"א האט ביי די דברות קודש ארומגערעדט אלעס וואס איז יאהרן צוריק געזאגט געווארן אויף דעם זעלבען פלאץ ביי אבותינו ורבותינו הק', און דער רבי שליט"א האט גאהר ווארעם אנגעוואונטשן אז מ'זאלן קענען אהיימנעמען אלעס גוט'ס וואס מ'האט אויסגעבעטן אויף דעם פלאץ.

 

מיט ידיד נפש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק אייזיק ווייס הי"ו פון בני ברק מיט קל מסתתר הרה"ח שלום ברוך ראטבארד הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער, מיט שושנת יעקב איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים דוד לויפער הי"ו מראה"ק אין בארא פארק. און דערנאך איז הרה"ח אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל מכובד געווארן מיט א ניגון של שמחה.

 

נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב און דאן האט מרן רבינו שליט"א געמאכט הבדלה פארן גאנצן עולם.

 

 

סעודת דוד מלכא משיחא

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער צום קאראנע האטעל ווי עס איז שוין דאן געווען  אנגעגרייט א פרעכטיגער סעודת מלוה דמלכה.

 

דער גאנצער עולם האט זיך געוואשן און געזעצט צו די טישן און דערווייל האט דער רבי  שליט"א געזעגענט אנשי שלומינו תושבי אייראפע וועלכע האבן זיך דאן געגרייט אוועקצופאהרן, און הערשט נאך א לענגערע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מלוה מלכה ווי ער האט זיך געוואשן און מ'האט געזינגען די זמירות.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן מיט גאהר א ווארימער דרשה ארויסברענגענדיג וואס מיר האבן אלץ געהאט די זכי' מיטצוהאלטן במחיצות פון רבינו שליט"א, און דאן בשם הר"ר יוסף מייזליש שליט"א און דער גאנצער וועד הנסיעה באעהרט בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו וועלכער האט זיך איבערגעגעבן בלו"נ פאר די נסיעה די לעצטע פאר וואכן, און דערנאך האט ער ערהאלטן א מתנה פון רבי'ן שליט"א.

 

נאך מלוה דמלכה האבן אלע נגידים ערהאלטן א מתנה א הערליכע זילבער-געניייטע חלה דעקל, א בעכער און טאץ זייער שיין אריינגעקריצט מיט א שיינעם זמירות לכ' שב"ק.

 

דאס הייליגקייט און התרוממות וואס איז פאראיבער אויף די אלע וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן אט דעם אומפארגעסליכען און הייליגן שבת, וועט יאהרן לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.

 

‫‫-יום שבתון אין לשכוח – זכותם של הצדיקים יגן עלינו-

 

ארום 12:00 אזייגער מוצש"ק האט דער גאנצער ציבור פארלאזט די שטאט סיגוט מיט געהויבענע געפילן, אויפן וועג קיין בודאפעסט צום לופט פעלד.

 

א גרויסער טייל איז געפאהרן אויף קאלוב צום ציון הק' פון הייליגן ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך, און דארט איז געווען א מחזה הוד און א גרויס התעורוות ווען די אריבער הונדערט אידן האבן אינאיינעם מתפלל געווען פאר רפואות און ישועות, און נאך תהלים האט מען געזינגען די הייליגע אידישע נידגונים המיוחס צום הייליגן קאלובע'ר זי"ע, און דאך זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ.

 

זונטאג אינדערפרי איז דער ציבור אנגעקומען אויף בודאפעסט צום "עירפארט האטעל" ווי מען האט געדאווענט שחריתץ און עס איז געווען צוגעגרייט א רייכער פרישטאג.

 

ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי שליט,א געגאנגען צום לופט פעלד פון ווי דער רבי שליט"א איז אפגעפלויגן אויף א דורצע באזוך אין ארה"ק צו באזוכן ביי חותנו כ"ק אדמו"ר מ'ווזישניץ שליט"א לרפו"ש, אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א.

♦♦♦

•·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·•

פאר די נאכפאלגענדע באריכט פין די קורצה אבער רייכע ביקור קודש אין ב''ב מיט בילדער קליקט דא

רבינו שליט"א אויפן וועג קיין ארץ ישראל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 02:23 לינק ישיר 

נאר א צדיק הדור קען דאס באווייזן, נאך א לאנגע נסיעה פון 6 טעג + א וועג פון 12 שעה, גראד צוגעפארן צו די ישיבה ווי ער דינט אלץ ראש ישיבה און דערנאך זיך געזעצט לערנען, און דערנאך געגאנגען דאווענען און אנגעגאנגען זיין סדר היום אין ישיבה ווי געווענדליך, און ער נעמט נאך אויף קוויטלעך היינט ביינאכט, 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2011 00:09 לינק ישיר 

די ערשטע סטאפ וואס די רבי האט געמאכט 6 אזייגער פארטאגס איז פארשטייט זיך געווען זיין באליבטע ישיבה צו זעהן די בחורים וועלכע ער האט זיך אזוי געבענקט נאך זיי, זיצן על התורה ועל העבודה

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 23:24 לינק ישיר 

די רבי שליט''א האט זיך היינט ציריקגעקערט קיין ניו יארק
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה כו'





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 21:05 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א אין פלארידא אויף וועג צום "מסע הקודש" אין שטאט סיגוט

 

 

רבינו שליט"א אין פלארידע אין קאר פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו

 

זקני אנ"ש נעמען שלום פון רבינו שליט"א ווערט געזען ראש הקהל דקהלתינו ר' בערל פרידמאן הי"ו

 

רבינו שליט"א ביי תפילת שחרית אין ביהמ"ד קערעסטיר

 

 

זקני אנ"ש געבען איבער קוויטלאך פאר רבינו שליט"א פארן פארן צום שטאט סיגוט

 

 

רבינו שליט"א ווערט ארויס באגלייט אויפן וועג צום לופט פעלד

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 20:58 לינק ישיר 

♦♦♦

 

עליה לציון הק' ביומא דהילולא

דערנאך האט דער גאנצער ציבור שפאצירט צום בית החיים פונעם שטאט זיך משטח זיין אויפן ציון קודש הקדשים פון היילגען קדושת יו"ט ביומא דהילולא, אינעם אוהל הק' מקום מנו"ק פון מרנן ורבנן רבותינו הק' לבית סיגוט.

 

אנקומענדיג צום בית החיים האט זיך אנפלעקט פאר די משתתפים א הערליכער בילד דער אוהל הקדוש איז גענצליך רענעווירט געווארן און העכער געמאכט אויף א מייסטערהאפטיגע אופן, עס האט זיך בפועל אנגעזעהן די שווערע הארעוואניע וואס די חשובע עסקנים ובראשם הרב יוסף מייזליש שליט"א לייגן אריין די לעצטע שטיק צייט.

 

אן ערענסטקייט האט געהערשט אינעם פול געפאקטן אוהל ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען, צוערשט האט דער רבי שליט"א געצינדן ליכט ביי די ציונים פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע און פון הגה"ק ר' משה יוסף זי"ע און פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, דערנאך האט דער רבי שליט"א בקול בכי פארגעזאגט די תפלה פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה, דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגדול הגה"צ וויליאמסבורג'ער רב שליט"א.

 

דער רב שליט"א האט אנגעהויבן מיט די ווערטער וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט דערמאנט ביי די לחיים אז א צדיק וואס האט  בחיים חיותו האט געהאלפן אידען איז אוודאי אז לאחר פטרתו העלפט ער, דערמיט האט דער רב שליט"א מרעיש עולמות געווען אז דער גרויסער בעל הילולא זאל זיך אומקוקען אויף אונז, זיינע אייניקלעך ,און תלמידים און פועלן ישועות און רפואת און זש"ק.

 

עס איז נישט געווען א טריקען אויג אין אוהל הק' בשעת דער רב שליט"א האט בקול בכי מעורר געווען די באטייליגטע איינצורייסן אויף אלעס וואס מ'ברויך דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן קאפיטל צ' כנהוג.

 

גרויס איז געווען דאס התעוררת און השתפכות הנפש בשעת ווען רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילם ובפרט ביי די יהי רצון לאחר אמירת תהלים.

 

נאך קדיש און משניות האט דער ציבור אנגעהויבן אריבערגיין פאר רבינו שליט"א איבערצוגעבן די קוויטלעך אזוי אויך די קוויטלאך וואס אנ"ש האבן מיט געשיקט וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה.

 

נאכן ענדיגן ליינען קוויטלעך האט דער רבי שליט"א זיך משטתח געווען אויףן ציון פונעם בעל ההילולא זי"ע און דערנאך אויף די ציונים פון הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.

 

אום 4:00 אזייגער נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז ארויס פון אוהל הק' האט זיך דער רבי שליט"א ארומגעקוקט אויף די פריש רענאווירטע געביידע פונעם אוהל הק' און שטארק מעריך געווען די שווערע ארבייט פון די איבערגעגעבענע עסקנים.

דאן האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם ביה"ח.

 

זכותו הגדול יגן עלינו און מ'זאל האבען געפוילט אלעס גוטס

♦♦♦

 

עריכת השולחן הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא

 

פונקליך אום 6:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריין געקומען צום שולחן הטהור אין דעם קאראנא האטעל, ווי ס'איז סארווירט געווארן א סעודה כיד המלך פאר די אלע אורחים חשובים.

 

די קאפעליע האט געזונגען ניגוני התעוררות כנהוג ביומא דהילולא.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' אין ב"פ וואס האט ארויס געברענגט די חשיבות פון אפקויפן דעם בית החיים.

 

דערנאך האט אויפגטרעטן הגה"צ ווילאמסבורגער רב שליט"א, וואס האט ארום גרעדט איבער די גרויסקייט פון זיין שבת אין סיגוט במקום שהתפללו בו אבותינו.

 

נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ציווישן אנדערע מכתם לדוד געזונגען דורך הרה"צ ר' יוסף מייזליש שליט"א, האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש

דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, וואס דער ייטב לב ברענגט אויף דעם דעם פסוק צדיק כתמר יפרח אז צדיקים זענען מעורר אפי' פון דערווייטענס און דער עצי חיים איז מוסיף אז כ"ש לאחר פטירת הצדיק, און האט מאריך געווען פון דעם גרויסקייט און מסירות נפש פון דעם בעל ההילולא.

 

דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן אזוי שיין צוריק אויפגעשטעלט דעם אוהל און זענען ממשיך מיטן עבודת הקדוש ביים ביהמ"ד.

נאכן בענטשען האט מען געדאוונט מעריב.

 ♦♦♦

 

 

ויושר יליצו בעדינו חיות אש




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 20:56 לינק ישיר 

צווייטען טאג פון "מסע הקודש בעבור אבותינו" אין שטאט סיגוט

ארום 10:30 אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין דעם זאל פון קאראנא האטעל, ווי דער רבי שליט"א האט ביי קריאת התורה גומל געבענטשט און מוציא געווען דעם גאנצען ציבור.

 

ארום 15 מינוט נאך תפילת שחרית איז דער רבי שליט"א אריין געקומען צום מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק מרן בעל הקדושת יו"ט זי"ע.

 

עס זענען געזונגען געווארן ניגוני התעוררות און נאכן וואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש דברי התעוררות פארן ארויף גיין צום ציון המצוינת און מאכן די ריכטיגע הכנה.

 

דער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ערווענט אז דער גרויסער בעל הילולא האט בחיים חיותו געפוילט ישועות ורפואות פאר כלל ישראל איז אוודאי אצינד לאחר פטירתו פויעלט ער בשמי מעל לנו לכל ישראל.

♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 20:22 לינק ישיר 

מסע הקודש בעבור אבותינו

 =ערשטער טאג - יום ד' פר' תרומה=

אצינד וועלן מיר ממשיך זיין מיטן באריכט ווי מיר האבן געהאלטן.

 

פון פראנקפורט איז מרן רבינו שליט"א מיט די פמליא אפגעפלויגן קיין בודופעסט ווי מען איז צוגעגאנגן צום "עירפארט האטעל" און מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דערנאך זענען די אלע באטייליגטע געסט פון ארצינו הק' און אייראפע וואס זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן די דערהויבענע נסיעה  דורך געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

 

גלייך דערנאך איז סערווירט געווארן א ברייטע פרישטאג און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה און זיך ארויס געלאזט קיין אוהעל.

 

גאהר גרויס איז געווען די התעוררות וואס האט זיך געשפירט אריינקומענדיג אונע'ם אוהל הק' פונעם ראש השלשלת מרן בעל הישמח משה זי"ע ווי תיכף ווען מען איז אריינגעקומען אין אוהל האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן דעם יהי רצון און אויך די תפלה וואס דער הייליגער ישמח משה האט מחבר געווען, און דאן האט מען געזאגט תהלים מיט השתפחות הנפש פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ח כנהוג.

 

 מיט געוואלדיגע בכיות וואס האט געשפאלטען הימלען האט מען געזאגט דעם  יהי רצון לאחר אמירת תהלים, דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש און דערנאך האט מען געזינגען אני מאמין.

 

 דערנאך האט דער רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך בפרטית פונעם גאנצן ציבור, דאן האט זיך די רבי שליט"א משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב אין אוהל הק'.

 

דערנאך איז דער ציבור ארויס פיל מיט בטחון אז מען "האט געפויעלט אלעס גוטס".

פון דארט איז דער רבי שליט"א און די פמליא געפארן צום עיר האבות סיגוט, און א טייל עולם איז געפארן קיין קערעסטיר צום ציון הקדוש פון ר' ישעי'לע זי"ע.

דאן אנגעקומען א חלק פונעם עולם וואס האט נישט עספעיט אנצוקומען קיין אוהעל צוליב די שפעטונגען פון די פליגערס.

 

מארגען-דאנערשטיג אינדערפרי וועט מען זיך אי"ה שטעלן דאווענען שחרית אום ,9:30 נאכען דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן קדושת יום טוב זי"ע ווי נכדו מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה משמיע זיין דברי התעוררת און דערנאך וועט מען אריבער גיין צום אוהל הק' פון מקום מנו"ק פון רבויתינו הקדושים זי"ע.

 

אין אלע צענטרען איבער די וועלט וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאמען נעמען און די זעלבע צייט וואס דער רבי שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון און מען וועט צוזאמען איינרייסן פאר גאנץ כלל ישראל להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

 

אין קרית יואל וועט אויך אי"ה זיין א מנין תהלים ציונים איןאוהל הק' פון רבותינו הק' זי"ע.

זכותו הגדול יגן עלינו און פועלט אויס אלעס גוטס

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 20:20 לינק ישיר 

בשעה טובה ומוצלחת:

מרן רבינו שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די מסע הקודש "בעבור אבותינו" צו די שטאט סיגוט

 

ווי געפלאנט האט דער רבי שליט"א און די פמליא געדארפט ארויסרייזן  נאכמיטאג קיין פראנקפורט און פון דארט קיין בודאפעסט, אבער צילוב די שווערער וועטער איז דער פליגער געווען צווישן די פולע פליגער'ס וועלכע זענען אפגעלייגט געווארן.

 

 דעראיבער איז היינט פארטאגס אום 6:00 אזייגער מרן רבינו שליט"א ארויסגעפלויגן פון נוארק לופט-פעלד קיין מיאמי פלארידא.

 

תיכף ווען דער רבי שליט"א איז אנגקומען איז דער רבי שליט"א צוגעפארן מיטן קאר פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו צום קרעסטירער ביהמ"ד ווי רבינו שליט"א איז אויפגענומען געווארן דורך זקני אנ"ש וועלעכע געפונען זיך דארט אין די ווינטער חדשים, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית, נאכען דאווענען זענען די זקני אנ"ש דורכגעגאנגען ביי מרן רבינו שליט"א לברך ולהתברך.

 

דערנאך איז מרן רבינו שליט"א אריבער אויף א מסיבת לחיים צום שטוב פון קרעסטירער רב שליט"א.

 

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו ווי רבינו שליט"א האט געגעסן פת שחרית, דערנאך איז הרה"ג ראש ישיבה דמיאמי שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א, דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום שטוב פון מוה"ר אנשיל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט ארויפגעלייגט א מזוזה.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויסגעפאהרן צום לופט פעלד ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה אין א פריוואטע צימער.

 

אצינד איז רבינו שליט"א אויפן וועג קיין פראנקפורט פון ווי דער רבי שליט"א וועט פאהרן קיין בודאפעסט און פון דארט קיין איהעל.

 

=כי מלאכיו יצוה לךלשמרך בכל דרכיך=



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2011 07:34 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2011 07:33 לינק ישיר 

* width="640" height="505"><*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 20:17 לינק ישיר 

מסע הקודש “בעבור אבותינו” לעיירה סיגוט בעיצומה

מיד עם הגעתו של האדמו”ר לפרנקפורט שבגרמניה, קיבלו את פניו הרב המקומי וראשי הקהילה היהודית במקום, לאחר מכן המשיכה השיירה בראשות האדמו”ר שליט”א

מודעה בקשר לנסיעה לסיגוט

מודעה בקשר לנסיעה לסיגוט

בטיסה לבודאפסט שבהונגריה, עם הגעתם שבודאפסט עשו את דרכם למלון בשדה התעופה שהוחכר אולם כנסים לצורך עריכת התפילות וסעודת פת שחרית, אכן בראשונה עמדו להתפלל תפילת שחרית, לאחר התפילה קיבלו את פני האדמו”ר האורחים שהגיעו מהארץ ואירופה בברכת שלום.
לאחר תפילת שחרית הכינו המארגנים סעודת פת שחרית ברמה של חמישה כוכבים, דבר מפליא על כושר ארגון למופת, בהכנת כל צרכי הסעודה והדאגה לכל פרט אפשרי. לאחר מכן החל המסי בשלבי דרייב, כאשר עשו את דרכם לעיירה אוהעל שברומניה, כאשר כל הדרך מלווה באווירה עילאית.

ההתעוררות הגיעה לשיאה כאשר הגיעו לאוהל הקדוש של ראש השלשלת מרן בעל הישמח משה זי”עעם הגעתם החלו בתפילת יהי רצון כמו כן התפילה שחיבר בעל הישמח משה, לאחר מכן החלו בקריאת מזמורי תהלים פסוק בפסוק בהשתפחות הנפש מ מזמור צ’ עד ק”ח כנהוג.

לאחר סיום אמירת התהלים פתח האדמו”ר באמירת קדיש ולאחר מכן החלו בשיר האהוב על אביו ה”ברך משה”
לאחר מכן התפללו תפילת ערבית במקום.
משם המשיך האדמו”ר שליט”א עם הפמליא לעיר אבותיו סיגוט שברומניה, כאשר קבוצה חלקית עשתה את דרכם ביינתיים לקערעסטיר לציון קדשו של ר’ ישעי’לע

מסיבת לחיים

מסיבת לחיים

מקרעסטיער זי”ע.

היום יום חמישי בבוקר לאחר לימוד של כשעה החלו תפילת שחרית בשעה 9.30 לאחר התפילה התקיימה במקום מסיבת לחיים לרגל ההילולא קדישא של בעל “קדושת יום טוב” זי”ע. האדמו”ר שליט”א השמיע דברי התעוררת ולאחר מכן עשו את דרכם לבית העלמין אל האוהל הק’ שם מקום מנו”ק של אבותיו ורבותיו הקדושים זי”ע.

לאור קריאתו של האדמו”ר לא לצלם תמונות נכון לשעה זו התמונות שהתקבלו במערכת הינם מעיתון רומני http://www.informatia-zilei.ro

*-- see gallery_shortcode() in wp-includes/media.php *



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2011 20:17 לינק ישיר 

http://www.zadikim.net/?p=6060





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2011 22:46 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 22:46 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסע הקודש "בעבור אבותינו"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext