פאלגענד איז דער באריכט פון ביז ווי מיר האבן באריכטעט די פארגאנגענע וואך.
פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א צושפאצירט צו די דעם שטח פון שול-הויף, ווי עס איז דאן פאהרגעגאנגען די לעצטע הכנות אנצוגרייטן דעם גרויסן שאטער פאר די תפלות דוירכאויס דעם גרויסארטיגן שב"ק, ווי דער רבי שליט"א האט געצייגט מיט התרגשות פאר די עסקנים וואס האבן אנגעגרייט דאס מקום פון די ביהמ"ד די ארט פון די מקוה ווי מ'קען נאך זעהן דעם בור מיט די טרעפ, דאס פלאץ פונעם הויז און נאך.
די היסטארישע שבת בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א אין שטאט סיגוט, רומעניע ביים מסע הקודש "בעבור אבותינו"
אום 5:18 בזמן כניסת השבת האבן שוין די "סיגוט'ער גאסן" געווירבעלט מיט אידן אנגעטוען מיט בגדי שבת, מיט נגידי אנשי שלומינו וועלכער האבן געהאט די זכי' זיך מסתופף זיין ביים אט דעם געהויבענעם און היסטארישן שבת, וואס זענען געגאנגען צום גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט אלע באקוועמליכקייטען אויף א רייכען פארנעם ווי אויסגעפלאסטערט די ערד, הייצונג, וכדומה, אינעם שול-הויף "במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו הק'" אויפ'ן שטח ווי דער בית המדרש איז געשטאנען על תילה בנוי' פארן חורבן.
ארום א דריי פערטעל שעה נאכן זמן איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מנחה, וועלעכע איז אריבער מיט א גרויס דערהויבענקייט.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י מהרי"ט ב"ב, וועלכער האט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון דעם מקום, אויסרעכענענדיג די רייכע היסטאריע וואס איז פאראיבער אויף די הייליגע שטאט, און וויפיל אידן זענען געהאלפען געווארען אויף דעם פלאץ, און וואספארא הייליגע אידן האבן דא געדאווענט און געוואוינט, און אז אונז האב מיר די זכי' צו דאווענען אויף אזא ארט, און אויך אז ס'איז זיכער אז רבותי"ק זענען דא בתוכינו.
מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, מזמור לדוד הבו לה' איז געזאגט געווארן פסוק בפסוק כמנהג בית סיגוט און ביי די ריקודין פון בואו בשלום האט געהערשט גרויס התרגשות.
נאכדעם וואס דער גאנצער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן פאר'ן רבי'ן שליט"א איז דער ציבור אריבער צום קאראנא האטעל ווי עס איז צוגעגרייט געווארן א גאהר רייכע סעודת שב"ק כיד המלך לכבוד די נגידים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר סיגוט, און די זאל איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם ספעציעל צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.
איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די סעודת ליל שב"ק, איז געזינגען געווארן ווארעמע שבת ניגונים פאר א ריכטיגע הכנה אנגעפירט דורך די משוררים בחצרות קדשינו וועלעכע האבן דוירכאויס דעם שבת אנגעפירט מיט די זמירות וניגונים, און דערנאך האט הגה"צ אבד"ק דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה, ווי דער רב שליט"א האט ערווענט אונזער גרויסע זכי' וואס מ'האט אצינד צו פראווען דעם שב"ק אין אזא גרויסע ארט.
דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין זאל צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם צוזאמען מיט'ן ציבור , ווען דער עולם זינגט מיט מיט גרויס התעוררות שפירנדיג אין די לופט די געהויבענקייט פונעם מאמענט.
דער סעודה איז געפראוועט געווארן אויפ גאהר א געהויבענעם פארנעם, די רוחניות'דיגער אטמאספערע וואס האט געהרשט אינעם זאל דוירכאויס די גאנצע צייט איז אומבאשרייבליך, במשך די סעודה האט דער רבי שליט"א דערציילט עובדות וסיפורים פון אבותיה"ק ורבותיה"ק לבית סיגוט, און פון די שטאט סיגוט מיט איר רייכע היסטאריע.
מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר אהרן טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.
ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפן פסוק פון ויקחו לי תרומה – לי לשמי, און ארומגרעדט אין די סוגיא פון שינוי השם אז די אידן זענען געווארן א ממלכת כהנים וגוי קדוש, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס מיר פארמאגן געפונענדי'ג זיך אין שטאט סיגוט אין די טעג פון די הילולא.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, און מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, און דאן האט דער רבי שליט"א פארציילט נאך עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
מיט קה רבון איז מכובד געווארן הר"ר יואל האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הרה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, ווי דער עולם האט דערנאך געטאנצן א לענגערע וויילע מיט התרגשות.
דער טיש האט זיך פארענדיגט ווען עס איז שוין געווען עטוואס נאך צוויי אזייגער, אבער דאך איז דער עולם נאך געווען אינטערן רושם וואס האט צוגעברענגט אז עס האט זיך פארמירט קליינע באטעס ביי די אכט האטעלען ווי דער עולם איז געווען צושפרייט איבערען שטאט.
וביום השבת
פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מנין תהלים אין שאטער, און בערך אום 9:30 אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, מיט פסוקי דזמרה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אין בארא פארק, מרן רבינו שליט"א איז כנהוג צוגעגאנגען צו שחרית און הלל, און נאך שחרית האט הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד ישמח משה בק"י, אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון געבן געלט צו ראטעווען דעם מקום קדוש – מקום מנו"ק פון רבותיה"ק זי"ע אין סיגוט, זאגענדיג אז ווען איינער זאל זאגן אז מיר קענען אצינד א טובה טוהן פאר'ן הייליגן קדושת יו"ט זי"ע וואלט יעדער געגעבען כל הון דעלמא צו קענען טוהן א טובה, און יעצט אז מיר קענען ראטעווען דעם בית החיים דארף יעדער טוהן כל מה שביכולתו זיך אנצושטרענגן מיט גרעסערע סכומים, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט ספעציעל די זכות פון הר"ר יוסף מייזליש שליט"א נכד חביב פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכער איז דער בריח התיכון פון דאס איבערמאכן דאס אוהל און איינהאנדלען דעם שטח פונעם שול-הויף אין סיגוט.
נאך די דרשה האבן זיך די באטייליגטע נגידי ונכבדי קהלתינו הקדושות פריש אנגעשלאסן מיט נייע סכומים און הוספות לטובת די ביה"ח אין די שטאט.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק ק"י, און הר"ר יוסף רוקח שליט"א חדב"ן, און אלס בעל קורא האט געדינט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
מיט כהן איז מכובד געווארן הר"ר יואל בן הר"ר יוסף מייזליש שליט"א, לוי הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א, שלישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, רביעי הגה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, חמישי הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, שישי מרן רבינו שליט"א, שביעי הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א פון וויען, אחרון הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א, מיט מפטיר איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' חיים צבי שאהן הי"ו פון בארא פארק.
מיט הגבה ביים ערשטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד ויואל משה - ברך משה בק"י, און מיט גלילה החתן יואל אשכנזי שליט"א נכד מרן רבינו שליט"א, מיט הגבה ביים צווייטן ספר איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און מיט גלילה החתן שמעון מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר"י בני ברק שליט"א.
דאן איז מרן רבינו שליט"א בקול בכי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און אתה יצרת וועלכער איז פארענדיגט געווארן ארום 2:00 אזייגער.
כמעשיהו בראשונה איז די סעודה שב"ק בייטאג אויך אריבערגעגאנען מיט גרויס התרוממות, עס איז געווען אנגעגרייט א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, דער עולם האט קידוש געמאכט און זיך געוואשן, דערווייל האט קאפעליע געזינגען שיינע ניגונים, דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו קידוש, און נאך מזונות און פיש זיך געוואשן צו די סעודה.
אינמיטן די סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א מיט א גאהר תוכן'פולע דרשה וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור אויף א שטארקן פארנעם, ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויסער די חלק אז מען האט די זכי' צו זיין אויף אזא מקום, זענען מיר באזונדער זוכה צו זיין אויף "א שבת אין סיגוט מיט'ן רבין", און דערנאך אויסגעפירט אז מיר דארפן זיך אלע אפלערנען פון רבין שליט"א, אז מען טאהר קיינמאל גארנישט אויפגעבן נאר כסדר אויפטוהן פעולות לטובה למען הכלל והפרט.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק דקהלתינו 15'טע שליט"א, דער סעודה איז פארענדיגט געווארן נאך 4:00 נאכמיטאג.
אום 6:15 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין שאטער צו תפלת מנחה און סעודת רעוה דרעווין, תפלת מנחה האט פארגעדאווענט הרב יואל ברח"צ מייזליש שליט"א פון ירושלים עיה"ק, דער בעל קורא איז געווען הרה"ח דוד עקשטיין מראשי קהלתינו הק' בקרית יואל, מיט כהן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' יו"ר וועלכער האט באגלייט די מערכת הכשרות פון די גאנצע נסיעה וויילענדיג דארט פון אנפאנג וואך און זיכער געמאכט אז אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן מיטן גרעסטן מאס זהירות אין כשרות, לוי האט עולה געווען הר"ר אלי' זאב לעווי הי"ו פון וויען, שלישי האט עולה געווען הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן רב ביהמ"ד אבני צדק בשכונת ברך משה בקרית יואל, גלילה איז געגאנגען הבה"ח בן הר"ר נפתלי צבי הורוויץ שליט"א המיול"ח הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א.
די שלש סעודות איז אריבער מיט א דערהויבענקייט וואס איז גאהר שווער צו באשרייבן, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און געוואונטשן לחיים און דערנאך האט מען אנגעפאנגען צו זינגען די זמירות. באזונדער איז שווער אראפצוגעבן די מאמענטן בעת דאס זאגן ה' מלך און קבלת עול מלכות שמים אויפן פלאץ ווי עס זענען ארויסגעפירט געווארן אזויפיל טויזענטער קדושים וועלכער האט זיך געהערט ביז ווייט אוועק, שוין עטליכע זעכציג יאר וואס די גאסן פון סיגוט האבן דאס נישט געהערט.
מיט ברכו נפשי לכבוד ראש חודש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק ראזענבערג הי"ו סגן ראש הקהל דקהלתינו הק', מיט אודה איז מכובד געווארן הרה"ח משה ארי' פריינד הי"ו גבאי דיבהמ"ד הגדול אין לאנדאן, מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הרה"ח חיים לעווי הי"ו פון וויען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש.
עס האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות אויפן פלאץ בשעת מרן רבינו שליט"א האט ביי די דברות קודש ארומגערעדט אלעס וואס איז יאהרן צוריק געזאגט געווארן אויף דעם זעלבען פלאץ ביי אבותינו ורבותינו הק', און דער רבי שליט"א האט גאהר ווארעם אנגעוואונטשן אז מ'זאלן קענען אהיימנעמען אלעס גוט'ס וואס מ'האט אויסגעבעטן אויף דעם פלאץ.
מיט ידיד נפש איז מכובד געווארן הרה"ח יצחק אייזיק ווייס הי"ו פון בני ברק מיט קל מסתתר הרה"ח שלום ברוך ראטבארד הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער, מיט שושנת יעקב איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים דוד לויפער הי"ו מראה"ק אין בארא פארק. און דערנאך איז הרה"ח אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל מכובד געווארן מיט א ניגון של שמחה.
נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב און דאן האט מרן רבינו שליט"א געמאכט הבדלה פארן גאנצן עולם.
סעודת דוד מלכא משיחא
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער צום קאראנע האטעל ווי עס איז שוין דאן געווען אנגעגרייט א פרעכטיגער סעודת מלוה דמלכה.
דער גאנצער עולם האט זיך געוואשן און געזעצט צו די טישן און דערווייל האט דער רבי שליט"א געזעגענט אנשי שלומינו תושבי אייראפע וועלכע האבן זיך דאן געגרייט אוועקצופאהרן, און הערשט נאך א לענגערע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מלוה מלכה ווי ער האט זיך געוואשן און מ'האט געזינגען די זמירות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א חדב"ן מיט גאהר א ווארימער דרשה ארויסברענגענדיג וואס מיר האבן אלץ געהאט די זכי' מיטצוהאלטן במחיצות פון רבינו שליט"א, און דאן בשם הר"ר יוסף מייזליש שליט"א און דער גאנצער וועד הנסיעה באעהרט בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו וועלכער האט זיך איבערגעגעבן בלו"נ פאר די נסיעה די לעצטע פאר וואכן, און דערנאך האט ער ערהאלטן א מתנה פון רבי'ן שליט"א.
נאך מלוה דמלכה האבן אלע נגידים ערהאלטן א מתנה א הערליכע זילבער-געניייטע חלה דעקל, א בעכער און טאץ זייער שיין אריינגעקריצט מיט א שיינעם זמירות לכ' שב"ק.
דאס הייליגקייט און התרוממות וואס איז פאראיבער אויף די אלע וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן אט דעם אומפארגעסליכען און הייליגן שבת, וועט יאהרן לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.
-יום שבתון אין לשכוח – זכותם של הצדיקים יגן עלינו-
ארום 12:00 אזייגער מוצש"ק האט דער גאנצער ציבור פארלאזט די שטאט סיגוט מיט געהויבענע געפילן, אויפן וועג קיין בודאפעסט צום לופט פעלד.
א גרויסער טייל איז געפאהרן אויף קאלוב צום ציון הק' פון הייליגן ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך, און דארט איז געווען א מחזה הוד און א גרויס התעורוות ווען די אריבער הונדערט אידן האבן אינאיינעם מתפלל געווען פאר רפואות און ישועות, און נאך תהלים האט מען געזינגען די הייליגע אידישע נידגונים המיוחס צום הייליגן קאלובע'ר זי"ע, און דאך זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ.
זונטאג אינדערפרי איז דער ציבור אנגעקומען אויף בודאפעסט צום "עירפארט האטעל" ווי מען האט געדאווענט שחריתץ און עס איז געווען צוגעגרייט א רייכער פרישטאג.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי שליט,א געגאנגען צום לופט פעלד פון ווי דער רבי שליט"א איז אפגעפלויגן אויף א דורצע באזוך אין ארה"ק צו באזוכן ביי חותנו כ"ק אדמו"ר מ'ווזישניץ שליט"א לרפו"ש, אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו וומ''ס שליט"א.
♦♦♦
•·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·••·•·•·•·•·•
פאר די נאכפאלגענדע באריכט פין די קורצה אבער רייכע ביקור קודש אין ב''ב מיט בילדער קליקט דא
רבינו שליט"א אויפן וועג קיין ארץ ישראל