| נשלח ב-3/2/2011 04:47 |
|
| |
וואס קוועטשט פאר די זאליס?
[ביטע שרייבן קלארע קעפלעך. די הנהלה]אזוי ווי איך ארבעט מיט אפאר זאליס, זעה איך וואס ווי א טאג מער, שפרינגן זיי, זייער הויט ברענט. צופרי מ'קומט אריין אין די ארבעט. "ר' אהרן". ביים זיך אפרוען פון די ארבעט "ר' אהרן". אויפ וועג אהיים. "ר' אהרן". ס'זעהט עפעס אויס ווי זיי ליידן אויף א מחלה ואאס הייסט אהרנייסעס. די סימפטעמס איז זייער פשוט, יעדעס מאהל וואס מ'דערמאנט נאר דאס נאמען, ווערט דאס מויל אנגעפילט מיט שוים פון כעס, דאס פנים ווערט רויט פאר כעס. יעדער אדער שטעקט זיך ארויס אזש ס'זעהט אויס ווי עס גייט פלאצן. איך שטיי און איך ווינדער מיר שוין יארן. פארוואס ווען די ארונים רעדן פון ר' זלמן לייב לאכן זיי פון אים, האבן אייביג א גוט ווארט אויף זיין חשבון. אז ווען נישט מען דערמאנט דאס נאמען וואלט מען געווען זיכער אז מ'רעדט פון יודעלע מייזעלס. משא"כ ביי די זאליס, דאס כעס, שנאה, קנאה. וואס איז פשט? און לאמיר גיין נאך א סטעפ. לאמיר באטראכן די רביס. פארוואס ווען מ'זעהט ר' אהרן, איז ער אייביג גוט אויפגעליייגט, ביי אלע זיינע טישן, ביי אלע מסיבות, ביי אלע אסיפות, ביי אלע שמחות, לעבט ער. משא"כ ר' זלמן לייב, מיט א זויערע פנים שטענדיג. זעהט אויס מיאוס אנגעזעצט. פארוואס?? לאמיר נעמען ביידע רבי'נס סדר היום. דאן וועלן מיר זעהן די תירוץ. ר' אהרן: לעבט און לאכט. מ'האט אים מספיד געווען אין גרויסן, און ער איז נאך אלץ דאס גרעסטע רבי פון כלל ישראל. יעדער רבי וויל זיך טרעפן מיט אים יעדער רבי קוקט זיך פאר פאר מ'טרעפט זיך מיט אים פארנומען מיט די ווייץ פארנומען מיט די קרית יואל'ע בית השחיטה פארנומען מיט די בהמה שחיטה פארנומען מיט בויען א מקווה פארנומען מיט אויפבויען בתי מדרשים פארנומען מיט אויפנעמען זיין עולם וועלכע לעכטצט צו הערן א ווארט פון אים מ'רופט אים פון אמעריקא, ארץ ישראל, ענגלאנד, בעלגיע, אסטראליע, קאנאדא. און איבעראל ווי א סאטמארע איד איז נאר פארהאן מיט צרות און שמחות. פארנומען מיט שיעורים פארנומען מיט די ישיבה פארנומען מיט איבערבויען די ביה"ח אין סיגוט. חסידים וועלכע גייען און פייער און וואסער פאר אים חסידים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן זייער גאנצע געלט פאר אים. רעדט דרשות בכל בוקר וערב, און דער גאנצע עולם איז שא שטיל טרינקענדיג יעדעס ווארט מיט א דארשט. גייט אן אין די לינקע פאה וואס זיין ברודער האט פארהערט בחורים גאנצע מקצועות אין ש"ס און אין שו"ע, בחורים וואס ער האט זייערע זיידעס נאך פארהערט מ'געט ארויס קונטרסים ספרים, פון זיינע תורות, אפילו די שיחתן של ת"ח ווערט אפגעדרוקט. 99 פראצענט טאטענ'ס חסידים זענען בייי אים ר' זלמן לייב ????????????????????? שטייט אויף, גייט דאווענען, עסט זיך גוט אן. און וואס טוט מען ווייטער????????? מאנטאג און דארנעשטאג שטיפט מען אביסל אין שפיטאל (פארט איז דארט דא טי ווי בחינם) און למען השם וואס טוט מען ווייטער?????????? לענרען האלט ער דאך נישט דערביי, קוויטלעך צו קומען האלט דער עולם נישט דערביי. רבנים טרעטן כמעט נישט אריבער די שוועל, אויב יא איז ביטערע בזיונות. תשנ"ט ווען ער איז געווען רב איבער גאנץ ברוקלין (ס'קאסט מיר א לאך ווען איך דערמאן זיך אין זיין לעדערהעט דאס ווארט ברוקלין) האט ער זיך נישט פארגעשטעלט אז עד סוף ימיו וועט ער מיזן פירן טיש פרייטאג צו נאכטס פאר 15 אידן (פארגעסט נישט, סאטמארע רבי) קען נישט גיין שלאפן פרייאג צו נאכטס פרי, קען נישט מער שטיפן די צייט מיט אלע סארט פאליטיק, ער דארף זיצן אויבן אן פאר דריי שעה, ער ווערט נעבעך משוגע דארט. דארף זיך צוגרייטן א תורה יעדע פרייטאג צו נאכטס, שלוש סעודות, און ער קען עס נישט גנב'נען פון א ספר ווי ער האט אמאל פראבירט, מ'כאפט דאך אים גראד. יעדעס מאהל וואס עפעס אביסל אן ערעסנטע רב איז זיך מרחם און קומט צו אים, דארף ער שוויצן גאנצעטע טעג פארדעם. מ'קען מער נישט שטיפן אין ביהמ"ד ביז 12-1 ער איז געווארן ללעג און לקלס פאר צענדליגע טויזענטע מענטשן. יעצט פארשטייען מיר שוין די חילוק פון די צוויי רבי'ס. יעצט לאמיר צוריקגיין צו די חסידים. די חיסידים זענען נישט קיין טיפשים. די זאלי'ס זעהן ווי די ארונים לעבן, ווי עס גייט זיי גוט מיט זייער לעבן. מ'לעבט מיט'ן רבי'ן, מ'אטעמט מיט'ן רבי'ן. דאס האלטן ענק נישט אויס דער סקעווערע רבי פירט הערליכע טישן, די בעלזא פירט א שטארקע חסידות, דער גערער פירט א ריזיגע חסידות. אבער אז אהרן פירט סיי הערליכע טישן, פירט א שטארקע חסידות, איז יד גרעסטע רבי. און ועל כולם, ער האט נישט קיין מינוט מנוחה. וועלכע נאך רבי ווען א ת"ח אדער א רב קומט צו אים, גייט ער אליינס אריבער צו די בית השחיטה ווי ר' מאיר בראנסדורפער, און ווייזט אים זיין בעבי? דאס האלטן ענק נישט אויס 200 מענטשן האבן געצאלט 6500 צו קענען פארן מיט די נסיעה. 700 מענטשן האבן שוין געגעבן די געלט פאר די מקווה טהרה, געשאפט קרוב צו 40 מיליון דאלער פאר די וויליאמסבורגע מוסדות אין ווייניגער פון א האלבע יאר. די ארונים לאזן זיך קאסטן פאר זייער רבי. דאס האלטן ענק נישט אויס מ'האט אים מספיד געווען אין גרויסן. דער ר' אהרן איז דערנאך. אבער גיב נאר א קוק. ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט זיין גרעסער. ענק האבן אים אנטשטאט צו באגראבן, האבן ענק אים אויפגעבויעט 30 מאהל שטערקער. דאס האלטן ענק נישט אויס מ'האט געהאפט אז ער וועט כאטשיק זיין אינגאנצו אנגעזעצט, באזאלצן, צושאסן. אבער א קאפויער. ער שיינט פון גליקליכקייט. דאס האלטן ענק נישט אויס מ'האט גע'ארבעט מיט קעסל און כלים אז ער זאל ווערן אפגעפרעגט ביי אלע רבנים ערגער פון ר' מעכל ניקלעשבורגער. אז יעדער זאל זיך שעמען צו שטיין מיט אים אין ווארט. אבער א מכה. יעדער רבי וואס קומט קיין אמעריקא ווייסט אז ער דארף זיך דאס ערשטע טרעפן מיט ר' אהרן אין קרית יואל. אפילו דער פשעווארסקער האט זיך געטראפן מיט אים. (ביי די וועי, י.ו. איך האב שוין געקויפט א גראז שניידער. געדענקסט וואס דו האסט מיר געזאגט אז ר' לייבוש וועט זיך טרעפן מיט ר' אהרן ווען אויף מיין האנט פלאך וועט וואקסן גראז. אלזא איך האב שוין געקויפט א גראז שניידער) דער סקולענער וועט ער האט זיך דערזעהן מיט אים האט ער זיך מחיה געווען. וויפיל ענק האבן נאר נישט געוואלט אינטערגראבן די אריזאנע ווייץ, עס ווערט מער און מער אויסגעשפרייט ביי די היימישע עולם און רבנים. מענטשן ווילן נישט עסן די מפוקפוק'דיגע מצות וועלכע קומט פון די "מסורה" לאנג איילענד (פארגעסט נישט, די בעל שם האט דארט אויך געשניטן די ווייץ). אוי די פלייש. איך גיי נאר זאגן דא "קראכט". נאך אלע בילבולים, זענען ענק געבליבן ווי דער נער פון ווארשע. יעדער לאכט שוין פון ענק. מענטשן וועלכע האבן מיט סאטמאר גארנישט איינגעשטויסן, מענטשן וועלכע האבן נישט געגעסן קיינמאל קיין בהמה פלייש. יעדע קרייז, ליטווישע, חסידישע, ספרדישע "יעדער" ווייטס אז דאס איז די מהודר'יגסטע פלייש וואס עס איז נאר דא. עטץ קענסט זיך איבערקאצקען 287 מאהל, עס איז א פאקט. וואס יעדער חוץ פון די נערישע זאליס-בני יואל ווייסן. וויפיל מ'האט נאר פראבירט מיט די מקווה, מסירות, מלשינות, חוזק געמאכט. עס האט ענק גארנישט געהאלפן. אינגע ווי עלטערע זענען געשטאנען אין די שורה'ס צו געבן געלט. יא! מ'איז געשטאנען שעות צו קענען "געבן" געלט, נישט נעמען. אזא זאך איז נאך קיינמאל נישט געווען. און נאך. ועוד חזון למועד. _________________
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/02/2011 22:59:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2011 23:32 |
|
| |
אפדעיט
די רבי שליט''א איז שוין אהיימקומען די בזמן שהצדיק בעיר דעקענט זיך ב''ה איבעראל די רבי שליט''א איז שוין געווען אין ישיבה ביי אלע יארגענג אין אויך אפגעשטאט א באזוך ביי די ב''פ סאטמאר ישיבה גדולה
אבער די קללות 'קוועטש' נאך אלס דער מרי לב קענען נאך נישט זיך צו קומען ער האלט שוין ב''ה ביי קרוב צו ''250'' תגובות אין די פקדתו שמרה פארום בלויז איבער די מסע הקודש צו דערהאלטן דאס חיות זיי וועלן זיך נישט אזוי שנעל קענען בארויגען
זייער סינדראם וואקסט נאר מיט יעדע פארבייגייענדע טאג השנאה והתאוה והכבוד פירט זיי ארויס פין ביידע וועלטן
אוי, נעבעך.....
לדוגמא, טרייסט ער זיינע קעלבעלעך אז אלעס בלייבט ביים אלטען די נסיעה איז געווען בחינם.... איי, פין ווי האט מען געהאט געלט צו קויפן אין איבערבויען די ביה''ח אין שול הויף מ'האט עס טאקע נישט געקויפט..... אין נישט איבערגעבויט...... ער ברענגט זיך נאך א ראי' ווייל מ'האט נישט אפגעראכטן די אבן הפנה ווען ס'האט געדארפט זיין אלא מאי מוז זיין אז די אלטע בעה''ב האט נישט געלאזט גארנישט טוהן אונעם שוהל הויף (!) זעהט אויס אז מאיר ראטה האט נישט געזעהן די גרויסע שאטער אין איינריכטונגען וואס מ'האט אויפגעשטעלט אונעם שוהל הויף......
יא זשיגאן, מיר פארשטייען דיין ווייטוג אז סאטמאר רבי שליט''א מאכט א אומגעמאלדענע באזויך אין בני ברק פאר אפאר שעה, טראץ וואס ער לאזט נישט מאכען קיין קבלת פנים אין די גאנצע שטאט איז אויף דער פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א זאגט אויף זאכען וואס מ'הערט נישט פין אים געווענליך אין בעט א ברכה פין אים די גאנצע שטאט שטופט זיך צו כאפען א בליק אויף דעם גדול הדור אין מ''מ פין די סאטמארע רביים זי''ע אין ער זיצט נעבעך מיט זיין ברודער ליפא אין ווארט קוים צו קענען ניצן די בליצערס....
אוי קוועטשט עס ס'איז לא איכפת ליה..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 23:28 |
|
| |
די פרעגסט וואס ס'קוועטש 'קוועטשט' איז איידעל גערעדט די גאנצע בויך דרייט זיך אלעס ארום ר' אהרן טייטלבוים אפי' ביי זייער אייגענער לאגער מהרז"ל וואלט ג'חלש'ט אז איינער זאל אנעקערענען זיינע מעכטיגע לעלאו'ס אין פיקטשער'ס זאלן כאטש זיינע אייגענע מענטשן רעדן פין אים וויאזוי האט זיין מנהל זיך אויסגעדריקט ''דער עולם טענה'ט ס'איז לא איכפת ליה'' דער סאטמאר רבי שליט''א האט אומערווארטעט געמאט א סטאפ אין וואשינגטאן אין אלעס דרייט זיך איבער מ'קומט פן באלטימער מ'רופט קוקען די מקוה, וכו' ער פארט אן קיין שום מעלדונג אויף מעקסיקא אין די וועלט ווערט גלייך אויף דערמיט, עס ווערט א טעמע די סאטמאר רבי איז געפארען זעהן די נייע שחיטה מהודרת ער מאכט א סטאפ אומערווארטעד אין פלאדרידא אין עס ווערט מקוים דעם בזמן שהצדיק בעיר במלוא מובן עס ווערט די נייעס אין שטאט, יענע פאר שעה אליין אויפגעטריבן צענדליכע טויזענטער פאר די הייליגע ארבעט (ר' א' פ' האט אראפגעלייגט א טשעק פין 25 טויזענט ווי אויך האבען זיך ברייט משתתף געווען ר' שמואל אבערלענדר, ר' אהרן וויינשטאק, אין נאך פין די ארטיגע יודן מיט גאר שיינע סכומים) די לאקאלע רבנים קומען צו טרעפן דעם רבי'ן אין מ'שמועסט אין לערנען די זקנים קומען זיך געזעגנן אין שיקט מיט קוויטלעך ווער רעדט נאך פין די מסע הקודש אין סיגעט די זעלבע מיט אלע זיינע פעולות, כאפט נאר אן פאר א דוגמא די שחיטה וואס יעדע חרדישע קהילה וויל נאר עסן פין יענע פלייש, אין טראץ די קורצע עקזיסטענץ זענען זיי היינט איבערגעשטיגן פי שניים די אלטע חרדישע בתי שחיטה דאס טראץ די אלע השמצות אין פאשקעווילן וואס פליסן טעגליך פין די דערביטערטער מרי לב אפגערעדט פין זייער אינטערנעט געמויזעכטס פארן פקדתו שמרה רוחו אין בפירוש'ע הבטחות פין די זשיגאנער אז מ'וועט מאכען פין אים א {ר'} שראליק (ניבא ולא ידע מה ניבא...) איז סאטמאר רבי שליט''א אנערקענט אין די גאנצע וועלט אויפן שטייגער ווי די רבי ז''ל בזמנו ווי האט זיך סקאט אויסגעדריקט אינעם דערנעבינדיגער אשכול
א אונטערסאנטע זאך וואס איך באמערק עס גייט דא פאר זייט די סיגוטער נסיעה, די זאליס זענען עפעס אויסערגוויינליך ביזי מיט בייבישע משוגעת'ן, שרייבן אפ לאנגע בלעטער פון סתם לצנות, מיט די פיקטשערס, פלארידע, האטעל, ציוני, מסרב לדין, טרעפט זיך מיט ב"ב מעיאר, וכדומה, און פון די אנדערע די ארונים איגנארירן אויך עפעס אויסעגעווענליך, איך קוק דא די לעצטע אשכולות אויף כל העולם, זייט די נסיעה, כמעט ממש גארנישט קיין אנטווארט צו די זאלי טשעפערייען אלעס נאר פלענע באריכטן, האבן זיך די ארונים אלע אפגעשמועסט? וואס איז די מעשה דא? זארג נישט ביי אינז שמיעסט מען נישט אפ וואס צו טוהן אויף היידפארק ביי אינז איז נישטו קיין באצאלטע שרייבער נאר, משוגע דארפן מיר זיין צו ענטפרן די מרי לב תלמידם פון מהרז"ל האלטן שוין 'יעצט' נעבעך ביי ' '189'' תגובות ציטיילט אין עטליכע אשכולות(אדרבה ציילט אליין'ס) אין זייער פקדתו שמרה פארום וואס ווערט געפירט פין מתיבתא ברך משה דורך זיינע אמת'ע תלמידים בלויז ארום די מסע הקודש קינדערישע קללות וואס שפראצט מיט שנאה אין האס אין טיפשות איבער אלעם געבויט אויף געבאקענע 'חי שעה' צו פראבירן צו טרייסען די נקודה יודן מיט זשיגאן אבער די היץ גייט נאר ארויף פין טאג צו טאג אוי קוועטטש עס..... ער זיצט נעבעך מיט ליפא אינעם הויז וואס איז אים געלונגען צו גנבנן אין ווארט די טאג זאל שוין דורכגיין ענדליך ס'מאכט זיך שוין עפעס אין ער האפט ס'זאל נישט ווערן ג'קענסעלט ענדיגט זיך עס מיט אזעלכע שווערע בזיונות. יא, ר' זלמן מיר פארשטייען אייער ווייטוג קוועטש ווייטער
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/02/2011 23:51:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 22:32 |
|
| |
אז דו רעדסט שוין יא צום דבר, קען איך דיר זאגן וואס מיך קוועטשט
אז מעהאמיר נישט געקענט דערווישן 13 האפפער, דע העק מיט ראדני דע העק מיט קליימער דע העק מיט קינגס טערעס, מיר האבן געחלשט צו האבן האפפער, און ס'איז אונז נישט געלונגען, און דאס קוועטשקעט אונז, 
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 18:14 |
|
| |
אז מעהאמיר נישט געקענט דערווישן ר' יונה האלפערט, דע העק מיט ר' זלמן אשכנזי ז''ל, דע העק מיטן פאיער רבי ז''ל דע העק מיט ר' יעקל שווארץ ז''ל, מיר האבן געחלשט צו האבן ר' יונה האלפערט, און ס'איז אונז נישט געלונגען, און דאס קוועטשקעט אונז, 
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 17:57 |
|
| |
אין יענקעלע זיסער וואס קוועטשטקעט דיך?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 17:31 |
|
| |
מלך, ביסט א אומפארגינער, די זאליס, די שטענדיגע געווינערס, זיי איז געלונגען צו גנב'ענען די בתי מדרשים, די מוסדות, די דיינים, דעם ברך משה, דעם בוטשער, די מצה בעקערי, און וואס נישט, אלעס האבן זיי אונז בא'גנב'עט, און מיט וואס זענען מיר געבליבן, מיט איין נעבעכדיגער "כתר תורה" און מיר פראבירן זיך צו טרייסטן דערמיט, פארגינסטו אונז אויך נישט? שעם אן יו!!!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 17:17 |
|
| |
ווייסן מיר שוין וואס עס קוועטש די זאליס, ב"ה.
יעצט קענען מיר שוין גיין צו נעקסטן ענין, וואס קוועטשט די ארונים? זיי בילן אויף רז"ל טאג אין נאכט, וואס קוועטשט זיי?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 04:06 |
|
| |
איך וועל אויך געבן מיינע פאר סענטס, וואס זיי קוועטשט, בתי מדרשים? האט ער אויך!!! מוסדות? האט ער אויך!!! מצה בעקערי? האט ער אויך!!! ער שפילט גאנץ גיט רבי, ער האט א ישיבה, אמת אלעס ביי עהם איז בגניבה וגזילה, אלעס איז למרות רצונו של אביו הקדוש, אבער ער לאכט זיך אויס, גניבה וגזילה איז ביי עהם גאר א מצוה... און דאס וועט מיך ברענגען צום פוינט, וואס קוועטשט עהם? עהם קוועטש דער מדרש (קהלת ז' ב') תני רשב''י, שלשה כתרים הם, כתר תורה, כתר כהונה וכתר מלכות, כתר כהונה זכה בו אהרן ונטלו, כתר מלכות זכה בו דוד ונטלו, כתר תורה הרי מונח לדורות כל מי שזוכה לתורה, כאילו זכה לשלשתן, וכל שלא זכה לתורה, כאילו לא זכה לאחת מהן, מורא'דיגע ווערטער, קענסט גנבה'נען בנינים, קענסט גנבה'נען רביסטעווע, קענסט צו נעמען די ירושה, קענסט דיר קויפן א זילבערנעם שטעקן מיט א שיינעם פעלץ, אבער רבי שמעון בן יוחאי זאגט קלארע דיבורים, מי שזוכה לתורה כאילו זכה לשלשתן, ומי שלא זוכה לתורה לא זכה לאחת מהן, דער גנב וגזלן, קלאגט און וויינט, ער איז אזא רעפערנירטער גנב, א עקספיריענס גנב, אבער דעם כתר תורה קען ער נישט גנבענען, און אן דעם איז מען נעבעך א אויסגעשפילטער אידיוט, פרעגט אייך נאר נאך וואס רבי לייבוש לייזער שליט''א האט געזאגט נאך זיין לעצטן באזוך ביי דעם דזשיגאן עם הארץ, די בזיונות טרעטן זיי נעבעך צו, נאך יעדן באזוך פון א רב, רבי, דיין, דארף דער גז''ל נעמען הארץ פילן, און דאס איז די הויפט סיבה וואס עס קוועטשט זיי. און דאס איז וואס הרב וואזנער שליט''א האט געזאגט אויף רבינו הק' שליט''א, אז ער איז דער כתר תורה בזמננו, און דאס קען מען נישט גנב'ענען,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 01:43 |
|
| |
א קליינע נקודה צו פארשטיין וואס ס'קוועטשט אזוי דער לא איכפת לי' איז דארט שולט במלא הודו והדרו דערציילט מיר היינט א איד וואס איז געווען אין וומסב"ג עטליכע וואכן צוריק אויף שב"ק, און פרייטאג צו נאכטס אזוי דורכגייענדיג ראדני סט. האט ער באשלאסן צו כאפן א בליק וואס דארט טוט זיך, כ'מיין צו דערציילן ווי אזוי א טיש קוקט אויס דארט אין א פשוטע פרייטאג צו נאכטס איז נישט קיין נייעס, ממילא איז א שאד די טינט עס דא אראפצולייגן, יעדער איז מכובד אליין צו גיין קוקן, נאר וואס איך וויל יא ארויסברענגן איז א צווייטע נקודה וואס דער איד האט געזאגט, דער סך הכל פון די אידן וואס זענען דארט ביים טיש זענען 98 פראצענט מענטשן וואס זענען געווען עפעס חסידים פון ברך משה און מאיזה סיבה שהוא געסוויטשט, אט די זענען דארט ביים טיש, די אלע אהבה מסותרת חסידים איז נישטא קיין זכר! ס'איז מסותרת אונטער די דאכענע מנעילת החג הזה עד נעילת החג הבא עלינו לטובה נו איז א וואונדער אז דער כעס ברענט דארט ממש ביז ילדות?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/2/2011 22:09 |
|
| |
לאמיר גיין נאך א טרעפל.
וואס באדערט זיי די נסיעות פון רבינו שליט"א?
ווער ס'געדענקט ביי די יסוד איתן תש"ס וויפיל לחץ זיי האבן געלייגט אויף אלע רבנים און בנש"קלעך אז זיי זאלן נישט קומען. ווער ס'געדענקט ווי אזוי מיר האבן אלע געווען זיכער אז דער אויבן אן גייט ווערן באשיינט אדורך אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך פון ליזענסק און ותו ליכא. מער נישטא קיינער אנדערש.
שפעטער ווייטער ביי חתונות און ביי אנדערע מסיבות. אבער וואס א יאר עס גייט אדורך ווערט זלצמן לייב איינגעשרינקן, יעדע בנש"ק'ל וואס קומט צו אים ווערט אויפגענומען מיט כבוד מלכים ווי דער פרעזידענט אליינס.
אבער משא"כ דער אהרן, דער משכיל, דער ציוני, דער שטן אליינס, עפעס גייט פאר. יעדעס מאהל וואס ער פארט ערגעץ ווי איז אדער דא א נייע בשורה איבער כשרות, מצות, וכו' אדער א הערליכע וויזיט מיט די גדולים פון די היינטיגע גדולים (עיין סקולענער), וואס נאך א מזל וואס ענק האבן גלעזער (מיט א בענדעיטש אין די זייט...) וואס ווען נישט, וואלטן ענקערע אויגן ארויסגעפאלן. ווי ער קומט נאר אן ווערט ער אויפגענומען מיט דאס גרעסטע כבוד און רעספעקט, יעדער קומט מיט א קוויטל, רבנים שטייען אין די רייע צו קענען קומען רעדן צו אים. בחורים וועלכע הארעווען אין לערנען קומען פרעגן זייערע הארבע קשיות. ווי אזוי האט נאר הרב וואזנער שליט"א געזאגט ביי די קבלת פנים אין בני ברק: איך קען אסאך רבנים, אבער דער רבי קען איך פון און אין לערנען.
פארפאלן, ענק קענען נישט אפנערן כלל ישראל, זיי ווילן אים הערן, זיי ווילן הערן וואס ער האט צו זאגן, פרעגן און ענטפערן. נישט אומזינסט איז א גרויסע פראצענט ריפער פון קול סאטמאר לעיקוואדע אידן. זיי וויל הערן ווי אזוי א חסידישע רבי וואס קען יא לערנען, לערנט פאר.
אוי ווי דאס טוט וויי
משא"כ דער רבי ז"ל פון די היינטיגע דור, זלצמן לייב, איינמאל ער פארט שוין יא צו א שחיטה דארף מען אים ווינדלען. פארט ער קיין ארץ ישראל, מאכט ער בזיונות עצומות אדער לאזן די רבנים אים ניטאמאל קומען. עס איז ביטער ווי א זית ווען ער פארט. האט קאמפאט מחליט געווען אז לא מצאתי לגוף דבר טוב משתיקה, דער רבי רעדט מער נישט, פארט נישט, גייט נישט, קומט נישט. העכטצנס מעג יא ארומפארן קווינס קעמפ מיט קינדער זיי מאכן א רייד. יעדעס מאהל וואס מ'מיז פארן ערגעץ ווי, דארף עס זיין געפלאנט עטליכע וואכן פארדעם, יעדע רב וואס זלצמו לייב וויל זיך טרעפן מיט אים, דארף יענע רב קודם שיקן א צעטל מיט אלע פראגעס וואס ער גייט פרעגן.
אוי ווי דאס טוט וויי.
עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפינחס
פארדעם באדערט ענק אויך פארוואס אלע רבנים אפילו פון די אגודיסטישע קרייזן ווילן זיך טרעפן מיט'ן רבי'ן, פינקט ווי זיי האבן געוואלט זיך טרעפן מיט'ן רבי'ן ז"ל און זיך טאקע געטראפן מיט אים. צו מיינט דען איינער אז עס באדערט זיי דאס קנאות, א נעכטיגע פורים. ווען עס וואלט זיי ווען געבאדערט קנאות, וואלטן זיי געשטיצט די אלע מוסדות וואס ווילן און אלע מוסדות וועלכע האקן טאקע אפ מיט די ממשלת הכופרים. זיי וואלטן ווען געשטיצט נטרונא און וכו'. נאר זיי שפייען שיעור אויס זייער גאל ווען זיי זעהן ווי אזוי יעדע רב, יעדע ראש הישיבה, יעדע רבי, וויל זיך טרעפן מיט אהרן, און זלצמן לייב לאזט מען זיך טרעפן זינטאג מיט שראל חיים מנשה, מאנטאג מיט שלמה לייב וויינבערגער, דינסטאג מיט זלמן לייב פילאפ, מיטוואך מיט בנו חביבו וממשיך דרכו האדמו"ר מבלעקבערי שליט"א, דארנעשטאג מיט כ"ק הגהקוה"ט האדמו"ר מזענטא שליט"א. און נעקסטע וואך הייבט זיך עס אן פון פריש. אמאל ווען עס איז שוין טאקע אנגעזצט קומט אריבער כ"ק אדמו"ר מטשאבע וומ"ס אדער בראדע רב שליט"א. און דא בלייבט עס.
און פארדעם שפייען ענק בלוט.
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/2/2011 05:50 |
|
| |
חדשות WOW די ביזט כמעט אזוי גיט ווי יענקעל האסט פארגעסען שטיין זאלץ (נאר ברמז)
ריפעל פאטעיטא טשיפס ,קאאפי נישט ערלויבט אין פסח איז נישט קיין אויפטי
|
|
|
|
| נשלח ב-4/2/2011 01:24 |
|
| |
איך וועל ווייטער גיין. אוי שטעכט ווען מ'זעהט אז דער ר' אהרן דארף אריינקומען יעדע זינטאג קיין וויליאמסבורג, און זיין עולם איז נאכאלטץ נישט צופרידן, זיי דארפן נאך. רצוננו לראות מלכינו. מ'דארף זיך נישט אויפשטעלן ביי אונז אין ישיבה און בעטן און ברעטשן צו די בחורים, ביטע קום צו שלוש סעודות, ס'ווענט נישט נעמען לאנג. ווער ס'ווען זיין שטיל וועט באקומען א לאלי. ר' זלמן לייב זיצט און וויליאמסבורג און קיינער קומט נעבעך נישט. און ווער עס קומט יא איז נאר פאר געלט און א סעקונדע שפעטער מאכט ער חוזק פון אים. ער האט געזעהן ווי אזוי עס זעהט אויס ביי זיין טאטע זצ"ל פאר די ימים נוראים, ווען עס פלעגן שטיין שעות אלטע מיט אינגע און ווארטן צו קענען אריינגיין אל הקודש פנימה אפילו פאר איין מינוט. און היינט???? ווי אזוי זעהט היינט אויס די זעלבע הויז 10 יאר שפעטער???? דער בראדע רב האט שוין מער קוויטלעך ווי אים. און אוי שטעכט דאס. דאס האלטן ענק נישט אויס די אלע תגובות וואס ענק שרייבן אויף אונז, ציוניסטן, שבתי צבי ימ"ש, השכלה, נאלאגן, ריפארמער. דאס איז נאר מחזק דאס וואס איך האב אנגעהויבן, קוק די שנאה, קוק די קנאה, קוק די כעס, זעהט ווי אזוי ענק ראגירן, און זעהט ענק שימפן און שעלטן יעדעס מאהל וואס מען דערמאנט זיין נאמען. לכאורה וויל איך פארשטיין: ר' זלמן לייב האט צוגענומען די הייליגע טאטע פון זיין באליבטע קינד. ר' זלמן לייב האט בא'גנב'ט די ירושה ר' זלמן לייב האט גע'גנב'ט זיין טאטע'נס הויז ר' זלמן לייב האט באגנבט בתי מדרשים
ר' זלמן לייב האט בא'גנב'ט חדרים ר' זלמן לייב האט בא'גנב'ט מיידל שולע'ס ער האט גע'גנב'ט קהלישע נכסים פון איבער א האלב ביליאן דאלער!!!! אלזא וואס באדערט אים? פארוואס איז ער אזוי פארביטערט, פארוואס זענען זיינע חסידים אזוי דערביטערט? דער תירוץ איז פשוט. יעדער סאטמארער ווייסט אז די רבי בעל ברך משה איז נישט געווארן אויס סאטמארע רבי ווען ער האט נישט באקומען די הויז פונעם רבי'ן זצ"ל יעדע סאטמארער ווייסט אז די רבי דער בעל ברך משה איז נישט געווארן אויס רבי ווען אפאר ווערעמיגע און קרעציגע האבן געבילט און געקריצט מיט די ציין אויף אים. יעדע סאטמארער ווייסט אז די רבי בעל ברך משה איז נישט געווארן אויס רבי ווען ער האט נישט באקומען געהעריג די ירושה פון די אנשי דלא מעלי. ווייל סאטמאר איז נישט קיין בנין, סאטמאר איז נישט קיין חפץ, סאטמאר איז איינער וואס פאדערט זיין עולם צו עפעס בעסער. אזוי ווי איך געדענק אלס אינגל האט מיין שוועסטער געדארפט שרייבן אלס היים ארבעט לכבוד כ"א כסלו 5 זאכן פארוואס זי איז שטאלץ צו זיין א סאטמארער. איך בין "שטאלץ" צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי לערנט מיר אויס די ריכטיגע וועג פון התבדלות מרשעים, שטיצן די מוסדות וועלכע נעמן נישט קיין געלט, אבער פון די אנדערע זייט נישט צו פירן א פערזענדליכע קריג מיט די יצד שכנגד. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן. איך בין "שטאלץ" צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי פאדערט פון מיר אז איך זאל לערנען יעדן טאג כאטשיק א שעה. ענדיגן מסכתות, וויסן פאר א יו"ט וואס עס גייט זיין. עפענען א אידיש ספר יעדן טאג חק ולא יעבור. איך ווייס אז אויב וועל איך אריינגיין צו מיין רבי, און איך האב נישט קיין שיעור וועל איך מיר נישט טרעפן דאס פלאץ דארט. מיינע קינדער ווייסן אז טאטי גייט יעדן טאג ארויס פון דערהיים לערנען א שיעור, טאטי מאכט פון מאהל צו מאהל א סיום מסכת. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן. איך בין "שטאלץ" צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי פאדערט פון מיר כשרות, מיין פלייש זאל זיין כשר, מיינע מצוות זאל זיין אויסגעהאלטן. איך זאל וויסן וואס איך נעם אריין אין מויל. וויסן אז וואס איך עס איז משפיע אויף מיין מוח. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן. איך בין "שטאלץ" צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי צוימט מיר איין מיט נערישע הוצאות פאר שמחות, צו ביי א תנאים, צו ביי א בר מצוה, צו ביי די חתונה, שבע ברכות, און שבת אויפרוף און שבת באווארפן. וויפיל מיליאנען איז שוין איינגעשפארט און וועט נאך ווערן איינגעשפארט צוליב די תקנות? קוק ווי יעדער טאנצט אים נאך. יעדער וויל אז ער זאל קודם אינפארסן די תקנות, נאכדעם קענען זיי דאס טוהן. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן. איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי איז א סעמפל פאר מיינע קינדער וואס א תלמיד חכם מופלג מיינט, מיין רבי איז א סימבאל ווי אזוי א תלמיד חכם וואקסט אויס. מיין רבי איז א סימבאל ווי אזוי א אמת'ע יראי שמים זעהט אויס. מיינע קינדער ווען זיי זעהן די רבי שליט"א רעדן זיי פון דעם די נעקסטע פאר טעג. "איך האב געזעהן די הייליגע רבי שליט"א" און איך קען צולייגן מיט א שטאלץ: יא! אז דו וועסט לערנען וועסטו אויך אזוי אויפוואקסן. און איך רעדט שוין נישט פון די אויפטוהנגען לטהרת ישראל און וויליאמסבורג. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן איך בין שטאלץ צו זיין א סאטמארער, ווייל מיין רבי איז מחזק תקנות אין ישיבה, ערלויבט נישט בחורים צו גיין צו קיין חתונות. א תקנה וואס די רבי האט אסאך פארפירט דערויף. פינקט ווי די רבי ז"ל האט געטוהן, און פינקט ווי די רבי ז"ל האט געוואלט אז א סאטמארע רבי זאל טוהן. און יעצט לאמיר קוקן ווי אזוי א זלוני-בני יואל קוקט אן ר' זלמן לייב. ווען עס קומט אן א מערכה וועגן ארץ ישראל, קיינער קומט נישט צו אים. נישט נטרונא, נישט עמונאל, נישט חכמת לב, נישט סיי וועלכע אנדערע מוסד אין ארץ ישראל. יעדער ווייסט אז ער איז פשוט נישט דאס אדרעס פאר דעם. אבער דאס איז די רבי ז"ל אליינס די רבי אליינס אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן, קען נישט נאכזאגן גראד א שטיקל אידיש ווארט. פארשטייט זיך אז ער קען נישט פאדערן פון זיין עולם גארנישט. נישט קיין תורה און נישט קיין חסידות. אבער דאס איז די רבי ז"ל אליינס פלייש זאל זיין א כל בו, אויף וואס די רבי האט מקפיד געווען דארף מען מער נישט. ווייסט נישט וועלכע זייט צו האלטן א חלף אן ווערן צושניטן. ווייסט נישט בחייכון וביומייכון אין הלכוטת שחיטה. אבער דאס איז די רבי ז"ל אליינס ח"ו איינצוימן צו מככן תקנות. היל"ת. קודם האקט מען אויף אלע תקנות, אז מ'זעהט אז ס'ווערט פאפולער, יעדער מאכט עס נאך, און מען האט א זאל וועלכע שטייט ליידיג אגאנצע יאר, פיקסט מען עס איבער. און דא בלייבט עס שטיין. אבער דאס איז די רבי ז"ל אליינס א רבי וואס האט נאכגארנישט אויפגעטוהן. אבער גארנישט, ניקס, נייט, זירא. קען גארנישט בעטן פון זיין עולם ווייל ער ווייסט אז זיי גייען אים שיקן לעזאזל. א רבי וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין ליידיגע צייט. ווערט משוגע מיט'ן טאג. אבער דאס איז די רבי ז"ל אליינס נאך דאס אלעס איז מיר נישט קיין חידוש פארוואס ענק זענען אזוי צופארן. דער ברך משה איז נישט גוט געווען פאר ענק האבן ענק באקומען א שטריק פון שטריקלאנד. טויג צו גארנישט ניטאמאל גראד צו מאכן באנאנעס, א געזינטע מןהארץ. דער חוזק פון שטאט. נאך 10 יאר פון מחזיר זיין יושנה'ן דארף מען זיך בעטן ביי די בחורים צו קומען צו זיין טיש און של"ס. דאס איז מיין גרעסטע נקמה אין ענק בני יואל.
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/02/2011 23:41:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2011 20:54 |
|
| |
איך זעה נישט די ציהל פין דיין אשכול, ענעיוועי דאס איז זייער א מאדנע זאך וואס מ'זעהט זעלטן, ווייל ווי א טאג גייט אריבער זעהט מען ביי די זאלונים מיט מער האס אין שנאה,עס וועט קיינער נישט קענען אנווייזן אז ר' אהרן זאל האבען עפעס מער אפגעטוהן די זאלונים נאך תש''ס, אבער די שנאה איז אבער יא ארויף פי כמה
עס איז באמת נישט צו פארשטיין ווי ווייט זיי לאזען זיך פירן פין שנאת חינם אדער קנאה צו אנדערע שלעכטע מידות, זיי דערביטערן זיך אלייןס דאס לעבן אין פארדארבן זייער אייגענער חינוך און וועלן עס נישט קענען פאררעכטן
לאמיר נאר נעמען א משל די יעצטיגע מסע הקודש אויף סיגוט פין רבי'ן שליט''א וויפיל קללות זיי האבען שוין געלאזט בלויז אויף די נסיעה, וויפיל מעסעזשעס זיי האבען שוין ארומגעשיקט אין וויפיל אשכולות אין תגובות זיי האבען שוין געשריבן וועגן דעם, אויב מאך איך נישט קיין טעות האבען זיי שוין געשיקט מער מעסעזשעס איבער די נסיעה ווי די ארונים אליין, עס איז ווי די דריקסט זיך אויס א שרעקליכע סינדראם,
אויב וואלט זיי געווייטוגט דא עפעס יודישקייט אדער ענליכסט איז דאך כו''ע מודה אז מיט אלע עבירות וואס זיי מאכען אן אויף די ארונים זענען נאך די ארונים גאלד קעגן רוב קהילות אין חרדישע קרייזן פין וועם זיי רעדן ניטעמאל, נאר דא איז בלויז א וויסטע שנאה אין סינדראם וואס נעמט זיי אוועק זיי אייגענע מנוחה אין ברענגט זיי אייגענע הארץ עסענישן
אין אז מ'רעדט שוין פין באזוכן ביי רבנים האב איך געהערט לעצטנס וואס איז פארגעקומען ביי די באזוך צווישען פשעוואסקער רבי ר' לייבוש לייזער אין רז''ל פין א אנוועזענדער, ווי באקאנט הייסט ר' לייבוש א גרויסע מתמיד אין א תלמיד חכם אבער ער וועט קיינמאל נישט ציען א שמיעס אין לערנען אין אוודאי נישט מיט איינעם וואס לערנט נישט, ביים לעצטן באזוך האט זיך רז''ל געוואלט מאכען די באזוך אויף א שולחן מלכים סטיל, האט ער זיך פארגעקוקט א ערנסטע קשיא אין א מקצוע אין ש''ס אין ווען מ'האט זיך געזעצט צום טיש האט רז''ל אנגעהויבן די קשיא אין צילייגט אין די לענג אין די ברייט מיט די גראבע פינגער ווי א בחור ביי זיין פארהערער, ווען ער ענדיגט האט ער ערווארטעט צו באקומען די לומדישע תירוץ פין ר' לייבוש, די נאכפאלגענדע שמועס איז געווען ווי פאלגענד: ר' לייבוש: טאקע א שטארקע קשיא רז''ל: נו (אזווי לאמיר הערן א תירוץ, לומדיש) ר' לייבוש: וויאזוי האט איר געטראכט צו פארענטפרן די קשיא אזוי איז געגאנגען אהין אין צירוק ביז ס'איז געווארען שטול... פאר כמעט 2 מיניט ביז שמואל ט''ב האט פארדרייט די שמיעס, אבער ס'האט זיך קורץ נאכדעם געגענדיגט זייער אומאפעטיטליך, ווען ר' לייבוש איז צירוק אריין אין קאר, זענען ר' לייבוש'ס באגלייטער געווען שטול אין געשמייכלט (יא, אויך פערלמוטער דער דרייווער) אין נישט געוואלט חוזק מאכען אין זיין געגנווארט אבער קוקענדיג אויף ר' לייבוש זעהן זיי אז ער שמייכלט אויך.....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2011 20:02 |
|
| |
איך האב לעצטענס געטראפן א ביטער'ן הייסן זאלי, ווי ער שעלט און שימפט אז "ר' אהרן" איז די סטרא אחרא, און אז ער איז טמא, ער איז שייגעץ שבשקצים, טפוי... וכו' וכו'.
זאג איך אים: איך וועל דיר זאגן פארוואס די ביסט אזוי אנגעווייטאגט, און פון וואנען דיינע קללות און שימפערייען נעמען זיך, און איך דארף נישט קיין הודאה פון דיר.
1) אין תשל"ט ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן רוב סאטמאר אויפגענומען דעם ברך משה אלס ממלא מקום.
עס איז אבער געווען א שיינער טייל אידן, וועלכע האבן נישט צוגעשטימט, מיט די טענה, אז ווי קען דער ברך משה איבערנעמען דעם ארט פון זיין הייליגן פעטער. מ'האט אויף אים אנגעהויבן רעדן דאס ארגסטע וואס איז נאר מעגליך, וואס איז געווען זיין חטא? אז ער איז נישט געפאלן פאר די יאקאבאוויטש'לעך, לעפקאוויטש'לעך, לייטנער'ס צי אנדערע.
קיין פראבלעם. ווילסט נישט, מוזט זיך נישט מכניע זיין פאר אים. אבער ניין... מ'וועט אים פייניגן די יארן. דער סיגעטער אין אויבן, ווי אשר מיילעך מייזעלס פלעגט שרייען הויך. מ'האט געפירט קעגן אים א שרעקליכע רשעות'דיגע און רציחה'יגע מלחמה וואס האט אנגעהאלטן ביז תש"ס.
דער הייליגער באשעפער האט דא געטאן א שארף שטיקל פאליטיק, לייגט גוט צו קאפ:
איר, אויבער-חאכאמים און קלוגע קעפ, איר ווילט נישט דעם ברך משה, ווייל ער איז "נישט אזוי גרויס" ווי זיין פעטער... נאו פראבלעם... איך וועל ענק געבן א שטיק דבר אחר, און דאס וועט ענק גוט זיין ! זיין טאטע נישט, אבער ער יא !
משה גאביטש איז געווען דער יונגאטש וואס האט געמאכט די מחלוקה, אבער ער האט געטאן די ארבעט פונעם בוכ"ע - וואס האט דערלאנגט זאליס, זאליבעצענעס, בני יואל, בני אלטא פיגא, בני המן, בני שארמאש, בני לייטנער, און אלע קרעץ, אלע נגעים ומרעין בישין, קלוגע און איבערגע'שפיץ'טע, האבן באקומען א "מתנה" דעם ליידיגן שטריק וואס הייסט ר' ז.ל. טייטלבוים פאר א מתנה על מנת "שלא להחזיר" !
2) יעצט אלע קללות וואס מ'הערט פון די זאליס... איז פאר די מתנה וואס זיי האבן באקומען פון אויבן!
3) איי, זיי האבן אים דאך אים אויסגעקליבן... פארדעם קענען זיי טאקע נישט שרייען וואס א בושה דער ר' ז.ל. טייטלבוים איז פאר זיי, און זיי זענען תולה קללות באחרים, ווי רש"י זאגט אין שמות !
ווי מער די זאליס שעלטן, ווי מער זיי ווילדעווען, באשטעטיגן זיי דעם נומער 2.
לייענט עס איבער איינמאל און נאכאמאל, ווייל דאס איז אמת ויציב!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/02/2011 23:34:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2011 16:59 |
|
| |
לעולם איז נישט דא צו פול וואס צו צולייגן, אבער מיט די דאזיגע ליסטע קען מען א ביסל מער פארשטיין וואס דער פותח האשכול שרייבט:
לאמיר כאפן א קורצן בליק אויפן פרעכטיגן ממלכת התורה והיראה קהלת הקודש ומוסדות סאטמאר בכל רחבי תבל תחת דגל נשיאות הוד כבוד קדושת מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וויליאמסבורג – 6,000 תלמידים ותלמידות בנינים ומוסדות: קהל יטב לב ביהמ"ד הגדול – הופער סט. היכל התורה תהלות יהוסף חבורת "יסודי התורה" כולל אברכים כולל הוראה כולל בעלי בתים בית הוראה בית הוראה בין אדם לחבירו תלמוד תורה בית רחל ביהמ"ד ויואל משה ראסס סט. ביהמ"ד ברך משה ביהמ"ד איחוד התלמידים ביהמ"ד קהל יטב לב סאוט 8 ביהמ"ד ישמח משה ביהמ"ד דברי יואל ישיבה לצעירים ישיבה היכל התורה ישיבה קרן התורה ישיבה באר התורה ישיבה מבצר התורה גמ"ח לנישואין התאחדות אברכים חבורת יסודי התורה בית אופה למצות מקולין מהודרת מקוה טהרה אולם חתונה (תקנות) מנוחה ושמחה וועד משמרת הכשרות וועד משמרת חומותיך קרית יואל – 7,500 תלמידים ותלמידות בנינים ומוסדות: ביהמ"ד הגדול היכל התורה היכל ראזענבערג מבצר הכוללים בית הוראה ביד"ץ קרית יואל תלמוד תורה בית רחל ישיבה קטנה עצי חיים ישיבה לצעירים מתיבתא הקדושה מתיבתא שיעור גבוה ביהמ"ד אבני צדק ביהמ"ד עטרת זקנים ביהמ"ד בית מרדכי ביהמ"ד דברי חיים ביהמ"ד בית ברוך ביהמ"ד ברך משה ביהמ"ד ויואל משה ביהמ"ד ישמח משה ביהמ"ד אוהל פיגא ביהמ"ד בית דוב ביהמ"ד בית שמואל בנימין שבת אחים התאחדות אברכים בית השחיטה המהודרת עופות - גסות בית אופה למצות מקוה טהרה גמ"ח מהרי"ט שערי חמלה וועד הכשרות אולמי שמחות לתקנות בית החיים ציון המצוינת חלקת מחוקק ספון רבותינו הקדושים זי"ע, הונדערטער רבנים גאוני ארץ ענקי רוח, שהעניקו חמה בקומתם, גדולי תורה, בעלי הוראה, פארי יהדות החרדית זצוקללה"ה. שווערע הונדערטער זקינים מסלתה ומשמנה פון אנשי שלומינו, די מייסדים ובונים פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בכל קצוי תבל. אריינגערעכנט, די פאטער און מוטער פון הגז"ל. דער שווער און שוויגער פונעם חותם פאר די פאללאקן הגריחמ"פ. דער פאטער פונעם חותם רז"ל פילאף. דער פאטער און מוטער פונעם חותם הרש"ל וויינבערגער. אוי טוט דאס וויי... העמיר גיין ווייטער. בארא פארק – 4,000 תלמידים ותלמידות בנינים ומוסדות: ביהמ"ד הגדול היכל התורה בית חיה תלמוד תורה בית רחל כולל אברכים דברי יואל בית הוראה ביהמ"ד תהלות יואל אברכים ביהמ"ד 15'טע עוו. ביהמ"ד 18'טע עוו. ביהמ"ד 10'טע עוו. ביהמ"ד ברך משה ביהמ"ד דברי יואל ישיבה קטנה ישיבה גדולה התאחדות אברכים גמ"ח עזרת נישואין הילמאן פלאזא בני ברק – 1,500 תלמידים ותלמידות בנינים ומוסדות: שיכון קרית יואל ביהמ"ד הגדול ביהמ"ד זכרון מאיר ביהמ"ד רחוב רמב"ם תלמוד תורה ישיבה קטנה ישיבה לצעירים ישיבת מהרי"ט כולל עצי חיים רמבעה"נ כולל לזקנים בנות א"י – בית פיגא סעמינאר ביהמ"ד קהל חסידי סאטמאר אלעד ירושלים – 500 תלמידים ותלמידות אנ"ש בנינים ומוסדות: ביהמ"ד ברך משה כולל למצוינים ויואל משה שיכון קרית יואל תלמוד תורה ישיבה קטנה ישיבה לצעירים לאנדאן – 1,400 תלמידים ותלמידות בנינים ומוסדות: ביהמ"ד הגדול ביהמ"ד ויואל משה תלמוד תורה בית רחל סעמינאר למבוגרות ישיבה קטנה ישיבה לצעירים כולל אברכים בית הוראה התאחדות אברכים מקולין מהודרת מאנסי – 600 תלמידים ותלמידות אנ"ש בנינים ומוסדות: ביהמ"ד הגדול כולל ברך משה שיכון ברך משה ישיבה קטנה קנין תורה בית הוראה מאנטרעאל – 350 תלמידים ותלמידות אנ"ש בנינים ומוסדות: בית המדרש התאחדות אברכים שבת אחים קרית ברך משה ישיבה אור התורה אנטווערפען – 300 תלמידים ותלמידות אנ"ש בנינים ומוסדות: ביהמ"ד החדש היכל התורה כולל אברכים בית הוראה מאנטשעסטער – 300 תלמידים ותלמידות אנ"ש בנינים ומוסדות: ביהמ"ד הגדול כולל אברכים תלמוד תורה בית רחל בנוסף צו 300 תלמידים ותלמידות אנ"ש אין לעיקוואד אוסטראליע בעיסוואטער מחנות קיץ – זומער קעמפס און קאנטרי'ס קרית ויואל משה מאנטיסעלאו קרית ברך משה וואודבוירן מחנה רב טוב מאנטיסעלאו מחנה בית רחל מחנה היכל התורה מחנה באר התורה מחנה קרן התורה מחנה מבצר התורה מחנה ויואל משה פליישמאנס דער סך הכל ציפער איז: 22,750 תלמידים ותלמידות פרי קודש הילולים אין די הייליגע סאטמארער מוסדות בכל רחבי תבל, אונטער די הייליגע נשיאות הקודש פון מרן רבינו הגאון הקדוש רבן של כל בני הגולה שליט"א אויף דעם אלעמען זאגן חכמינו ז"ל (יבמות סד ע"א) אין השכינה שורה על פחות מכ"ב אלף מישראל און מיר שרייען אויס מיט א תפלה: אילן במה אברכך, פירותיך מתוקין וצילך נאה אמת המים עוברת תחתיך, אלא יהי רצון שכל נטיעות שנוטעין ממך יהיו כמותך שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
_________________
 |
|
|
|
|
|