לווי' גייט ארויס היינט נאכט 11:30 אזייגער פון ביהמ"ד קהל חרדים בק"י
קיין קרית קאשוי,
יהא זכרו ברוך,
געווען א איז א צדיק.
_________________
נשלח ב-7/2/2011 16:59
ר' חיים אביגדור קאהן ז''ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג שוין באלד 5 יאר, אז מען ווייסט נישט רעד מען נישט!!!
_________________
נשלח ב-7/2/2011 06:36
וואלןסח כתב:
אגב, ווי ליגט זיין פאטער ר' זאנוויל?
אין בית החיים אין העקענסעק נוי דזשערסי, סמוך ונראה צום "מלאך" פון אמעריקע וואס ער איז געווען פון זייער חבורה
נשלח ב-7/2/2011 06:32
משהלע כתב:
דער תלמיד חכם משה'לע (אזוי ווי זיין רבי א"ט) איז נישט מסביר פארוואס
מען ברענגט כסדר מענטשן צו קרית יואל פון מאנסי ווען עס איז דא דארט א בית החיים?
מען ברענגט מענטשן פון מאנטריאל ווען עס איז דא דארט א בית החיים?
מען ברענגט מענטשן פון לעקוואד ווען עס איז דא דארט א בית החיים?
מען ברענגט מענטשן פון לאנדאן ווען עס איז דא דארט א בית החיים?
יעצט פארשטיי אויך אז מען ברענגט פון קרית יואל אפילו עס איז דא דארט א בית החיים, פינטל!,
און וועגן די הלכה חלק זאלסטו דיך קודם זעצן לערנען (נישט דרייען מיט די פינגער און דאשיק אזוי ווי דיין רבי, נאר "לערנען") דעמאלסט וועסטו קומען זאגן דעות בהלכה
פארפאלן גיט גיענטפערט!!!, אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן שווייגט מען, נישט מען שרייט אהרן טייטלבוים, דאס ווייזט ענקער דערביטערקייט,
למעשה האט מען נאך קיינמאל נישט געברענגט פון מאנטריאל, לאנדאן, לעיקוואד, איינעם צו ליגן ביי פאללאק, אדער ביי די בני יואל, מען ברענגט פון מאנסי פון מאנטריאל, און פון איבעראל צו ליגן מיטן רבי'ן זי''ע, דאס איז עפעס א ענין צו ליגן מיט א רבי, ס'איז א ענין צו ליגן מיט א צדיק, אבער אוועק צו גיין פון א בית החיים ווי דער צדיק ליגט איז א שאלה פון בזיון המתים.
_________________
תוקן על ידי משהלע ב- 04/02/2011 18:50:25
ווי האט הרה"ח ר' חיים אביגדור קאהן געוואוינט ?
נשלח ב-7/2/2011 05:15
ברךמשהחסיד כתב:
ס'קוקט שוין אויס ווי דיין ראט"ס לופטיגע פשעטלעך... אבי געשאסן מאמרים אן קיין שייכות...
אוודאי שטייט כל המלמד וכו', אבער לגבי דעם ענין פון קברים שטייט אין די תשובה ספרים מורא'דיגע חילוקים דוקא לגבי "קברי אבות" און טייל גדולי הפוסקים שרייבן ארויס אז צו קברי אבות מעג מען מפנה זיין אבער צו קברי צדיקים טאר מען נישט,
עם ארץ'ל, א מקור ביטע...
נשלח ב-7/2/2011 04:45
סאיז נישט נאר די חלק פון ליגען נעבן א צדיק, סאיז אוכעט ליגען אין א בית החיים וואס טינקט זיך נישט אין טינופות
_________________
נשלח ב-7/2/2011 04:39
ס'קוקט שוין אויס ווי דיין ראט"ס לופטיגע פשעטלעך... אבי געשאסן מאמרים אן קיין שייכות...
אוודאי שטייט כל המלמד וכו', אבער לגבי דעם ענין פון קברים שטייט אין די תשובה ספרים מורא'דיגע חילוקים דוקא לגבי "קברי אבות" און טייל גדולי הפוסקים שרייבן ארויס אז צו קברי אבות מעג מען מפנה זיין אבער צו קברי צדיקים טאר מען נישט,
נשלח ב-7/2/2011 03:39
דו ביסט א געזינטער עם הארץ!!! ווי דער רבי שליט''א האט געזאגט פאר יאשקע מסור, חז''ל האבן אונז געלערנט, "כל המלמד את בן חברו תורה כאילו ילדו" "חייב אדם בכבוד רבו יותר מאשר בכבוד אביו, שאביו מביאו לחיי העולם הזה, ורבו מביאו לחיי העולם הבא".
נשלח ב-7/2/2011 03:07
איינער האט דא דערמאנט אן "ענין" צו ליגן נעבן א "רבין", אפשר ווייזט ער אן א מקור דערצו. דער רמ"א וואס מען האט דא צוגעברענגט שטייט נאר קברי "אבות" נישט קבר רבו.
בדרך אגב האב איך געהערט אז דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס אסאך עלטערע אידן ווילן דוקא ליגן אינעם נייעם חלקה, ווייל זיי ווילן אז די קינדער זאלן קענען ליגן נעבן זיי... און ליגן נעבן עלטערן איז א ענין "ושכבתי אם אבותי", אבער ליגן נעבן א רבי'ן טרעפט מען נישט.
נשלח ב-7/2/2011 01:47
געכאפטער1 כתב:
דער תלמיד חכם משה'לע (אזוי ווי זיין רבי א"ט) איז נישט מסביר פארוואס
מען ברענגט כסדר מענטשן צו קרית יואל פון מאנסי ווען עס איז דא דארט א בית החיים? ווי ליגט דער ריבניצער? סקולענער?
מען ברענגט מענטשן פון מאנטריאל ווען עס איז דא דארט א בית החיים? יא ס'איז דא!
מען ברענגט מענטשן פון לעקוואד ווען עס איז דא דארט א בית החיים? כ'מיין ס'איז נענטער צו ניו דזשערזי ביה"ח ווי צו ק"י
מען ברענגט מענטשן פון לאנדאן ווען עס איז דא דארט א בית החיים? יא ס'איז דא!
יעצט פארשטיי אויך אז מען ברענגט פון קרית יואל אפילו עס איז דא דארט א בית החיים, פינטל!,
און וועגן די הלכה חלק זאלסטו דיך קודם זעצן לערנען (נישט דרייען מיט די פינגער און דאשיק אזוי ווי דיין רבי, נאר "לערנען") דעמאלסט וועסטו קומען זאגן דעות בהלכה
אגב, ווי ליגט זיין פאטער ר' זאנוויל?
תוקן על ידי וואלןסח ב- 07/02/2011 01:48:59
נשלח ב-6/2/2011 09:04
ווי איך הער האט ער נישט געהאט צופיל מיט קאשוי איך האב דעים איד נישט געקענט אבער א קליגער האט ער געמיזט זיין זייער א קליגער שריט געטוהן
נשלח ב-4/2/2011 21:38
איך קען נישט דעם נפטר פערזענדליך, אבער לויט ווי איך הער איז ער געווען א וואוילע טייערע איד, גערעכט א בני יואל, אבער פארט איינער וואס האט ליב געהאט א טובה צו טוהן פאר א צווייטן.
איך שעץ זייער זיין שטארקייט און גראדקייט.
ער וויל נישט אריינגיין ליגן אינעם בית החיים, צוליב זיינע טעמים וועלכע איך האלט אפשר נישט פון דעם, אבער רוצונו של אדם זה כבודו, דאס איז געווען זיין רצון, מעג ער דאס האבן, עס טשעפעט נישט קיינעם.
איז ער געגאנגען צו א רבי וועלכע האט ער געשעצט (ספעציעל ווען ער איז ארויסגעקומען אנטקעגן דעם רבי'נס פסק בנוגע די שבע ברכות אין בת המדרש און די אפיסעס) איז ער געגאנגען ליגן במחוצתו.
זעהט זיך אויס אז א טיפש איז ער אויך נישט געווען
_________________
נשלח ב-4/2/2011 19:32
מלך, טעות לעולם חוזר, האסט זיכער געמיינט צו פרעגן געכאפטער1, אמת?
נשלח ב-4/2/2011 19:28
משהלע, וואס קוועטשט דיך? (חדשות וויל וויסן)
נשלח ב-4/2/2011 19:25
דאס הייסט א טיפיקל זאלי, האט נישט וואס צי ענטפערן, הייבט ער אן מיט אנטון ברילן, אויסטין ברילן, סאיז דא וואס פירט זיך אזוי, ס'איז דא וואס פירט זיך אזוי, מען קעקעצט רעכטס און מען קעקעצט לינקס, און די קשיא בלייבט קשיא, א איד וואס האט געוואוינט אין קרית יואל, געווען א סאטמארער חסיד, האט א געלעגענהייט צו ליגן לעבן דעם רבי, און גייט אוועק אין די מרחקים, איז מעורר א פליאה, ער האט א רעכט צו ליגן ווי ער וויל, אבער די קשיא בלייבט קשיא. די פראגע איז פארוואס? סאיז דא פאללאק, סאיז דא בני יואל,