עטליכע מאל איז מיר שוין שוין אויסגעקומען צי זיין אין וויליאמסבורג. עס איז א נחת צי זען די צענדליגע באסעס מיט אידישע קינדערלעך קורסירן איבער די גאסן. עקסטער האב איך באוואונדערט ביי די סאטמארע תלמוד תורה געביידע סטאנציאנירט אויף בעדפארד עוו. ווי דארט לערנען אריבער 900 קינדערלעך בליעה"ר כן ירבו. דער מנהל ר' יושע אלימלך לאנדא איז מנהל ער נעמט אויף פריינדליך יעדן קינד מיט א גיט מארגען. וואס האט מיר אבער געברענגט צי שרייבן דא איז וואס איך האב באמערקט אז עטליכע פון די באסעס וואס געהערן פאר 82 LEE זענען אראפגעריסן די סטיקערלעך פונעם ווארט ""סאטמאר"" מערסטענס פעלט די סמך אלף און די ריש, דאס הייסט עס בלייבט נאר איבער די ווארט ""טמא""
פארוואס זאל דאס אזוי זיין אז א באס וואס עס פארן תשב"ר שלא טעמו טעם חטא זאל שטיין אויף דעם טמא? איך פארשטיי עס איז נישט במזיד. איך פארשטיי עס קאסט אסאך געלט דאס צו פאררעכטן יעדעס מאל ווען אימפארגינערישע זעהן זייער 12 יעריגע הארעוואניע איז געגאנגען לאיבוד. וויפיל זיי האבן פראבירט מיט אלע אופנים באשמיצען די מוסדות (נאכן אנערקענען אז זיי וועלן עס קיינמאל נישט איבערנעמען) דאך ביז היינט צוטאגס איז עס נאך אלץ די גרעסטע בכמות ובאיכות. איז זיי געבליבן נאר צי רייסן די סטיקערלעך. אבער די הנהלה טאר דאס נישט צולאזן
נשלח ב-14/9/2011 03:45
ווער עס וועט דאס דרייווען ווייס איך נישט אבער ערלעדיקט האבען דאס עסקנים פון אגודת ישראל
נשלח ב-14/9/2011 00:03
שיין הערליך איז נישט דאס ווארט.
ווייס איינער ווער עס וועט דרייווען די נייע באסעס?
נשלח ב-7/9/2011 23:52
היינט איז אנגעקומען די פיר נייע באסעס וואס די ישיבה האט באקומען פון א ניו יארק סטעיט פראגראם
צווישן די בילדער זעט מען העסקן ר' נפתלי טענענבוים גיבט איבער די שליסלעך פאר ר' משה לויפער, דער געטרייער באס מענעדזשער פון די מוסדות
צודרייט דארף מען זיין זיך נאריש צו מאכן מיט די סטיקערס, עס קאסט א הון רב יעדעס מאל צו פאררעכטן, די מוסדות האט ב"ה וואס צו טאן מיט די געלט ווי איידער שפילן מיט סטיקערס
תוקן על ידי קעציל ב- 06/02/2011 06:56:47
נשלח ב-4/2/2011 18:38
סעלפון, דאס איז דער גרעסטע כבוד פאר אונז, אשרינו מה טוב חלקינו, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, והבדלנו מן התועים, נעבען אזא חינוך גיבט מען זיי, זאל יעדער זעהן פארוואס מיר ווילן קיין שייכות מיט זיי נישט האבן.