בית פורומים אידישע געדאנק

באסעס פון סאטמאר מוסדות 82 LEE

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2011 19:29 לינק ישיר 
באסעס פון סאטמאר מוסדות 82 LEE

עטליכע מאל איז מיר שוין שוין אויסגעקומען צי זיין אין וויליאמסבורג. עס איז א נחת צי זען די צענדליגע באסעס מיט אידישע קינדערלעך קורסירן איבער די גאסן. עקסטער האב איך באוואונדערט ביי די סאטמארע תלמוד תורה געביידע סטאנציאנירט אויף בעדפארד עוו. ווי דארט לערנען אריבער 900 קינדערלעך בליעה"ר כן ירבו. דער מנהל ר' יושע אלימלך לאנדא איז מנהל ער נעמט אויף פריינדליך יעדן קינד מיט א גיט מארגען. וואס האט מיר אבער געברענגט צי שרייבן דא איז וואס איך האב באמערקט אז עטליכע פון די באסעס וואס געהערן פאר 82 LEE זענען אראפגעריסן די סטיקערלעך פונעם ווארט ""סאטמאר"" מערסטענס פעלט די סמך אלף און די ריש, דאס הייסט עס בלייבט נאר איבער די ווארט ""טמא""
 
פארוואס זאל דאס אזוי זיין אז א באס וואס עס פארן תשב"ר שלא טעמו טעם חטא זאל שטיין אויף דעם טמא? איך פארשטיי עס איז נישט במזיד. איך פארשטיי עס קאסט אסאך געלט דאס צו פאררעכטן יעדעס מאל ווען אימפארגינערישע זעהן זייער 12 יעריגע הארעוואניע איז געגאנגען לאיבוד. וויפיל זיי האבן פראבירט מיט אלע אופנים באשמיצען די מוסדות (נאכן אנערקענען אז זיי וועלן עס קיינמאל נישט איבערנעמען) דאך ביז היינט צוטאגס איז עס נאך אלץ די גרעסטע בכמות ובאיכות. איז זיי געבליבן נאר צי רייסן די סטיקערלעך. אבער די הנהלה טאר דאס נישט צולאזן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 21:42 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 18:38 לינק ישיר 

סעלפון, דאס איז דער גרעסטע כבוד פאר אונז, אשרינו מה טוב חלקינו, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, והבדלנו מן התועים, נעבען אזא חינוך גיבט מען זיי, זאל יעדער זעהן פארוואס מיר ווילן קיין שייכות מיט זיי נישט האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2011 06:54 לינק ישיר 

צודרייט דארף מען זיין זיך נאריש צו מאכן מיט די סטיקערס, עס קאסט א הון רב יעדעס מאל צו פאררעכטן, די מוסדות האט ב"ה וואס צו טאן מיט די געלט ווי איידער שפילן מיט סטיקערס


תוקן על ידי קעציל ב- 06/02/2011 06:56:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2011 08:02 לינק ישיר 

דאס בילד וואס סעלפון האט ארויפגעשטעלט איז א ישיבה גדולה באס עס האט נישט גארנישט מיט יו טי עי, עס איז א עקסטערע קאסע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2011 07:20 לינק ישיר 

באס נומבער #60 איז זייער שיין עס שפיגעלט אייביג פון אלע זייטן. פארוואס זענען נישט אלע באסעס אזוי שיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:11 לינק ישיר 
נייע באסעס וואס די סאטמאר הנהלת הישיבה האט ערהאלטן פון רעגירונג פאנד זענען שוין אנגעקומען בשעה טובה ומצלחת



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/09/2011 01:55:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:12 לינק ישיר 



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/09/2011 01:56:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:13 לינק ישיר 



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/09/2011 01:56:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:14 לינק ישיר 



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/09/2011 01:56:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:52 לינק ישיר 

היינט איז אנגעקומען די פיר נייע באסעס וואס די ישיבה האט באקומען פון א ניו יארק סטעיט פראגראם

צווישן די בילדער זעט מען העסקן ר' נפתלי טענענבוים גיבט איבער די שליסלעך פאר ר' משה לויפער, דער געטרייער באס מענעדזשער פון די מוסדות

דריקט אויפן בילד צו זען גרעסער

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2011 00:03 לינק ישיר 

שיין הערליך איז נישט דאס ווארט.
 
ווייס איינער ווער עס וועט דרייווען די נייע באסעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2011 03:45 לינק ישיר 

ווער עס וועט דאס דרייווען ווייס איך נישט אבער ערלעדיקט האבען דאס עסקנים פון אגודת ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באסעס פון סאטמאר מוסדות 82 LEE
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext