א קורצע בליק אין די היסטוריא פון עגיפטאן Egypt (מצרים)
א קורצע בליק אין די היסטוריא פון עגיפטאן: און יאר 1953 למספרם איז עגיפטאן געווארן זעלבסטשטענדיג פון ענגלאנד דער פרעזידענט איז געווארן מוחאמאד נאגוב ער האט נישט לאנג מאריך ימים געוועין אויפן בענקל און רעזיגנירט א יאר דערויף עים האט איבערגענומען גאמעל אבדעל נאסאר ער איז געוועין די מערסטע ארויף געקוקט און די אראבישע וועלט ספעציעל פארן זיך אזוי שטארק ארויס שטעלן אקעיגן מדינת ישראל נאך די זעקס טאג מלחמה איז זיין פאפולאריטעיט געפאלן וואס מער איז נישט ארויף. און יאר 1970 למספרם איז ער געשטארבן און אנוואר סאדאט האט איבער גענומען די לייצעס סאדאט איז געוועין מערב וועלט געשטימט און שלום געמאכט מיט מדינת ישראל.(וואס דאס האט עים געקאסט זיין בענקל אין די אראבישע ליגע) און אפילו אפגעשטאט א באזוך אין מדינת ישראל. און אקטאבער 14 1981 (למספרם) איז סאדאט אום געברענגט געווארן דורך מוסלימעינער טעראריסטען. אויף זיין פלאץ איז געשטעלט געווארן זיין ווייס פרעזידענט חאסאני מובאראק ער האט זיך גלייך גענומען צו די חברה וואס האבן געהארגעט זיין פארגייער און זיי אונטערדריקט מיט אלע כוחות. נאך 30 יאר פירען דאס האט דאס לאנד מיט אייזערנע פויסטן האבן די מענטשן (נאכן ווערן עספערירט פון די טוניזער איבער ווארפן זייער רעגירונג) אפגעמאכט אז יעצט איז געקומען זייער צייט צו לעיבן א פריי לעיבן און אנגעהויבן פראטעסטרין און שרייען מובראק זאל רעזיגנירן
 |
|