בית פורומים אידישע געדאנק

ראזשינקעס פון דעם גרוש אבותינו טריפ...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2011 19:17 לינק ישיר 

 

‫‫דאס קינד מיט די ווייסע זאקן זיצט יעצט אין פורסט קלעס און שפילט זיך ארום מיט די ווידיא מאשינדעל (כלי בלע"ז) נעבן זיין זיץ, אינדערצייט האט דער עם הארץ געוויזען פעיגקייט און ארויסגעהאלפן די פילאטן מיטן ווייזן דעם וועג וויאזוי צו פארן, ווייל ווי באקאנט האט אונזער אינגל זייער ליעב די מאפע, פון גרויס ליבשאפט האט דאס קינד שוין מחדש געווען במשך די יארן נייע מאפע'ס, ווי שרייבער פארמעגליך האט שוין דאס גוט אויסגעשמוסט פאריאר אין די ביאגראפיע פון אונזער עם הארץ, וויאזוי דאס קינד פלעגט איינטיילן שטעט אויף די מאפע ביי די באטעס פרייטאג צונאכטס, ביז איינמאל האט אים א ידען שטיל געמאכט אז די שטעט וואס ער רעכנט אויס איז לא קרוב זה אל זה.

 

עכ"פ לאמיר נישט פארקריכן דאס אינגל האט די גאנצע צייט אויסגעשריגען מיט עקסטאז יעצט פארט מען העכער מאנרא, יעצט פארט מען העכער די קעמפס און יעצט פארט מען העכער מאנטריאל, און ער באשטעטיגט ארפקוקענדיג פון פענסטער און באשלוסט אז עס איז שוין דארט נאכט. אזוי אויך האט דאס קינד אויסגעשריגן די גאנצע צייט ווי א דזשי. פי. עס. וואס רעדט.

 

אינמיטן פליען האט די פליגער אנגעהויבן צו טאנצען ווי דער שטייגער, דא האט דאס קינד געוויזען בקיאות אין אויסגערופן פאר אלע זיינע שכינים אז ער ווייסט וואס דאס איז, ווייל ער פארט אסאך אויף פליגערס און ער ווייסט אפילו ווי אזוי עס הייסט. דא האט ער אויך שטארק ארויסגעהאלפן די מאנשאפט פונעם פליגער צו באראיגען די פאסענדזשירן פון די געטאנצעריי, און די מאנשאפט האבן זיך פאר אים זייער באדאנקט. ווי נאר דער פליגער האט אנגעהויבן צו לאנדן האט דאס אינגל אנגעהויבן ווייטער מסביר זיין וואס דער פילאט טוט די גאנצע צייט מיט א מורא'דיגען קלארקייט פאר ווער עס האט נאך געהאט געדולד אים אויסצוהערן.

 

‫‫געלאנדעט ב"ה. דא געשעהט ווייטער דאס אומגלויבליכע געשעעניש, נאר פארקערט. ער קומט ארויס פון פליגער מיט א פעלץ בשעת ווען ארויף איז ער נאר מיט א רעשוואלקע.

מען גייט דורך די גרעניץ, און פארשטייט זיך מען קוקט זיך גרונטליך אום אויף אלע באשעפענישען וואס זענען אין עראפארט, דער גרעניץ וועכטער קוקט דורך דעם פולער פאס און רופט זיך אן פאר א וויץ "פלי ראבינער?", דאס קינד פרייד זיך פאר דעם קאמפלימענט, און ענטפערט אים מיט ענווה'דיג פנים אז וואס קען ער טוען דער עולם וויל אים איבעראל, און דעריבער האט ער נאך עד היום נישט קיין אדרעס אויף זיין לעדערהעד, ווי איינער וואס ווייסט נאכאלץ נישט וואו ער שטייט איין.

 

‫‫ארויסקומענדיג אינדרויסן פון לופטפעלד האט שוין אפגעווארט די דעלעגאציע פון די גרוש אבותינו טריפ וברושם גרוש האראוויץ, און יא! גוט צוגעטראפן אן דעם היט... מען זעצט זיך אריין אין דעם קאר און מען הייבט איבער קייען אלעס וואס מען האט גע'דרש'נט אויפן פליגער אלץ חשד אז אפשר איז דער דרייווער אויך אין שטותים גוסטע, זאל ער עס באקומען פון א כשר פלאץ.

 

‫‫מ'קומט אן קיין בודאפעסט און מען גייט דאווענען. אבער דאס נעריש מויל ליידט יעצט אויף א שלשול און עס גייט איבער די מאס, עס שפילט יעצט אויף די פלארידע שניי פרישטאג'ס. ענדליך דאס קינד טוט שוין אן דעם טלית, און פישער אטעמט אפ און רוהט זיך אויס אביסל צו שעפן פרישע כוחות צו קענען בעביסיטן דאס קינד כדבעי' ביז נאך שבת. ביני לביני פרובירט ער אויס צוגעפונען פרישע פאטענטען פאר א מויל שלאס וואס זאל ווירקן אויפן קינד. אפגעדאווענט מען גייט עסן פרישטאג. דא האט שוין פישער מער נישט גענומען קיין שאנסן, ער האט איינגעשפארט דאס קינד אז קיינער זאל נישט קענען כאפן א בילד ווי דאס קינד שלינגט אראפ א פרישטאג נאך דערצו אונטערוועגנס איז עס געווענליך מיט א שיינע פאר שלינגעס מער ווי אינדערהיים. געענדיגט עסן יעצט גייט מען פארן קיין סיגוט.

 

דערווייל איז דער זעכציג קעפיגער ציבור נאכנישט אנגעקומען צוליב די שניי אין ניו יארק אבער מען זאגט פארן קינד אז אלע גייען אנקומען קיין סיגוט פארנאכטס, און דארט גייט מען זיי אפווארטן, ביז דעמאלס וועט מען זיך דרייען אין די סיגוטער גאסן און פארציילן פאר די באגלייטער מעשיות וואס ער געדענקט נישט פון דערהיים. דא איז געווען אן אינטערסאנטע זאך, דאס קינד האט נישט אויפגעהערט צו לאזן סטעיטמענטס אז ער איז נישט דער עלטסטער פון זיינע געשוויסטער נאר דער צווייטער, והוא לפלא. אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואס דער פלפול קאפ האט בשעת מעשה אפגע'דמיונ'ט ווי מיר וועלן שפעטער זיך איבערצייגן. אזוי שפאצירנדיג אין די סיגוטע גאסן מיט דעם גרוש אבותינו אנפירער האט דער עם הארץ זיך פארהערט די נעמען פון די גאסן מיטן גרוש צו זען ווער עס קען בעסער.

 

‫‫נאכן ארומקלעטערן א שיינע פאר שעה אין די סיגוטע גאסן פאר ליידיגיין, איז שוין ענדליך אנגעהויבן אנצוקומען די אכצן אלפים קעפיגער ציבור, און דאס קינד האט אפגעווארט דעם עולם אויפן בית החיים און יעדען געפרעגט דורך וואו מען איז געקומען און מיט וועלכען פליגער. דאס קינד האט געוויזען בקיאות אין שטעט און אין עירליינס אז עס איז געווען צו לעקן די פינגערס. למשל די מענטשן וואס זענען געקומען דורך שווייץ האט דאס קינד פארציילט אז אין שווייץ איז דא גרויסע בערג וואס מען רופט די שווייצע בערג אין עס איז דא שניי אויפן שפיץ בארג. פאר די וואס זענען געקומען דורך פראנקפורט האט דאס קינד פארציילט אז דאס איז אין דייטשלאנד. בקיצור דאס הייליג מויל זיך געלאזט זיך ברייט הערן ביז יעדער איז אנגעקומען.

 
‫‫גלייך ווען מ'איז אריין אין אוהל איז דאס קינד נשתנה צורה געווארן, און האט אנגעטוען (אויסגעטון...) די שובבים שלש סעודות צורה און פארגעליינט די תפילה פונעם ישמח משה בקול שלש סעודות הידוע, און דאס התעוררות איז געווען העכער אלע גרעניצן. יעצט האט פישער מכבד געוען מענדל'ן צו רעדן צום זיידן דעם קדושת יו"ט אפאר ווערטער אלץ הכרת הטות פארן נישט אנטוען דעם טילעפ אין פראנט פון די בילדער מאכער. מענדעלע האט פארציילט דארט ברבים וואספארא צער ער מיט זיין טאטע האבן פון צרות ישראל, און אויב ווילן די זיידעס אז ער זאל נאך קענען קומען קיין סיגוט דעמאלטס דארפן זיי אים פארגרינגערן די צרות ישראל, אבער שוין. און די עכטע חסידים האבן מיטגעוויינט...

דא האבן שוין די עכטע חסידים זיך אנגעהויבן מורמלען צווישן זיך אז דער מענדעלע האט דעם כח פונעם ייטב לב מיטן קדושת יו"ט ציזאמען צו מעורר זיין, פון די אנדערע זייט איז דאס קינד בכלל נישט געווען אזוי עקסיידעט פון דעם אז זיין מענדעלע וויינט שוין הויעך אין זיין געגענווארט, און ער איז דארט געשטאנען בלאזעדיג, געדענקעדיג פון פריער אז די עכטע חסידים זאגן אין אזא פאל אז ער איז א בריק צו מענדעלע. דא האבן די עכטע חסידים ווייטער גענוצט דעם קאפ און דאס אפגעטיישט אז דער עם הארץ איז פאר'מוח'ט און פאר'פלפול'ט.

 

נאך תהילים האט זיך דאס קינד גענומען ליינען קוויטלעך פון אנ"ש און נאכדעם האט ער זיך אויסגעצויגן אויף די קברים בפישוט ידים ורגלים אזוי ווי ביי די כזית מצה, אין זיך געמאכט ברעטשעדיג אויפן תנועה הידוע. דער עולם האט דערווייל געזונגען ניגונים לכבוד היום ולכבוד הנאספים, אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי זיין בעלזען שוואגער.

 

געענדיגט אינעם אהל, יעצט קומט די לעבעדיגע פאל פון נעמען אטענטשאן און רעדן ווייטער הויעך, ברייט און געדעכט. דער גרוש האט גענומען דאס קינד אויף א טור אינעם בית החיים און דאס קינד האט זייער הנאה געהאט פונעם בית החיים שפאציר אויף אזוי ווייט אז ווען נישט דער נאכט פאלט צו וואלט דאס קינד נאך אלץ דארט געווען. אזוי אויך האט ער כסדר געפרעגט זיינע קלוגע קשיות, איבערהויפט האט ער געלייגט א דגוש אויף די פראגע צי מ'האט טאקע אפגעקויפט אלע שטחים ארום, האבענדיג א פאביע פון דעם וואס זיין קליינע ברודער האט אים צוגעפיקסט באתרא דמר מיטן מקדש זיין א בית החיים גלייך אונטער זיין נאז.

 

דא איז געשען א געפערליכער פאנטשער, דארט וואו עס האט געזאלט פארקומען די הנחת אבן הפינה, דער אזוי גערופענער שוהל הויף, האבן זיך אנגעריקט אפאר רומענישער חברה אין אנגעהויבן זאגן אז מען זאל זיך נישט דערוואגן צו מאכן אויף זייער לאט קיין חינגאות, און געשריגען אז ווען דער ראבינער פארט אהיים זאל ער מיטנעמן דעם גרוש פון דא ווייל אויב נישט וועט מען אים מוזען אפנעמען אין א קאסטען, גענוג איז גענוג. פארן קינד האט מען איינגערעדט אז משה גבאי האט דא אונטערגעשטעלט א שטיקל, און שמואל שלמה טעלער האט אים מסביר געווען אז מ'זעט בחוש דעם קדושת המקום, והא ראי' עס קומט אן מיט אזוינע שוועריקייטן. עס איז געווארן מהומה אין די גאס און די באהערדע האבן אנגעהויבן צו ציטערן אז דער עולם וועט געוואויר ווערן אז סיגוט איז אזוי אפגעקויפט ווי 14 הופפער, אין דאס קען דעם עם הארץ שטארק שאטן, מען לאזט שנעל וויסן דעם ציבור אז די צייט ערלויבט נישט קיין אבן הפינה'ס און עס וועט פארקומען פרייטאג. למעשה האט מען פרייטאג געמאכט א שתיקה כאילו די אבן הפינה איז שוין געווען פאר צען יאר צירוק, ווי אזוי זאגט דער עם הארץ: און מען מאכט א שווייג...

 
המשך יבא




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/2/2011 07:17 לינק ישיר 

יעצט קומט אן די נייעס אז אין גרענד פוד אין מאנרא האט מען היינט נאכט ארויסגעווארפן אלע ראזשינקעס פון געשעפט אלס נקמה צו די ראזשינקע ארטיקל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ראזשינקעס פון דעם גרוש אבותינו טריפ...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext