לאמיר אריינווארפן מיינע פאר צענט (כאילו אייינער פרעגט מיר)
איך קען דעם יואל קרויס גוט, ער האט זיינע קינדער ביי סאסמאן (דאכט זיך) פשוט ווייל די ווינט האט אים אהינגעבלאזן ער האט ליב רז"ל צוגלייך ווי אונזער רבי, ער איז סך הכל א טאהשער
יעצט, אויב איז אמת וואס בלומבערג זאגט די אלע מעשיות וואס דארט האט שוין פאסירט, קענט איר קיינעם נישט בלעימען פארן טון אזא ווילדע שריט, אוודאי איז עס נישט בארעכטיגט, אבער דו קענסט נישט בלעימען, ווייל ס'איז א טו וועי סטריט, אויב איז יענע צד שטיל גייט קיינעם נישט אן ווי דו שיקסט דיינע קינדער און מען לעבט בשלום ובשלוה, אבער טאמער טוסטו עקסטרעמע שריט קעגן די אנדערע צד, וואס פארלאנגסטו יענער זאל בלייבן שטיל?
כל אחד כדאי לעצמו, אויב דרייט זיך דארט א מענטש וואס רייסט צעטלעך פון קהל, פארוואס זאל א צווייטער מיט היציגע בלוט נישט קיין פארקערטע ווילדע שריט?
און יעצט ברוינפן טייערע, איך ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, אבער טוסטו ביסטו נמנה על חסידי רבינו, פארשטייסטו אליין אז אפגעזען צו דוד עקשטיין האט יא געגעבן א פעני פארן שול צו נישט איז דאס ביהמ"ד אז אונטער נשיאות פון רבין שליט"א, און געבן א עלי' פאר א בני יואל בחור-אינגערמאן איז א עולה שאין כמוהו, זאלן מיליאנען רבנים עס מתיר זיין, א ביהמ"ד וואס שטייט תחת נשיאות רבינו אויב געט דאס א עלי' פאר אזא איינעם איז עס א חוצפה, און דו קענסט נישט בלעימען אויב די אנדערע צד טוט ווילדע שריט און זוכט ענג צו מאכן דעם צד שכנגד