יעצט זונטאג פרשת תצוה איז געקומען דעם אפיציעלן מעלדונג ביי די בני ברק'ע דין תורה, אז די ארונים ציען זיך ארויס פון דין תורה און זיי זענען מסרב לדין, און זיי ברענגן נישט קיין שטרי בירורין פון די איבעריגע בעלי דינים.
ווי באקאנט האט דער בני ברק'ע הנהלה מיט אלע שעי"ר האלדערס געחת'מט א יאר צוריק בחודש אדר תש"ע שטרי בירורין וואס ביידע צדדים האבן מסכים געווען צום נוסח השטר, מיט עטליכע חדשים שפעטער בחודש סיון תש"ע האט ר' אהרן טייטלבוים און נאך עטליכע משתלטים אויך געחתמ'ט דעם זעלבן שטר, און די דין תורה האט זיך אנגעהויבן חודש אב אין ארץ ישראל. די ארונים האבן פארגעלייגט זייערע טענות, און דערנאך האט מען געמאכט נאך א זיצונג אויף חודש חשון וואו די ארונים האבן ווייטער פארגעלייגט טענות א גאנצע וואך. בראותם כי כלתה אליהם הרעה און בית דין קויפט שוואך אפ זייער ווערסיע, האבן זיי געברענגט א נייעם פאלשן דאקומענט אז ר' שמעון ווייס האט איבערגעגעבן די הנהגה פון די בני ברק'ער מוסדות פאר ר' אהרן טייטלבוים, דעם נעקסטן טאג האבן זיי געברענגט א פרישן כתב אז שמעון ווייס האט גאר איבערגשריבן די שעירס פאר מאיר פערל.
בית דין האט געבעטן שטרי בירורין פון מאיר פערל, און זלמן גרויז דער בורר פון די ארונים האט געזאגט אז ער האט ביי זיך די שטרי בירורין פון מאיר פערל, האט בית דין געבעטן צו משליש זיין ביי די שלישים די גע'חתמ'טע האט גרויז גענטפערט אז ער האט דאס איבערגעלאזט אין אמעריקע. די דין תורה האט זיך געענדיגט מיט דעם אז ביים נעקסטן זיצונג וועט זלמן גרויז ברענגן די שטרי בירורין גע'חתמ'ט ביי די צוויי פרישע שעיר האלדערס, און ביזדערווייל זאל קיינער נישט איבערגעבן קיין שעירס.
די ארונים האבן געזעהן דער ביטערער מצב ביי דין תורה אזש זיי האבן געהאלטן ביים פארלירן די דין תורה נאך פאר די הנהלה האט אפילו געענטנפערט אויף זייערע טענות, האבן זיי ביי זיך אפגעמאכט אז מען מוז זיך ארויסצוען פון דין תורה. האט מען באשלאסן אז מען ברענגט די דין תורה זיצונג אויף אמעריקע, און דער זעלבער צייט וועט ר' אהרן זיך אריבערכאפן א בליץ באזוך קיין בני ברק, און דארט וועט ער זיך דורכרעדן מיט די בני ברק'ער חכמים, און באשליסן אויף דעם נעקסטן שריט.
ר' אהרן האט זיך איינגעשפארט אפאר שעה מיט משה חיים ווייס, און געקומען צו די החלטה אז די דין תורה איז א גרויסע פארלוסט פאר זיי, און מען מוז דאס שוין אפשטעלן, אבער משה חיים האט געשריגן אז אויב שטעלט מען אפ די דין תורה וועט טאהלער באקומען די גאנצע שליטה אויף אלעם, און ער וועט זיך נעמען מארגן בויען אויפן ליידיגן שטח. האט מען באשלאסן אריבער רופן דעם ראש העיר פון בני ברק, און מען וועט אים צוזאגן עולם הבא בתנאי אז ער וועט נישט ארויסגעבן קיין פערמיט פאר טאהלער.
ר' אהרן מיטן ראש העיר האבן געהאט דעם מיטינג און ר' אהרן שיקט אריבער דעם טעלעגראם קיין אמעריקע: שוין אפשטעלן די דין תורה!
היינט צופרי האט בית דין אנגעהויבן די זיצונג און געבעטן פון זלמן גרויז איבערצוגעבן די געחתמ'טע שטרי בירורין, ווי פארשפראכן ביי די פאריגע זיצונג אין ארץ ישראל, האט ער אנגעהויבן געבן תירוצים אז ער האט עס נישט מיט זיך. דאן איז אנגעקומען ברוך מרדכי גאלדבערגער, דער באקאנטער רעדנער ביי די בי עס עי, און האט געזאגט אז היות מאיר פערל האט דאך איבערגעגעבן א שעיר פאר יענקי סופר דארף יאנקי אויך חתמ'ן און עס איז אויפן וועג פון קרית יואל.
נאך ווארטן אפאר שעה, האט גאלדבערגער געמאלדן אז יענקי סופר וויל נישט חתמ'ן קיין שטרי בירורין, ער איז מסרב לדין.
דער בית דין האט געזאגט דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עטס זענטס מסרבים לדין, האבן זיי געזאגט דאס איז וואס מיר ווילן!
בית דיןאיז געכאפט געווארן אין שאק, זיי האבן נישט געוואלט גלייבן אז אזוי פירן זיך אידן אויף, איבערהויפט אז דער ר' אהרן האט אזויפיל צוזאמגעברעטשעט וועגן א דין תורה, האבן זיי געזאגט אז איידער זיי געבן ארויס א בריוו אז די ארונים זענען מסרבים לדין, ווילן זיי הערן פון יענקי סופר אליין אז ער וויל נישט חתמ'ן זיי גלייבן נישט ברוך מרדכי גאלדבערגער.
יעצט ווארט מען אויף סופר ער זאל קומען צו בית דין, אינצווישן זיצט ר' אהרן אין בני ברק און לאכט ווי גוט ער האט צוגעפיקסט דעם בית דין אינאיינעם מיט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וואס האט זיך אזויפיל געמיטשעט צונויפשטעלן א בי"ד מיט שטרי בירורין וואס זאל צופרידן שטעלן אלע צדדים.
ר' אהרן דער סרבן העולמי וואס וויל נישט חתמ'ן שטרי בירורין אויף קרית יואל האט שוין נאך א בית דין צובראכן אויף זיין ליסטע.
עס איז צו ערווארטן אז ר' אהרן גייט יעצט זאגן אין זיין דרשה אין בני ברק אז די שלשה רועי בקר וועלן מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן.
תוקן על ידי הבגץ ב- 06/02/2011 21:09:28