| נשלח ב-6/2/2011 22:24 |
|
| |
שרעקעדיג: עם הארץ פארשווינדען פון בני ברק!
רבותי! הילף דרינגענד געזוכט צו העלפן טרעפן דעם מאנרא עם הארץ וואס איז אין די לעצטע פאר שעה ל"ע נעלם געווארן. דער ירושלימער רב שליט"א פרובירט שוין צוויי שעה נאכאנאנד צו טרעפן מיטן מאנרא עם הארץ אין מען האט נישט קיין שום שפיר פונעם עם הארץ רח"ל, די איזרעלישע רעגורינג זאגט אז זיין פאספארט האט איינגעטשעקט היינט פאמיטאג און דאס איז די גאנצע אינפארמאציע וואס זיי האבן, לויט זיי דארף ער נאך זיין אין א"י. דאס לעצטע מאל וואס מען האט אים געזען איז געווען אין בני ברק זיך פיקטשערן אויף די גאס לעבן דעם סאטמארן שיכון מיט אפאר ראציגע בחור'לעך, און זינט דער ירושלימער רב שליט"א האט אנגעהויבן צו קאלן איז דער עם הארץ פארשווינדען געווארן. ווייסט איינער פארוואס דער עם הארץ האט אזוי מורא זיך צי טרעפן מיט ירושלימער רב שליט"א, וועם ער האט אזוי שטארק געוואלט אז ער זאל זיין רב, וועם ער האט געמאכט א ריזיגען קבלת פנים אין מאנרא אין געטאנצען מיט אים ווי חתן ביום חפתו? דער בני ברק מעיאר איז יעצט אונטער א פארהער, ווייל ער האט זיך היינט געטראפן מיטן עם הארץ אין מאכנע האלטן אז ער ווייסט וואו אין פארוואס דער עם הארץ באהאלט זיך אויס, ביזדערווייל איז דעם מעיאר'ס מויל הערמאטיש פארמאכט אין געט גארנישט ארויס. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2011 17:31 |
|
| |
וועם עס דאכט זיך ענק נאר אפילו אז ער מיט ענק דאן איז ער שוין פון די גדולי ישראל בדורינו? וואס האט הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל געהאלטן אויף ענקער הם הארץ? וואס האט קאשוי רב זצ"ל געהאלטן? וואס האבן אלע אמת'דיגע מנהיגים געהאלטן? אגב זאג נאר פארוואס האט רב וואזנער נישט געוואלט ארויסגעבן קיין שום פסק איבער די סידור קידושין אין קרית יואל? עטץ פארקויפטס דאך אז ער האלט אז רא"ט איז דער עכטע סאטמארע רבי נו דאן פארוואס וויל ער ענק נישט געבן א פסק אז נאר רא"ט האט די אויטאריטעט צו זיין מסדר קידושין?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2011 17:09 |
|
| |
זייער פשוט, מען קיקט אויף די קוואליפיקאציעס פון די פרירעדיגע רבני סאטמאר זי''ע, און דאס גיט דיר א שטיקל השגה וואס פאר א קוואליפיקאציעס מען דארף צו האבן, און אויב פארשטייסטו נישט אליין, דאן קיק וואס די גדולי ישראל בדורינו זאגן, גיב א פרעג הרב וואזנער, רבי משה שטרענבוך, רבי אליקים שלעזינגער, וכו', זיי וועלן דיר געבן די פארשרעפטן וואס קוואליפיצירט איינעם זיך צו רופן דער סאטמארער רבי, איך בין זיכער אז הערן דזשיגאן טעיפס איז נישט פון די קוואליפיקאציעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2011 06:38 |
|
| |
משה'ניא טייערער
זאג נאר, פינקטליך ווער האט באשלאסן וואסערע קוואלעפיקאציעס מ'דארף צו האבען צו זיין סאטמער'ע רבי? נישט אלעס וואס די ווילסט איז די מציאות אויך אזוי
עפען דיר אביסלע די אויגען,,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2011 03:27 |
|
| |
וואס דארף איך זיך שעמען עטץ ווייסט דאך אליין אז מיר טרעטן אויף די תורה מיט די שלושה רועה בקר, די פראגע איז אבער ענקער עם הארץ וואס איז באקאנט מיט זיין כבוד פאר תלמידי חכמים (איך רעדט נישט פון ביז נ"ט ווען מען האט אים ארויסגעקאפעט פין סאטמאר ווייל ביז דעמאלטס האט ער דאך נאך געטאן וואס משה גבאי האט אים געהייסן...) פארוואס האט ער נישט געפילט פאר וויכטיג כאטש רעדן צום גאב"ד אויפן טעלעפאן?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2011 00:29 |
|
| |
שעם זיך! דו האסט געוואוסט ווי דער אהרן איז, דו האסט מיטגעהאלטן פינקטליך אלע זיינע מיטינגס און באזיכן ביז אפילו האסט אפילו געהאט צוטריט צו גאר געהיימע אינפארמאציע פון א באזיך פון אקס-נים, און דו האסט געוואוסט אז דער גאב"ד זיכט אים ווי מיט ליכט, און דו האסט אים נישט אנגעקאלט זאגן? ווי איז די כבוד התורה? ווי איז דיין דרך ארץ? האסט נישט אביסל ערענסקייט אין דיר? אז דו ווייסט אז דער גאב"ד זיכט אים און דו ווייסט ווי ער איז, זאגסטו אים נישט??? וואסא חוצפה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 20:53 |
|
| |
נישט פארדרייען דעם אשכול.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/02/2011 21:14:44
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 20:10 |
|
| |
וואס מישט איר דא אריין ר' חיים הערש'ס ישיבה? ענטפער וואס איך האב געפרעגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 19:51 |
|
| |
| ספרינטער כתב: |  | | פארוואס איז ער נישט געפארן אויף ירושלים שעפן נחת פון זיינע ריזיגע מוסדות אין בית המדרש (וואס איז אגב בערך העלפט פון די פאליש אין ראדני)? אוודאי אז מען ציטערט זיך צי טרעפן מיטן גאב"ד פארט מען נישט אהין נאר מ'זיצט אין בני ברק וואס דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי ער קען זיך אויסבאהאלטן רואיג. |
|
ער איז נישט געפארן קיין ירושלים צו שעפן נחת, ווייל וויפיל נחת קען אריין אין איין מענטש, דער ר' אהרן האט אין די לעצטע 10 טאג געשעפט נחת אין מעקסיקא, וואשינגטאן, ווירדזשיניע, באלטימאר, פלארידע, אוהעל, סיגוט, בני ברק, נו וויפיל קען ער דאס שעפן?, האט ער איבערגעלאזט די ירושלים נחת פאר א צווייט מאל, אגב, איך הער אז דער גאב''ד האט עם דערווישט איו נוארק עירפארט היינט פארטאגס, קענסט מברר זיין אויס ס'איז אמת?, ואגב דאגב, ווען עפענט זיך חיים הערשעלעס ישיבה אין ירושלים?, ס'איז שוין שיינע חדשים נאך אנהייב זמן, אפשר ווארטן זיי אויפן גז''ל זאל קומען האלטן א פתיחה...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 19:24 |
|
| |
די גאב''ד איז יעצט אין פארבינדונגען מיט אלע חב''ד שליחום אראונד די ווארלד ווי מ'קען אים טרעפן דעםן אהרנן
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 18:02 |
|
| |
פארוואס איז ער נישט געפארן אויף ירושלים שעפן נחת פון זיינע ריזיגע מוסדות אין בית המדרש (וואס איז אגב בערך העלפט פון די פאליש אין ראדני)? אוודאי אז מען ציטערט זיך צי טרעפן מיטן גאב"ד פארט מען נישט אהין נאר מ'זיצט אין בני ברק וואס דארט איז די איינציגסטע פלאץ ווי ער קען זיך אויסבאהאלטן רואיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 17:18 |
|
| |
נו, געס!!!, אויב וויסטו באמת נישט, קענסטו פרעגן רבי לייבוש לייזער שליט''א
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 05:21 |
|
| |
א עכטער "סאטמארער" רבי מיינט א רבי וואס קען לערנען, פונקט ווי דער דברי יואל זי''ע
אין דאס איז??
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 05:17 |
|
| |
| געלע_באס כתב: |  | אזוי ווי ביז היינט, א מאל איז דאס רבי לייבוש לייזער וואס וויל זיך נישט טרעפן מיטן רבי שליט''א, און דערנאך כאפן זיי א פליק, אז ער וויל נישט גיין צום גז''ל נאר נאכן באזוכן דעם עכטן סאטמארע רבי,
משהלע זיסע,
וואס מיינט עכטע סאטמארע רבי? _________________ |
|
א עכטער "סאטמארער" רבי מיינט א רבי וואס קען לערנען, פונקט ווי דער דברי יואל זי''ע און דער ברך משה זי''ע, דער גז''ל קען זיין בראדער רבי, לאשנאצער רבי, אבער קיין סאטמארער רבי קען ער נישט זיין, א סאטמארער רבי דארף קענען לערנען, און נישט ענטפערן סי דא ווער פירט זיך אזוי און סי דא ווער עס פירט זיך אזוי,
תוקן על ידי משהלע ב- 07/02/2011 05:19:54
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 05:09 |
|
| |
| ספרינטער כתב: |  | | פארוואס איז ער טאקע נישט געגאנגען באזיכען דעם גאב"ד? |
|
אז דו ווילסט שטארק הערן א תירוץ וועל איך דיר ענטפערן פשוט ווייל ער איז נישט געווען אין ירושלים פשי! אזא פשוטע תירוץ! נישט בייגעפאלן? הא?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2011 05:05 |
|
| |
אזוי ווי ביז היינט, א מאל איז דאס רבי לייבוש לייזער וואס וויל זיך נישט טרעפן מיטן רבי שליט''א, און דערנאך כאפן זיי א פליק, אז ער וויל נישט גיין צום גז''ל נאר נאכן באזוכן דעם עכטן סאטמארע רבי,
משהלע זיסע, וואס מיינט עכטע סאטמארע רבי?
_________________
|
|
|
|
|