וואס ווילסטו? כ'מיין וויפיל איז די שיעור זיך צו טון צו מאכן פון קליינע קינדער?
רעדן זיי דען ווי נארמאלע מענטשן? זיי רעדן ממש ווי בעביס! אין בעסטע פאל ווי צעירים בחורים, נעבעך אפרוחים שלא נפתחו עיניהם
איך קאן דיר אייך זאך זאגן, צומאל ווען דא שלאפט גיי איך אריין קוקן וואס זיי האבן צו זאגן, ממש ס'געט מיר צו א שטיק געזונט צו זען ווי די חברה עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט, מען שרייבט גג על גג שטותים אז ס'גייט א רויעך
אבער, איך בלעים זיי נישט!, זיי האבן פארוואס צו זיין אנגעזעצט, אז דער לא איכפת לי' איז דארט שולט במלא הודו והדרו
דערציילט מיר היינט א איד וואס איז געווען אין וומסב"ג עטליכע וואכן צוריק אויף שב"ק, און פרייטאג צו נאכטס אזוי דורכגייענדיג ראדני סט. האט ער באשלאסן צו כאפן א בליק וואס דארט טוט זיך, כ'מיין צו דערציילן ווי אזוי א טיש קוקט אויס דארט אין א פשוטע פרייטאג צו נאכטס איז נישט קיין נייעס, ממילא איז א שאד די טינט עס דא אראפצולייגן, יעדער איז מכובד אליין צו גיין קוקן, נאר וואס איך וויל יא ארויסברענגן איז א צווייטע נקודה וואס דער איד האט געזאגט, דער סך הכל פון די אידן וואס זענען דארט ביים טיש זענען 98 פראצענט מענטשן וואס זענען געווען עפעס חסידים פון ברך משה און מאיזה סיבה שהוא געסוויטשט, אט די זענען דארט ביים טיש, די אלע אהבה מסותרת חסידים איז נישטא קיין זכר! ס'איז מסותרת אונטער די דאכענע מנעילת החג הזה עד נעילת החג הבא עלינו לטובה
נו איז א וואונדער אז דער כעס ברענט דארט ממש ביז ילדות?