מאנכע האבן זיך געוואונדערט וואס איז דאס שטיל שווייגעניש וואס הערשט אין דעם אהרונישן פארום. מיר וועלן זיי נישט חושד זיין אז דאס איז א דירעקטע תוצאה פון ר' אהרן'ס פארבאט צו קריכן אויף די אינטערנעט, והא ראי' ער האט גע'אסר'ט בילדער אין סיגוט אויך און יעדער האט געזען פונקטליך ווי שטארק זיי האלטן דעם איסור.
פון א ידיעה וואס איך האב באקומען אין אישית ווערט מען געוואויר אז די העפטיגע שרייבער ווי יראים/רעב יאנקל, וואלןסח און נאך, זענען אלע מיטגעווען אויף די גרויסע נסיעה פון דזשיגאן קיין סיגוט. א(יין) טייל שרייבער איז אפילו ארומגעפארן מיט א פערד און וואגן אין סיגוט צו ווייזן בעלות...
דעריבער איז צום ערווארטן מארגן א פרייליכע טאג מיט די טעגליכע קללות פון די שרייבער וואס האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון זייער געהויבענעם סוקסעספולער באזוך אין סיגוט, אזש זיי האבן פארגעסן אז ר' זלמן לייב עקזעסטירט נאך בכלל.
יהא בואם לברכה ולהרמת קרן הדזשיגאן.
נשלח ב-8/2/2011 22:30
עס זעהט עס אז זיי שרייבן יעצט נאך די אלע פערל ווערטער וואס דזשיגאן האט געזאגט אויף די פליגער...
נשלח ב-8/2/2011 22:15
אנבעליוועבל! אויפגעלעבט איז נישט דאס ווארט
נשלח ב-8/2/2011 21:51
נביא אתה או בן נביא??
מאיר_הערש כתב:
דעריבער איז צום ערווארטן מארגן א פרייליכע טאג מיט די טעגליכע קללות פון די שרייבער וואס האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון זייער געהויבענעם סוקסעספולער באזוך אין סיגוט, אזש זיי האבן פארגעסן אז ר' זלמן לייב עקזעסטירט נאך בכלל.
יהא בואם לברכה ולהרמת קרן הדזשיגאן.
נשלח ב-7/2/2011 05:28
זיי זענען שרעקליך ביזי צו שיקן זייערע געבלאזענע סחורה צום בחדרי חדרים און אנדערע וועב סייטס, און נאכדעם אויך עס איבערצופילן מיט זייערע הערות...זארג דיך נישט די מעעעעכטיגע ארטיקלן אין אידיש וועלן נאכפאלגן באגלייט מיט לינקס טאקע פונעם בחדרי חדרים, ווארט מיט שפאנונג און האלט איך די געדערים, ס'גייט זיין פון וואס צו לאכן!
נשלח ב-7/2/2011 05:24
די אינטערסאנטסטע איז נאך אז זיי פארשטייען נישט פארוואס נאר די זאלי'ס רעדן פון זשיגאן'ס טריפ.