זאלונים ברענגען יאסל 90.. און געווינען דין תורה !
די דין תורה גייט שוין אן עטליכע טאג דא אין ניו יארק.
דא ביי אונז אויפן פורום ווי יעדער זעט האט מען קיין ווארט נישט געשריבן, פשוט, ווייל די דין תורה איז א פראצעדור פון חדשים און עס האט קיין זינען נישט צו שרייבן וואס דער און יענער האט גע'טענה'ט, דער עיקר איז דער סוף פסוק, וואס דאס וועט מען אי"ה הערן ווען דער פסק וועט ארויסקומען.
למעשה ווי רוב מענטשן ווייסן נישט, האט זשיגאן געברענגט דעם היידפארק שרייבער יאסל 90 פון איזראעל מיט נאך אפאר שמוציגע יונגלעך. און זיי פירן זיך דארט אויף ווי פוסטע לונאטיקער און די דיינים וואונדערן זיך פון די "חכמה" פונעם לאקאלן נועם המידות און זיין קאמפאני, אז די מטורפים און אידיאטן פארטרעטן אים.
אזוי ווי יאסעל 90 מאכט א שוואכן זשאב ביי די דין תורה, נעמט מען זיך צום גרינגערן מיטל, פון ארומשיקן טוויטער'ס און היידפארק-סטייל מעסעדזשעס, וואס דארט קען מען "זייער גרינג" געווינען... מ'דארף אפילו נישט צאלן פאר א טוען, מ'דריקט "SEND" און מ'האט שוין געווינען !
הקיצור, די געבעקסן פליען יעדן טאג פרישע. די לעצטע געבעקס איז אז היינט טענה'ט מען זיך אז דער רבי "מוז" אונטערשרייבן שטרי בירורין... און דער רבי וויל נישט! דער רבי איז בשום אופן נישט מסכים...!
יעדער ווייסט אז רבינו שליט"א האט אונטערגעשריבן דער ערשטער נאך פאר דעם שטריק, אבער פאר טוויטער און אז דאס שטילט זשיגאנ'ס אפעטיט, אז אזוי געווינט ער, לוינט עס.
דער חידוש איז נאר, צי וואס האט מען געדארפט ברענגען יאסל 90 פאר דעם, דאס האט ער דאך רואיג געקענט טאן פון דארט?
און אויב יאשקע90 איז אזוי גוט, צי וואס דארף מען נאך עסטרייכער אויך?
 |
|
|