בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב מקודשת: נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2011 03:35 לינק ישיר 
מזל טוב מקודשת: נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל

מזל טוב מקודשת:


נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל


ר' גרשון מאנדעל נ"י - ר' אשר ישעי הערמאן נ"י - מחותנים


הגה"צ אב"ד שארמאש שליט"א - מסדר קדושין


להבדיל הגה"ק עם הארץ מ'דזשיגאן - געווינער








תוקן על ידי SatmarNews ב- 09/02/2011 03:38:45



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/02/2011 22:19:08




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 03:50 לינק ישיר 

משהלע כתב:
אין דריבער האט דער רבי אויפגענומען די היינטיגע רעבעצין בכבוד גדול ווען זיי זענען געקומען וואוינען קיין אמעריקע, און דער רבי האט זיי איינגעלאדענט אויף א נאכטמאל, גיב נאר א פרעג ר' עזריאל גליק, איך האב דאס געהערט מפה קדשו.

כ'דארף אים נישט פרעגן כ'גלייב דיך אויפן ווארט, אבער ערקלערזשע וואס האט איינלאדענען א נוס וואס רעדט עיברית אויף א נאכטמאל איינגעלייגט מיט איבערנעמן דאס רבנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 02:50 לינק ישיר 

עיברית קען מען הערן מפה קודשה פון רביצין סאשע און ניבול פה אויך גענוג, צו זי האט געגעסן א נאכטמאל ביי די רביצין קען זיין, אבער וואס דער רבי האט געהאלטן וועגן דעם שידוך איז לית מאן דפליג,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2011 23:06 לינק ישיר 

אין דריבער האט דער רבי אויפגענומען די היינטיגע רעבעצין בכבוד גדול ווען זיי זענען געקומען וואוינען קיין אמעריקע, און דער רבי האט זיי איינגעלאדענט אויף א נאכטמאל, גיב נאר א פרעג ר' עזריאל גליק, איך האב דאס געהערט מפה קדשו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 22:36 לינק ישיר 
גערעכט 100%

שארטקאט כתב:
און אודאי די הייליגע ווערטער פון דברי יואל, אז די מיידלעך וואס לערנען אין חינוך עצמאי מוסדות וועלן פארפירן זייערע מענער זאלן נישט האבן די ריינע אמונה איז אויך שרירים וקיימים, און יעדער זעהט בחוש די ווערטער,
און די פסקים וועגן רעדן איבריט איז אויך שרירים וקיימים,


נעמען א בריוו פינעם רבי'ן אין פארדרייען אזוי ווי אריבער 10 רבנים אין דיינים האבן שוין געזאגט אין גשריבן אז סאיז בלויזע שטותים צי גיין מדמה זיין יעצט צי יענע הייליגן בריוו אין שרייען אין ווארפן פאשקווילן אז משה אמת ותורתו אמת איז סתם מעשה חמור (איךך רעדט נישט פין דעם אז די ברך משה האט עס שוין אוויעק גענימן פין עם בחייוו).

אבער דעם איז זעכער ווי מהערט די הייליגע דיברים אסאך מאל אין יעצט לעצטענס האב איך עס געהערט אויפן טעפ ביי די דינער אין בארא פארק איך מיין תשט"ז מוצאי שבת בשלח ווי מהערט די הייליגע ווערטער אז די אלע פרויען מאכן נאר חרוב די מענער דעס איז זעכער קיימא לעלמי עד אפי' ווען די מאן פין אזא איינעם איז איינער וואס האט זיך פארגליסט צי זיצען אויף דעם הייליגן בענקעל וואס ריפט זיך "סאטמאר רבי" סאיז נישט קיין חילוק סאיז ביי אינז אזוי 100% אין דער אייבישטער זאל העלפן אז אינזערע דורות ווייטער זאל אויך בלייבן ריין פין די קליפה .

תוקן על ידי ווער_איז ב- 10/02/2011 22:38:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 21:55 לינק ישיר 

יראת שמים, ווייסט נישט דו און נישט איך, דאס איז בין אדם למקום, (אויסער אויב משה גבאי האט זיך געטוישט דעם נאמען פאר "שמים" דאן בין איך מודה צו דיר, דער ברך משה האט פאר דעם (משה גבאי) "שמים" געהאט יראת מוות, און דיין רבי האט אויך דעם זעלבן יראת "שמים", ער האט פאר עם דאס קדחת),

דו האסט קיין אנונג נישט וואס דער ברך משה איז געווען, און וויפיל מאל ער האט געזאגט "איך" וועל אייך זאגן, ווייל רוב מאל ווען ער האט געזאגט "איך" וועל אייך זאגן, איז דאס געווען בשבחו של אהרן, (ווען ער האט נאך יא געוויסט בין ימינו לשמאלו), און יא, מיר רעדן פון דעם ר' אהרן וואס דו רופסט אן שחצן ובעל גאוה, און אלע גדולי ישראל רופן אן "סאטמארער רבי",

אגב, דער בעל ברך משה זי''ע, האט געהאט נאך אפאר קוואליפיקאציעס, וואס דיין רבי קומט נישט צו צום שפיץ פינגער דערפון, און רבינו הקדוש רבי אהרן שליט''א איז יא אין דעם זעלבן קאטאגאריע, אזוי זאגן הרב וואזנער שליט''א, רבי משה שטערנבוך, רבי חיים לייב כ''ץ, רבי אליקים שלעזינגער, רבי מלכיאל קאטלער שליט''א, ושאר גדולי ישראל,  וויאזוי האט רבי לייבוש לייזער שליט''א געזאגט פאר יודא לייב פערלמוטער? קודם וועלן מיר באזוכן ביים סאטמארער רבי, און דערנאך וועלן מיר גיין צו ר' זלמן לייב, און פרעג נאר די סקולענער גבאים וועם דער סקולענער רבי שליט''א מיינט ווען ער זאגט "סאטמארער רבי" ער דארף נישט מסביר זיין וועמען ער מיינט, און קיינער פרעגט נישט "וועלעכער" עס דערקענט זיך אז ר' אביגדור יאקאבאוויטש איז שוין נפטר געווארן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 20:47 לינק ישיר 

און נאך א חילוק, אז דער הייליגער ברך משה זי"ע, האט געהאט "יראת שמים" עד יומו האחרון,
ער איז קיין פארשטינקענער שחצן און בעל גאווה קיינמאל נישט געווען עד יומו האחרון,
קיינמאל נישט גערעדט פון "איך מיך און זיך"...
געהאט א געוואלדיגע אהבה און התקשרות צו רביה"ק זי"ע, צו רבינס קהלה ומוסדות ושיטתו הקדושה
קיינמאל נישט געזוכט יענעם איינצורעדן און צו בלאפן מען זאל זיך אין אים פארגלייבן, נאר פונקט פארקערט.

און די אלע זאכן איז רבינו שליט"א ממלא מקומו, וממשיך דרכו.

און להיפך פון דעם איז דער רא"ט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 20:06 לינק ישיר 

גיט געזאגט!!!, אוי איז ער נעבעך געווען א רחמנות!!!, דער חילוק איז נאר דו מיט דיינע חברים האט דאס געקאסט א שמייכל, און מיר און מיינע חברים האט דאס געקאסט טרערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 19:12 לינק ישיר 

משהלע כתב:
ער איז ממשיך דעם דרך פון ברך משה בסוף ימיו, ער לערנט וויפיל ער האט געלערנט אין די ניינציגער, ער ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו פונקט ווי זיין טאטע ביי די תשעים, ער זאגט אזוי פיל תורה ווי דער ברך משה האט געזאגט אין די לעצטע יארן, אין זיינע חסידים האבן פאר עם פונקט אזויפיל דרך ארץ ווי מען האט געהאט פארן ברך משה בסוף ימיו

קאסט א שמייכל... דער ברך משה איז באמת א רחמנות אויב דאס שרייבן אויף אים זיינע 'אמת'ע חסידים ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 06:14 לינק ישיר 

דער געט נישט אויף....
יוש גייסטו דיך נישט מוחל זיין



ווי פארסטו מיט די געלע_באס, צו די נוירסערי אדער צו די קינדערגארטן,
  פשט ????

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 05:44 לינק ישיר 

געלע_באס כתב:
משה משה,

5% שכל דארף מען האבען צו זעהן אז דעי מערכה איז פארלוירן
5% שכל דארף מען האבען נישט צו רעדן מער פון א דארעכגעפאלענע מערכה
5% מענטשען פון אזא גרויסע חסידות מינימום וואלטען ווען געדארפט האבען די מינימום 5% שכל

אין פאקט האט זיך נאך קיינער ביי  ענק נישט אויפגעשטעלט אין געזאגט סטאפ!
די מיט אלע ענקערע פערדען וועלן קאאכען אויף דאס וואס עטס שיסט ענק אליין

_________________



ווי פארסטו מיט די געלע_באס, צו די נוירסערי אדער צו די קינדערגארטן, ווי מערכה ווען מערכה, ס'איז נישטא א מערכה, ס'איז דא א פסק פון הייליגן דברי יואל און דאס איז אונז מחייב, פונקט ווי פאר די בחירות הטמאות שיקן מיר ארויס א הסברה אפאראט נאר כדי מקיים צו זיין דעם פסק און דעם רצון פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי''ע, פונקט אזוי זענען מיר מפרסם די נעמען פון די חוטאים, כדי לקיים פסקו של רבינו זי''ע, מיר האבן נישט קיין מערכה,

למעשה:
60% בני יואל מאכן דארט נישט חתונה,
90% זאליס מאכן דארט נישט חתונה,
100% אהרונים מאכן דארט נישט חתונה,
 100% ערליכע רבנים ווילן דארט נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא  דאתרא,
דאס הייסט פארלוירן, אפשר פאר מענטשן מיט 5% שכל  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:55 לינק ישיר 

ביידען כתב:
נו משהלע מאך דעם חשבון לשיטתך  אז בני יואל באשטייט נישט מער ווי עטליכע ווערעמיגע קומט אויס אז יעדע בני יואל מאכט דארט חתונה נישט אזוי???

ניין! נישט אזוי!!!!, נישט יעדער ווערעמיגער מאכט דארט חתונה, נאר ווער עס מאכט דארט חתונה איז ווערעמיג!!!
פלענטי ווערעמיגע שוינען די קינדער, און ווילן זיי נישט אריין לייגן אין א פגום דילעמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:51 לינק ישיר 

משה משה,

5% שכל דארף מען האבען צו זעהן אז דעי מערכה איז פארלוירן
5% שכל דארף מען האבען נישט צו רעדן מער פון א דארעכגעפאלענע מערכה
5% מענטשען פון אזא גרויסע חסידות מינימום וואלטען ווען געדארפט האבען די מינימום 5% שכל

אין פאקט האט זיך נאך קיינער ביי  ענק נישט אויפגעשטעלט אין געזאגט סטאפ!
די מיט אלע ענקערע פערדען וועלן קאאכען אויף דאס וואס עטס שיסט ענק אליין

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 04:50 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
דער מכתב "לבני אהרן" איז נישט קיין צוואה, ס'איז דעם טאטנס שטראף רייד, אז דער רא"ט זאל זיך אפלאזן פון זיינע זינדיגע מעשים און תשובה טאן, ארויסגיין פון די טריפה'נע ערכאות און נישט מועל זיין בשליחות.

די צוואה אז רבינו שליט"א זאל ממלא מקומו זיין איז עקסטער מקוים געווארן.

גדולים מעשי צדיקים!


און דער ביד"צ האט עקסטער באשטעטיגט אז ס'איז נקי מחשש "תולעים". (ס'איז נישט ווערעמדיג)...

האסט א שטיקל טעות, דער ממלא מקום איז קלאר רבינו הק' שליט''א, אבער איך דארף מודה זיין אז  דיין רבי איז דער ממשיך דרכו, ער איז ממשיך דעם דרך פון ברך משה בסוף ימיו, ער לערנט וויפיל ער האט געלערנט אין די ניינציגער, ער ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו פונקט ווי זיין טאטע ביי די תשעים, ער זאגט אזוי פיל תורה ווי דער ברך משה האט געזאגט אין די לעצטע יארן, אין זיינע חסידים האבן פאר עם פונקט אזויפיל דרך ארץ ווי מען האט געהאט פארן ברך משה בסוף ימיו ווען ער איז געבליבן נאר מיט די שונאים, הקיצור א ריכטיגער ממשיך דרכו, אבער זיכער נישט ממלא מקומו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 03:15 לינק ישיר 

נו משהלע מאך דעם חשבון לשיטתך  אז בני יואל באשטייט נישט מער ווי עטליכע ווערעמיגע קומט אויס אז יעדע בני יואל מאכט דארט חתונה נישט אזוי???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 02:20 לינק ישיר 

דער מכתב "לבני אהרן" איז נישט קיין צוואה, ס'איז דעם טאטנס שטראף רייד, אז דער רא"ט זאל זיך אפלאזן פון זיינע זינדיגע מעשים און תשובה טאן, ארויסגיין פון די טריפה'נע ערכאות און נישט מועל זיין בשליחות.

די צוואה אז רבינו שליט"א זאל ממלא מקומו זיין איז עקסטער מקוים געווארן.

גדולים מעשי צדיקים!


און דער ביד"צ האט עקסטער באשטעטיגט אז ס'איז נקי מחשש "תולעים". (ס'איז נישט ווערעמדיג)...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב מקודשת: נאך א חתונה אין בני יואל זאל אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext