בית פורומים אידישע געדאנק

שוידער: בית נאוה קודש פון רביה"ק איז אין געפאר פון פארניכטונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2011 03:53 לינק ישיר 
שוידער: בית נאוה קודש פון רביה"ק איז אין געפאר פון פארניכטונג

ווי באקאנט האט הנגיד ר' פייש מאשקאוויטש ע"ה צוגעשטעלט דעם היסטארישן הויז אויף 500 בעדפארד עוו פארן רבי'ן זי"ע, ווי דער רבי האט געוואוינט דערין פון אלול תש"ז ביז תשרי תשל"ב. אויך נאכדעם וואס דער רבי האט ארויסגעמופט פון דארט איז די הויז געבליבן אלס א הייליג און היסטאריש ארט פאר כלל ישראל און בפרט ביי סאטמאר חסידים אומעטום נאכען איינזאפען אין זיך די קדושה און עבודת ה' במסירות נפש לאנגע יארן. אויך נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן פלעגן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן באזוכען אין דעם "ביתו נאוה קודש" און זאגן א פאר קאפיטעלעך תהלים אינעם רבי'ןס ספרים שטוב.

אין די לעצטערע יארן, בשנת תשנ"ט-תש"ס בערך, ווען חלקים פון דעם הויז זענען שוין צופאלן, האט קהל יטב לב ערענסט גערעדט פון רענאווירן און פרעזעווירן דעם הויז עס זאל זיך קענען האלטן פעסט פאר נאך לאנגע יארן (אזוי ווי די היסטארישע צעהלימער ביהמ"ד אדער די הויז פון הרה"ק מסקווירא זי"ע אויף בעדפארד), עס איז אפילו געווען דעמאלסט א קלער אז  רבינו שליט"א (מהרז"ל) וואס איז נאך דעמאלטס געווען רב וועט אהין גיין וואוינען, אזוי אז די הייליגע הויז זאל בלייבן מיט איר מאיעסטישקייט און אלס צוצואינגסט ארט פאר יעדן חסיד.

 זענען דעמאלסט געגאנגען עטליכע נארישע ארונים, ובראשם חיים ווערצבערגער, וועלעכע זענען געווען קליין קעפיג נישט קוקענדיג אויפן עתיד פון דעם הויז, און האבן עפעס אנגעווערטשאפט ביי די שטאט אזוי אז די הויז האט באקומען א לענד-מארק סטאטוס, אז מזאל גארנישט קענען בויען דארטן... א דאנק זייער נארישקייט איז צו פארדאנקן די שרעקליך נאכגעלאזטן צושטאנד היינט צוטאגסט, אזש עס קוקט שוין אויס ענדערש ווי א חורבה, אין די פייער דעפארטמענט האבן שוין פארבאטן אריינטריט אינעם בנין צוליב געפאר פון צוזאמפאל היה לא תהיה.

דא האט איר עטליכע בילדער, ווי מקען זעהן קלאר די אייזענעס ביי די קארנער וואס מהאט ארויפגעלייגט עטליכע וואכן צוריק כדי צו צוזאמהאלטן די ווענט... אין אויך פונעם הויפט אריינגאנג ווי עס איז ליידער הארמאטיש פארשלאסן מיטן שלאס און ריגל, ואת נוהו השמו


_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2011 07:09 לינק ישיר 
דזשיגאנס ווארטזאגער האלט יא ווי קעציל אז די ארונים האבן עס געמאכט פאר א לענדמארק אפאר יאר צוריק

סענעטאר כתב:
קעציל, סתם געמאלן וואסער אין די וועלט אריין. דער לענדמארק אויף דעם בנין האט נאך קהל ארויסגענומען מיט יארן צוריק ווען די שטאט האט קאנפיסקירט אלע שטחים אויף בעדפארד עוו. צו בויען די בי.קיו.אי. מיט די פראדזשעקטס. כהיום יום האט די שטאט ארויסגעגעבן דעם בנין פאר הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וואו ער האלט אויף א טייל פון די יו. דזשעי. או. אפיסעס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 23:44 לינק ישיר 

נישט אזוי ווייט אנגעגעסן ווי בדרך הטבע, און ווי די פארגאנגענהייט האט שוין באשטעטיגט, איז א אהרוני און צוגאב צו זיין פלאכקייט א שקרן אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 21:43 לינק ישיר 

קעציל כתב:
סענעטאר איך הייב הענט, ווען עס וואלט געווען נאר א ארוני מיט א פארקערטע מיינונג וואלט איך זיך געהאלטן ביי מיינס, איך האב אלץ געוויסט דעם גירסא, אדרבה ווער עס ווייס זאל זיך לאזן הערן

_________________



דאס מיינט א טיפיקל זאלי.סתם אן אנגעגעסענער פארשוין. וואס אן ארוני זאגט איז גראד ליגענט. און וואס א זאלי זאגט איז גראד אמת. קבל את האמת ממי שאמרו.

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 17:25 לינק ישיר 

.


תוקן על ידי apnews ב- 11/02/2011 18:12:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 06:26 לינק ישיר 

קען מען ערגעץ נאכקוקען אויב עס איז א לענדמארק און ווען עס איז געווארן? עס וואלט כדאי געווען איינער זאל צוברענגען א לינק וואס וועט אויסקלארן ווער עס איז גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 06:01 לינק ישיר 

קעציל, קענסט מסביר זיין פשט אין דיינע לעצטע ווערטער?

זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל זאגט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 04:30 לינק ישיר 

סענעטאר איך הייב הענט, ווען עס וואלט געווען נאר א ארוני מיט א פארקערטע מיינונג וואלט איך זיך געהאלטן ביי מיינס, איך האב אלץ געוויסט דעם גירסא, אדרבה ווער עס ווייס זאל זיך לאזן הערן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 04:24 לינק ישיר 

קעציל, סתם געמאלן וואסער אין די וועלט אריין. דער לענדמארק אויף דעם בנין האט נאך קהל ארויסגענומען מיט יארן צוריק ווען די שטאט האט קאנפיסקירט אלע שטחים אויף בעדפארד עוו. צו בויען די בי.קיו.אי. מיט די פראדזשעקטס. כהיום יום האט די שטאט ארויסגעגעבן דעם בנין פאר הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וואו ער האלט אויף א טייל פון די יו. דזשעי. או. אפיסעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 04:08 לינק ישיר 

עפעס גייט ענק נישט גוט אז ענק פראבירן צו מאכן א ווינט פון א בנין וועלכע ענק האבן נישט אנגעקוקט די לעצטע 12 יאר זייט ענק זענען אריין אין די קהילה. ווען אונז זענען דארט געווען, האט מען אייביג קעיר גענומען פון די בנין. די לעצטע 12 יאר קוקן ענק דאס נישט אן, און פארדעם זעהט עס אזוי אויס. באשילדיג דיר אליין

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 03:54 לינק ישיר 







תוקן על ידי קעציל ב- 11/02/2011 04:27:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוידער: בית נאוה קודש פון רביה"ק איז אין געפאר פון פארניכטונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext