ס'איז באקאנט אז דער לץ דאמב פון לאנדאן האט אמאל געזאגט פאר'ן הולך לבג"ץ עזריאל גליק מהערינג פלאזא, כ'בין מסכים צו הערן מעשיות פון רבי'ן ז"ל א גאנצן טאג, אבער בתנאי זאת, איך זעץ דיך אריין אין א שטובל, ווי לאנג דו ווילסט, אלע מעשיות וואס דו ווייסט זאלסטו מיר יעצט דערציילן, נישט דריי וואכן ארום זאל איך הערן א פרישע מעשה......
הוא הדין לענינינו, נניח אז די אריזאנא ווייץ האט סאדיום, חמץ, סווימינג פול, פעפער, רייז, ירקות, קענסער, א.א.וו.
ס'איז באמת מלא פראבלעמען, חששות, דאורייתא'ס, יהרג ואל יעבור, הונדערט מאל ביקן צום צלם, א.א.וו.
אבער הייליגער דאראג'ער, געב מיר יעצט איינמאל פאר אלעמאל ארויס "אלע" איסורים, לאמיר זיך איינמאל אויסשמועסן אויף אלעם, נישט יעצט וועסטו זאגן לעכעריגע רעדער פון די טרעילער (יצחק שטיין תשס"ז), מארגן וועסטו זאגן זאלציגע ערד (שארמאשער צדיק תשס"ח), און איבערמארגן וועסטו שרייען ס'איז נאס פון טל, חדש אסור מן התורה, נישטא קיין מסורה, מ'לייגט אריין קעמיקעלס, די ערד איז זאלציג, ס'איז דא מער גלאטין ווי מעל, ס'איז א מדבר, ס'איז א סווימינג פול, די ערד איז ווי קלעי, די ווייץ איז געבויגן, ס'רעגט קיינמאל נישטח, ס'האט גערעגנט ביים שניידן, ס'איז דא מער מצומחות פון די היגע ווייץ, ס'האט נישט קיין השגחה, ס'איז דא גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט, ס'האט א דין פון עציץ שאינו נקוב, די רבנים האבן נישט קיין שום שימוש, די ווייץ איז פיל מיט ליחות, ס'רעגענט אריין אין די טרעילאר ביים ברענגען, אויב ס'רעגנט נישט פון אויבן קומט אריין וואסער פון אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויף די נאסע ערד, מ'האט גענומען טרעילערס אן א דאך, מ'האט אונטערגעקויפט דעם גוי ער זאל עפענען דעם טרעילאר און ס'איז נישט קיין שמירה, די ווייץ איז פארשימלט געווארן, מ'וועט מוזן נוצן אייזערנע טישן צו וועלגערן, די מוץ איז אינגאנצען אפען פארן שניידן, ס'איז חשש מינות, די ווייץ ליגט אינגאנצן אויף דער ערד, היי-יאר איז געווען א רעגן שטורעם אפאר וואכן פארן שניידן, די טייג קלעבט זיך שטארק אן אויף די הענט און ס'קומט זייער שווער אראפ, מ'שפריט אין די מצות א טעם פון קעמיקעל'ס, די קנים זענען נישט אזוי שטארק ווי אין אנדערע פלעצער, די ווייץ ווערט מבוקע ומצומח נאכן שניידן סתם פין ליגן, (גענוג?...).
געב יעצט ארויס אלעס, און ניתי ספר וניחזי, לאמיר זען וואס זענען דיינע פראבלעמען
דאס איז א טיילווייזע ליסטע פאר וואס דער דארגער מיט די לישכע,מיט דער סבא קדושה מישמאש, ''זאגן'' אז זיי זענען ברויגעז אויף די ווייץ! ( קרעדיט יודילע)
א) מען האט געשניטן צו שפעט. (אשל ברמה, איי ס'רעגט נישט דארט, אין ס'איז נישט דא דארט קיין טל)
ב) מ'דארף האבן שמירה אויב א גוי גיסט נישט קיין וואסער, אדער א בהמה וכו'. (אשל ברמה. אין פאקט אבער איז געווען)
ג) ס'איז יא דא דארט טל. (אשל ברמה)
היי יאר האט מען געשינטן אזוי ווי אייביג, האט ער פרישע איסורים, זייט נישט באזארגט ער האט גענוג.
ד) חדש אסור מן התורה. (דער דיין ועוד. איך ווייס נאך נישט פארוואס ס'הייסט חדש)
ה) ס'איז נישט דא קיין מסורה דארט צי שניידן. (דער דיין ועוד. ווייל אין לאנג איילענד אין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, האבן נאך די ראשונים אין אחרונים אין די תלמידי בעש"ט הק' געשניטן ווייץ)
ו) אין אריזאנא איז די וואסער זאלציג. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. איי אין זיין שו"ת ספר מנחת דוד ח"א האט ער א פאר תשובות אז נאטירליכע ווייץ וואס איז אין די וואסער איז נישט קיין פראבלעם, אבער הא לן והא להו)
ז) אין אריזאנא לייג מען אריין קעמיקעלס אין די וואסער. (אשל ברמה. אין גאנץ אמעריקא לייגט מען נישט אריין?)
ח) די ערד אין אריזאנא איז זאלציג. (ר' יואליש אין זיין בריוו. ער האט געקאסט די ערד, נאה לו.) אויכט די ערד אין אריזאנא איז ווייס פין זאלץ (אשל ברמה דף מ"ו, מען זעהט עס בחוש ווער עס זעהט עס נישט איז בלינד דער מחבר פון מתי שוא איז אליין דארט געווען)
ט) ס'איז דא אין די ווייץ מער גלאטין פון אנדערע ווייץ. (דוד רז"ב אין זיין בריוו צי הרה"ג בנציון שטראסער שליט"א. זייט ווען האט גלאטין מיט חמץ, האט די רמ"א אדער די בעש"ט הק' אדער גאר די חת"ס אויך טעסט וויפיל גלאטין ס'איז דא אין זייער ווייץ)
י) אריזאנא איז א מדבר אין מ'איז נישט יוצא מיט קיין ווייץ וואס וואקסט אין א מדבר. (אשל ברמה. איי וואס האבן די אידן אין מדבר גענוצט, ווי ס'שטייט אין די מדרשים, אז ס'האט געוואקסן דארט דורך די בארה של מרים) אין אז די פרעגסט וועגן די לולבים פין אריזאנא וואס ער פלעגט פארקויפן, זאגט ער אין זיין נייעם קונטרס דף קכ"ב אז די לולבים האבן נאר געהייסן אריזאנא לולבים אין ס'איז באמת געקומען פין קאליפאניא. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מ'האט געמוזט זאגן ס'איז אריזאנא מ'האט נישט געזאגט ס'איז פין קאליפאניא, אפשר איז די ווייץ אויך פין קאליפאניא, בקיצור ער זאגט אויף זיך אליין אז ער איז א שקרן.
יא) מ'פילט אן די פעלד מיט וואסער ווי א סווימינג פול. (אשל ברמה. ער זאגט אז דאס איז א נייע זאך וואס עס איז קיינמאל נישט געווען, איי די גמ' אין ב"ב נג. רעדט שוין פון דעם וועג פון אנפלאנצאן, אין רש"י ז"ל זאגט אז אין מצרים האט אזוי געוואקסן, אין פין ווי האט די רמב"ם אין אלע אנדערע ראשונים וואס זענען דארט געווען גענומען ווייץ, דער בעל מתי שוא געדענקט אנדערש אז מ'האט נישט אזוי איינגעפלאנץ דארט)
יב) מען לייגט אריין קעמיקאלס אין די ווייץ. (אשל ברמה. ווייל די ווייץ פין ווי ער נעמט באמיסטיקט מען נאך די פעלדער מוט מיסט פין א בהמה נישט פין קעמיקאלס)
יג) די ערד אין אריזאנא איז אזוי ווי קלעי. (אשל ברמה דף קל"ג. א שאד איך וואוין נישט דארט מיינע קינדער וואלן געהאט וויפיל קלעי זיי ווילן ווען)
יד) אין אריזאנא זענען די ווייץ אראפ געבויגען ווייל דארט איז דא מורא'דיגע ווינטן אין עס טינקט זיך איין אין די וואסער. (אשל ברמה. אזוי זאגט דער בעל מתי שוא)
טו) אין אריזאנא פלאנץ מען איין ביי א "האלבע אינטש" אין די גאנצע וועלט ביי 4-5 אינטשעס. (אשל ברמה. פונקט דארט איז אנדערשט ווי אין די גאנצע וועלט)
טז) ס'רעגט דארט קיינמאל גאר נישט. (מנשה פילאף בדער איד פ' טהרה, די איסור פונעם פורים בי"ד)
יז) ס'האט גערעגנט אין אריזאנא ביים שניידן. (אין דער איד ס"ז בכיסו בכוסו ובכעסו, פארקאש אין זיין בריוו זאגט אז ס'האט גערעגנעט א טאג נאכען שניידן. פאר מען איז אויפגעקומען אז עס רעגענט בכלל נישט דארט אין דאס איז די איסור, האט מען געזאגט אז עס רעגענט יא אפילו בשעתן שניידן אין מען זאגט קיינעם נישט אויס)
יח) ס'איז דא דארט מער מצמוחות ומבקעות פין די היגע ווייץ. (אשל ברמה, מנשה פילאפף בדער איד)
יט) אפילו מען זעהט נישט די מצמוחות ומבקעות איז נאך אלס דא, נאר מען זעהט עס נישט. (נאר די מומחים ווי פארקאש אין יצחק שטיין אין דער מוכר ספרים קענען עס זעהן. אשל ברמה דף צ"ט)
כ) עס האט נישט קיין השגחה. (שלמה גראס, פארקאש. עס איז נישט דא תירץ אויף דעם ס'איז טאקע חמץ ממש)
כא) ס'איז דא נגיעה פין געלט. (פארקאש אין זיין בריוו. יא מען מאכט מיליאנען דארט, קראך!!!)
כב) מען וועט האבן א נגיעה צי די ווייץ אפילו עס וועט זיין א שאלה וועט מען ווייטער נעמען פין דארט די ווייץ. (אשל ברמה. פארקאש אין זיין בריוו. טאקע די אלע רבנים וואס שניידן אין נעמען פין דארט די ווייץ זענען קלים וריקים והא ראי' אז זיי גייען אהין שניידן ווייץ ווייל זיי זיכן דוקא די שוואכערע ווייץ)
כג) עס איז דא דארט גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט. (אשל ברמה דף ל"ד. איינמאל איז די פראבלעם אז מען שנייט צו שפעט איינמאל צו פרי)
כד) עס האט א דין עציץ שאינו נקיב. (אשל ברמה דף ל"ד. לי יהא אז עס האט א דין עציץ שאינו נקוב, וואס טוט זיך מיט די גמ' אין פסחים לו: אז ווייץ פין א עציץ שאינו נקוב כשרים למצות מצה, דער מוכר ספרים האלט אבער אנדערשט)
כה) די רבנים וואס שניידן די ווייץ אין אריזאנא האבן נישט קיין שום שימוש אין שניידן ווייץ. (אשל ברמה דף ל"ח. נאר אלי' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער אין יצחק שטיין אין פארקאש אין זושא כ"ץ אין דער בעל מתי שוא האבן שימוש אויף דעם, אבער די רבנים וואס שניידן שוין יארן פאר סאטמאר, פאפא צעלים, מאנסי, אין די אלע אנדערע רבנים וואס האבן געשניטן דארט האבן נישט קיין שימוש)
כו) אפילו ווען די פעלדער זענען געצייטיקט איז נאך דא ווייץ וואס וואס איז נאך גרין אין פיל מיט ליחות. (אשל ברמה דף נ"ז. ער האט עס אליין געזעהן, ער איז דאך דארט געווען ביים שניידן)
כז) עס איז צי א לאנגע וועג צי ברענגן די ווייץ מיט א טרעילער אין ס'רעגענט אריין אין די טרעליער. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). אדער פין נארט דאקאטע, אין איידעא, און אין קאליפאניא, איז נישט ווייט, אין זייערע טרעליערס רעגענט נישט אריין נאר אין די טרעלירס פון אריזאנא, אבער ס'איז גארנישט ווייל הא לאן והא להו)
כח) אויב עס רעגענט נישט אריין פין אויבן, קומט אריין וואסער פין אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויף די נאסע ערד. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח), אזא אויפטו פאסט דאך ווען פארן ראגאטשאווער)
כט) מ'האט גענומן טרעילערס אן א דאך. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן. דאס האט מען נאך געוויסט בנביאה ווען די ווייץ איז נאך געליגן אוועק גלייגט אין אריזאנא)
ל) מ'האט אונטער געקויפט די גוי אז ער זאל עפענען די טרעליער אין ס'איז שוין נישט קיין שמירה. (איי ס'איז מיט געפארן צוויי אידן מיט זיי, אפשר זענען זיי אויך גוים)
לא) די ווייץ זענען פאר שימעלט געווארן (ווער געדענק נאך?) אין ס'איז פיל מיט די צוויבעל. (עיין במכתבו של ר' אלי' סימאן)
לב) מען וועט אנהייבן ניצן אייזענע טישן מיט אייזענעס צי וועלגערן. (יצחק שטיין (אין די צייטשריפט פאריאר פסח). דאס איז געזאגט געווארן בנביאה)
לג) והאחרון הכביד ווייל דער מחבר ובעל מתי שוא טיילט שבת אין פסח פעקלעך. (ר' יעקב זיידא במכתבו)
לד) ועל כלום דאס איז די עיקר איסור אין דאס מאכט עס חמץ גמור ממש, אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז איינע פין די רבנים וואס נעמען די ווייץ אין געט זיך אפ מיט די ווייץ אין האלט אז דאס איז די מהודרסטיגע ווייץ וואס עס איז נאר דא.
היי יאר תשס"ט אין זיין נייע ביכל אשל ברמה איז צו געקומען נייע שקרים אין איסורים
לה) מען ווייקט די ווייץ אין וואסער מיט קעמיקעלס. (אשל ברמה הקדמה)
לו) די ווייץ ווערט געווייקט אין וואסער ווען עס נאך קליין אין ס'איז כבוש כמבושל. (מכתב פון שוויממער יונה עסטרייכער'ס איידעם אזא גאונישען חידוש פאסט טאקע פאר אים)
לז) דארט איז דא ווייץ וואס עס איז שוין געצייטיקט 2 וואכן פאר די גאנצע פעלד ווערט געצייטיקט. (אשל ברמה דף פד צח)
לח) ווען מ'האט געשניטען די ווייץ איז דא דארט זייער אסאך וואס איז נאך זייער גרין אין נאכנישט געצייטיקט אין עס קומט נאך ארויס מי חלב. (אשל ברמה דף קד קיב, נישט פארגעסען אז פריער זאגט ער אז ס'איז דא ווייץ וואס איז שוין 2 וואכן פארן שניידן, לויט אים איז דא 3 מינע ווייץ אופן פעלד אין די זעלבע צייט.)
לט) מען מוז עס שניידן ווען עס איז נתייבש אינגאנצען אז נישט ווערט עס פארשימעלט. (אשל ברמה דף צט קג, נישט פארגעסען נאכאמאל אז עס איז דא נאך ווייץ וואס איז נאך גרין אין ס'האט נאך מי חלב, נישט קיין פראבלעם הא לן והא להו.)
מ) ביי די ווייץ איז שוין די מוץ אפען אינגאנצען פארן שניידן. (אשל ברמה דף פו)
מא) עס איז חשש מינות ווער עס נעמט די ווייץ. (מכתב מרב פאללאק פארן צריקציען.)
מב) עס איז דא ווייץ וואס ליגט אינגאצען אויף דער ערד. (אשל ברמה הקדמה, פאר יאר האט זיך די ווייץ נאר אראפ געבויגן, היי יאר ליגט עס שוין אויף די ערד.)
מג) היי יאר איז געווען א מורא'דיגע רעגן שטורם דארט אפאר וואכן פארן שניידן. (אשל ברמה דף פג, מען טאר נישט פארגעסן אז די עיקר איסור איז דאך אז מען נעמט פין א פלאץ ווי עס רעגענט קיינמאל נישט, אבער וואס קען מען טוהן אז מעשה שטן יעדעס יאר רעגן דארט אין צי צייט ווען מען שניידט.)
מד) עס איז געווען דארט שטארקע ווינטען אין א זאמט שטורם. (אשל ברמה דף פג,)
מה) דארט אין ימא אריזאנא רעגט אפאר סקונדעס אין טאג זייער דינע טראפן רעגן וואס מען פילט נישט. (עס איז נישט קיין הלצה אזוי טוט דער בעל מתי שוא אויף, אז עס איז דא עפעס א ספעשל רעגן דיזיינט נאר פאר ימא אריזאנא, האשל ברמה דף פד)
מו) די ווייץ דארט איז וודאי חמץ, אפי' מען קען נישט זעהן אז עס איז מבוקע אדער מצומח איז עס נאר מען זעהט עס נישט. (אשל ברמה דף צא)
מז) די ווייץ איז שווערער צי קנעטן אין וועלגערן עס נעמט לענגער. (אשל ברמה דף צב. אינטרעסאנט צי באמערקן אז די פאקט ווייזט פונקט פארקערט אז אין די מצה בעקערי שע"י קהלתינו הק' בוומ"ס מיט די אריזאנא ווייץ באקט מען אין איין 18 מניט ביי 1 אויבן בערך 10 ביז 11 מיירעס, אין אין בראדוועי ווערט געבאקען פער אויבן בערך צווישען 6 אין 7 מיירעס.)
מח) די טייג קלעב זיך שטארק אן אויף די הענט אין און די וועלגער העלצלעך וכו'. אין עס קומט זייער שווער אראפ. (אשל ברמה דף צב.)
מט) מען פילט אין די אריזאנא מצות די טעם פין קעמיקעל'ס. (אשל ברמה דף קט, האט איינער געפילט א טעם קעמיקעל'ס אין די מצות איך נישט)
נ) דארט וואקסט מער דאפעלט ווייץ פער סקווער פיס ווי אנדערע פלעצער. (אשל ברמה דף קיב, אזוי טוט ער אויף, ער זאגט ער האט נאך נישט קיין טעם פארוואס ס'זאל זיין אסור וועגן דעם, אבער ער ארבעט יעצט דעראויף)
נא) די קנים זענען נישט אזוי שטארק ווי אנדערע פלעצער. (אשל ברמה דף קיב, אזוי האט ער באשלאסן, ער האט נאך נישט קיין טעם פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער ער ארבעט יעצט דעראויף)
נב) עס איז דא דארט ווייץ וואס איז העכער ווי די אנדערע. (אשל ברמה דף קיב, טאקע א מורא'דיגע פראבלעם, ער ווייסט נאך נישט קיין טעם איסור, אבער ער ארבעט שוין אויף דעם.)
נג) די רבנים וואס שניידן דארט די ווייץ ווייסען נישט וואס מבוקעות ומצומחות איז. (אשל ברמה דף קיב. נאר ער ווייסט)
נד) ביי די ווייץ איז דא א חידוש אז ס'ווערט מבוקע ומצומח נאכן שניידן סתם פין ליגן. (אשל ברמה דף קיב)
דאס איז א דוגמא פון די הייליגע לישקע, אויף איין אזא ווייצל קומען צו פליען איסורים וחרמות, חדשים לבקרים, יעדן טאג א פרישער איסור און סיבה צו אסר'ן, און ווען מ'צייגט איבער אז איינס איז שקר קומט באלד אפיר אן אנדערס, מ'כאפט אן דעם איסור בשתי ידים, אלעס לנגח ולקנתר.
די קאפ שווינדלט ווען מ'דערמאנט זיך די פילע "איסורים נוראים" וואס מ'האט שוין געהערט אין קארגע צוויי-דריי יאר, אבער אט אזוי קוקט אויס דער גאנצער איסור-היתר-ראד, אלעס דרייט זיך מיט שקר, ווען אין שפיץ פון אלע איסורים נוראים שטייט דער איינער פאקט, אז בדרך מקרה האט צו דעם צוגעשטעלט דער צדיק הדורות, כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, און ער איז אויך מהדר צו נעמען בלויז פון די גאר מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ. – און אויב אזוי, דארף מען דאס אסר'ן אפילו אלע גדולי ישראל פון היינטיגן דור, יא אלע, און נאכאמאל אלע, צעלים, פאפא, וויען, פריימאן, אגלי דבש, נייטרא ב"פ, וויען מאנסי, שערי אורה, סערדעהעל, וכו' וכו', וכו', זאגן אז דאס איז די איינציגע ווייץ וואס איז מהודר בתכלית הכשרות, שמירה משעת זריעה ואילך