בית פורומים אידישע געדאנק

10 יאר שפעטער: עם הארץ ווידער אין ספינקא זאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2011 23:42 לינק ישיר 
10 יאר שפעטער: עם הארץ ווידער אין ספינקא זאל

ווי יעדער ווייסט אין איז שוין אויסגעשמיעסט געווארן פילע מאל האט זיך פארן דזשיגאן עם הארץ פארגליסט 12 יאר צוריק אם 6 אזייגער פארטאגס איינצונעמען גאנץ קהילה קדושה סאטמאר, אבער איז בחסדי השם אפגעווארפן געווארן סיי דורך רבינו בעל בירך משה זצ"ל און סיי רובה דרובה תלמידי וחסידי סאטמאר אריינגערעכענט סאטמאר'ע דיינים אלוועלטליך.

אין א פארלוירענע שריט האבן זיך דעמאלטס צוזאמגעזעצט אונעם ספינקא בעיסמענט אויף 575 בעדפרד עוועניו בשליחות פונעם עם הארץ זייערע קארפען קעפ, אנגעהויבן ביי בערל פרידמאן געענדיגט מיט דעם געוועזענע ארעסטאנט יוסי בראך,מען האט העפטיג דיסקאסירט ווי אזוי נעמט מען איבער די מוסדות אין קהילה וואס האט זיך אזוי ארויסגעגליטשט פונעם דיקטאטורס הענט. 

 עס איז בדרך הלצה בערך ווי דער עגיפטען פרעזידענט מובאראק די חילוק איז נאר אז מובאראק מיט זיינע שטיצערס האבן גלייך אנערקענט אז די מענטשען ווילען אים נישט, אבער אונזער באליבטער דזשיגאן עם הארץ וואס ריפט וועכענטליך ארויס א שמייכל ביי פילע אויף די לעפצען וויל עס נאכנישט אנערקענען.

האבן זיי דעמאלטס באשלאסן אז מען וועט גיין אין קארט ווי "דער ריכטער מיטן שווארצע חאלאטל וועט מאכן ארדענונג" אין צוריקשטעלן דעם עם הארץ אלץ מושל בכופה, אזוי אז מיטואך וועלן די זאליס וואס האבן נישט עספייעט ארויסצונעמען די טלית ותפילין זיין געצווינגען צו בארגן פון אחים שטוהל'ס גמ"ח.

עס איז איבריג איבערצוגיין די אלע פאסירונגען וואס האט זיך אלץ אפגעשפילט זייט דעמאלטס ווי למשל פארקויפן זיצן (אין זענען געווען געצווינגען צוריקצוגעבן די געלטער), געקלעבט בלוי געלע סטיקערס מיטן אויפשריפט "זאלי 2000", ווארפן פאשקעווילן טאג טעגליך, איבערדרייען די ביהמ"ד, מבזה זיין דעם רבי זצ"ל, מבזה זיין ספרי תורה, שמיני עצרת געשלעגערייען, שיינען מיט לעיזער פוינטער אויפן מנהיג ישראל, א.א.וו. איז אלעס אנגעגאנגען אויף א סיסטאמאטישע אופן ביז זיי האבן ענדגילטיג געווינען נאך א לאנגע קייט פון צענדליגע געוווינסן, דאס איז געווען צו פארדאנקן דעם דאן הויעכגעשעצטן ריכטער ראזענוואסער השם ירום הודו - דאכט זיך מיך אז דער עם הארץ אין ראזענוואסער זענען כהיום הזה וואס האבן זוכה געווען צו אזעלכע שיינע טיטל'ן דורכן בלאט.
האלט מיר היינט שוין 10 יאר שפעטער דער עם הארץ וועם מען האט געהאט צוגעזאגט אלעס צוריקבאקומען, אזשע "זאלי וועט צוריקלויפן קיין ירושלים" וועט זיך דעם היינטיגען מוצאי שבת ווייטער טרעפן אונעם ספינקא בעיסמענט ווי מען וועט זיך פיקטשערן אונטער א סיין אלעס לטובת א ישיבה בנין פאר וועם ער צאלט רענט אונאיינעם פישמאן'ס לאט א.א.וו.

אחוץ מיט די אלעף שעמאס הבטחות פון פאול וויניק וכת דלהון איז ער ווייטער בעירום ובחוסר כל.

מיר וואונטשען טאקע נאך אסאך פילע יארן זאל ער קענען מהנה זיין כלל ישראל, ער זאל בלייבן אויף דעם וועג - א גיטן מועד -


תוקן על ידי ספרינטער ב- 11/02/2011 23:48:17




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2011 17:30 לינק ישיר 

אין די עיקר איז אז ביידע פייערן אייביג זיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2011 23:58 לינק ישיר 

ספרינטער כל מלה פנינה. עס גלויבט זיך שווער אז מ'האלט שוין ב"ה דא, אבער פאקטיש האלט מען היינט צען יאר נאך יענעם ערשטן אסיפה אין ספינקא בעיסמענט, און חוץ הבטחות פון גראב באצאלטע לויערס האט דער דזשיגאן עם הארץ גארנישט באקומען אין וויליאמסבורג חסדי השם, און ניטאמאל האט ער זיך נאר געהעריג עסטעבאליזירט אין שטאט.
 
יעצט גייען יאנקל מיט דעחדשות אנהייבן שרייען ווי דעפרעסט די זאליס זענען, און זיי שטייען אויף און גייען שלאפן מיט אהרן טייטלבוים. האב איך פאר אייך שלעכטע נייעס, ההיפך הוא הנכון, דאס וואס איר דארפט כהיום יום, צוועלעף יאר נאך וואס ר' אהרן האט געזאלט ווערן רב הצעיר אין סאטמאר און דערנאך ממלא מקום, זיך שטיין און טענה'ן, מסביר זיין און שעלטן פארוואס ר' אהרן איז עכט יא רבי און טאקע דער גרויסער רבי און ר' זלמן לייב האט נישט קיין בנין ומנין, דאס צייגט פאר אלעמען ווער די דעפרעסטע זענען און ווער עס גייט שלאפן מיט וועם אין קאפ.
 
ווי דער חדשות האט מיר אמאל געשריבן אין אישי, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אהרן טייטלבוים איז ריזיג גרויס עטס וועטס אים נישט קענען צוברעכן. ער האט צוגעענדיגט מיט מעשה אז אמאל האט ער געזען ערגעצוואו אויפגעשריבן אויף די וואנט "דער בלאט איז ר"ת אהרן טייטלבוים בין לאדין", האט ער מרוב חכמתו צוגעשריבן "און ביידע האבן גוט צוגעפיקסט זייערע שונאים". האב איך דעם חלק דעקן צוריקגעשריבן: זיי האבן אפשר גוט צוגעפיקסט זייערע שונאים, אבער אין ביידע האבן זיך זייערע שונאים פיין נוקם געווען. סיי אהרן טייטלבוים און סיי אסאמא בין לאדין לויפן שוין ארום צען יאר גלות ליידן און האבן נישט קיין נארמאלע וואוינונג, און זייער פארטיי און מאכט ווערט געפירט דורך ווידיאו טעיפס און בילדער וואס מ'געט ארויס צו די פרעסע ווי גוט און באפולמעכטיגט זיי רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 10 יאר שפעטער: עם הארץ ווידער אין ספינקא זאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext