נאך מובראק - אפשר צייט פאר בלומבערג?
איצט איז שוין מצרים אויך פארטיג פון א דיקטעטאר, נאכדעם וואס מען האט קודם ארויס געווארפן אין טוניזע.
די שאלה איז איצט וועלכע לאנד איז נעקסט ארויס צו ווארפן די דיקטעטאר.
אפשר איז איצט געקומען די צייט פאר אונז ניו יארקער ארויס צו ווארפן אונזער דיקטעטאר בלומבערג.
לאמיר זעהן די צוגלייך פון בלומבערג צו מובראק.
אונזער בלומבערג...
ער האלט דאס פאלק פאר שקלאפען, טוט מיטן עולם וואס ער וויל, האט נישט קיין רחמנות אפען פאלק, רייסט פון זיי שטיקער.
בלומבערג איז די רייכטסע מענטש אין ניו יארק, פונקט ווי מובראק איז די רייכסטע מענטש אין מצרים, ווען בלומבערג איז געווארן מעיאר איז ער ווערט געווען אינגאנצען 4 ביליאן דאלער, איצט 10 יאר שפעטער איז ער ווערט 20 ביליאן, דאס איז די געלט וואס ער גנב'עט פון אונז.
בלומבערג מאכט פאלטשע וואלן, ער האט אפגעקויפט די וואלן, ווען די געזעץ האט געזאגט אז ער טאר נישט לויפן נאכמאל, האט ער אונטער געקויפט די סיטי קאנסיל, יעדעם צוגעזאגט א פאר טאלער, און אז נישט האט ער געסטראשעט מיט בייזן, אזוי אז יעדער האט זיך געמיזט בייגן צו אים, און אים לאזן נאכמאל לויפן.
בלומבערג איז בעל הבית אויף די ניו יארק מידיע, קודם בלומבערג נוס באלאנגט צו אים, ער האט אונטער געקויפט אלע מידיע פאר זיין וואלן אז זיי זאלן הייסן שטימען פאר אים, אזוי אויך אז יעדער זאל שרייבן אז טאמסאן האט נישט קיין שאנס ווייל ער איז 18-20 פארצענט אונטער בלומבערג, אזוי אז די טאמסאן שטיצערס זאלן זיין פארלוירען אן נישט ארויס גיין שטימען, און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז טאמסאן האט פארלוירען אינגאנצען מיט 3-4 פארצענט שטימען.
בלומבערג האט א שרעקליכע מיליטער פון אגענטען וואס טיילן טיקעטס מיט רציחה צו טעראזירען דעם עולם און ארויס כאפן זייער געלט, די טויזענטער טרעפיק אגענטען, טוזיענטער סאניטעשאן טיקעט שרייבערס, לייגט יעדן טאג נייע נאו סטענדיג סיינס צו קענען געבן נאך טיקעטס, 100דערטער שלעפער טראקס שלעפן דעם עולם יעדן טאג.
בלומבערג האט זייט ער איז אריין געקומען געדאפעלט די פראפערטי שטייערן, געדאפעלט די וואסער בילס, געדאפעלט די טיקעט פרייזען, אראפ גענומען טעקס איבעטמענט, אלעס ארויס צו רייסען פונעם עולם דאס געלט.
בלומבערג האט געספענדט צענדליגער מיליאן דאלער אויף נערישע בייק לענס, און נערישע גאסן דיוויידערס, געמאכט א חורבן פון די סיטי אלעס כדי צו קענען אריין גיין אין די לעגעסי אז ער האט געמאכט בייק לענס אין די סיטי, ער האט געטאן דערמיט דאס זעלביגע ווי אלע דיקטעטארס טוען אויסגעבען מיליאן אוו דאלערס פאר בילדערס און סיינס מיט זייער בילד, דאס זעלביגע האט בלומבערג געטאן מיט די בייק לענס.
בלומבערג איז געשטאנען אין געלאכט פונעם עולם ווען מען האט זיך געטינקען אין שניי, מענטשן זענען געשטארבן, דערנאך האט מען זיך געטינקען אין גארביטש וואכן לאנג, אבער זיין גאס איז געווען הערליך זויבער.
בלומבערג האט געמאכט א חורבן מיט קריים, זייט ער איז אריין געקומען גייט קריים שרעקליך ארויף, מען הרג'ט מענטשן, די מצב איז איום ונורא, ווייל די פאליציי איז ביזי מיט טיילן טיקעטס פארן עולם, און קען נישט זיין ביזי מיט פייטן קריים.
בלומבערג האט געמאכט א חורבן פון ריעל איסטעט אין די סיטי, ער האט געמאכט די ניו יארק סיטי בילדונג דיפארמענט ממש ווי כאמאס טעראר גרופ, זיי טעראזירען די בילדערס שרעקליך, ווילאנג דיין נשמה גייט נישט אויס, און די ביסט אן א דאלער לאזן זיי נישט מנוחה, יעדן טאג מיט נייע טעראריסטישע געזעצן.
בלומבערג האט אפגעשטעלט קריטישע הילף צו העלפען שכר לימוד ווייל עלטערן, ער דארף דאס געלט וויכטיגער פאר זיין בייק לעין, און אויף נעמען נייע טיקעט אגענטען.
בלומבערג האט מחייב געווען יעדע פאליציי מאן אז ער מיז טעראזירען כאטשיג א 5 מענטשן א טאג מיט טיקעטס אדער זיי ארעסטירען, אז נישט פליט דער פאליציי מאן.
בלומבערג האט דעם ציבור אונטער זיין טעראר, און יעדער פאלעטישאן וואס זאגט נאר א ווארט קעגן אים צומאלט ער, צו יעדע סתם מענטש וואס טוט עפעס קעגן אים, אפילו נאר געזאגט א שלעכט ווארט קעגן אים, איז דינו למיתה.
איך מיין אז עס געומען די צייט מער נישט מורא צו האבן פונעם טעראר, אין פונעם דיקטעטאר בלומבערג, און ארויס גיין קיין טיימס סקוווער און נישט אוועק גיין ווילאנג בלומבערג אנטלויפט נישט פון ניו יארק!
 |
|
|