איינער האט אריינגעשיקט אין אישי, א תשובה פון גולאשער רבי הרב הגאון הצדיק ר' יודל מייזעלס שליט"א צום דאראגער
איבער די נייע סאדיום שערוריה.
נשלח ב-29/3/2011 17:04
די פאראייניגטע פעלקער ליגע האט אצינד געמאלדען די לעצטע אנוויקלינגען אויפן פראנט, און די שווערע שלאכטען צווישען די די צוויי גרויסמאכטען גולאש און דאראג,
דאראג האט אפגעהאלטען א זיג, איבער גולאש, א דאנק דאס אריין מישן זיך פון פעדעראלע רגירונג פון די פאראייניגטע שטאטען, דהיינו?
דעריבער האט די פעדעראלע רעגירונג נישט געלאזט פאלן זייער'ס אן העלד,
און ווען דער צדיק פון גולאש שליט''א, האט געוואלט אריין קימען דא און די פאראייניגטע שטאטען, צו באבאכטען די שלאכטען פון דער נאנט,האט די פעדעראלע רגירונג באפוילען פאר די אימגראציע אגענטור, אז מען זאל אים נישט שענקן קיין שריפטן, אויפן פארזענדליכען פארלאנג פון ר' מנשה דער פאסט מייסטער שליט''א הי''ה, זיכער צו מאכן אז די דאראגער פארבלייבען מיט די אויבער האנד און די ביטערע שלאכטען, און די גולאשער מיז פירן די שלאכטען פון בריטאניע, מיט סאטאלייטישע פארבינדיגען,
וואס האבן די גולאשער צו זאגן?
די גולאשער זאגען אז זיי האבן קראנטע שפיאנישע אונפארמאציע אז דער פעדעראלער ארבייטער ר' מנשה, האט זיך נאר צוגעשטעלט צו דאראג צילוב דאס פחד פון איינער פון די גרעסטע שווינדלער און רויבער פונעם לעצטן יאר 100 מיטן נאמען וויגדור יאקאוויטש שר'''י, ר' מנשה האט פון דעם שווינדלער דאס קדחת, און היות דער רצון פונעם פארשטארבענעם שווינדלער איז געווען אז עס זאל זיין וואס מער מחלוקת ביי יודן, דעריבער האט ר' מנשה גענימען א צד אזוי איז די מחלקת געווארן פארברייטערט, און די נשמה פונעם פארשטארבענם האט געהאט א עליה און גיהינום,
פירן די גולאשער אויס, אז איצט איז די פעדעראלע רגירונג אויפגעברויזט אויף דעם וויגדור, צילוב די צוויי הינדרעט מיליאן דאלאר וואס ער האט געגאנבעט פון די באנק מיט די הילף פון די 82 פארברעכער, און די באנק איז געצווינגען צו גיין אויף טרייעל, מיט די רויבער, ממלא זענען זיי גערעגט אויף דעם פארשטארבענעם וויגדור, און אויף די אלע וואס ארבייטען און זיינע אונטערעסען, וואס און אונזער פאל איז דאס ר' מנשה שליט''א ממלא אלס נקמה וועט די פעדעראלע רעגירונג שענקן אריינקום שריפטן פארן גולאשער, און דער רבי שליט''א וועט נעמען די מערכה און די הענט אריין, און פירן די גולאשער אימפעריע צום גאלרייכען זיג,
און דער ראב''ד האט זיך צום גרויס ווינדער, פון די גולאשע חברה, וויסענדיג געמאכט, און אפגעשריבן א בריוו צום דאראגער,
טראץ דעם וואס דער ראב''ד שליט''א האט געשריבן קעגן דעם דאראגער, דאך זענען די דאראגער פרייליך ביזן הימל, אז דער ראב''ד האט זיך געשטעלט און ווארט, מיט זייער מנהיג (הגה' גולאש: זייער מאלפע) ר' אברעמעל מדאראג, ל''ע
די גולאשער שימפן ביזן הימל, זיי שרייען אז די דאראגער זענען באוויסטע זייפנים, און פעלשער, נאך ערגער וואו זייער אלעאירטע די זאלבאנעצעס, פינקט וואו די לישכע לייצים, כ''ץ מיט פילאף, האבן געפעשלט די חתימה פון ר'ישראל דוד הארפענעס שליט''א האבן די דאראגע געפעלשט די חתימה פונעם ראב''ד שליט''א,
די גולעשער האבן געשיקט א דיפעשע צו ר' זלמן הגדול, אז פינקט וואו ער האט געשאלטען ווען עס האט זיך אים געדאכט אז דער בריוו פונעם הייליגען ברך משה זי''ע, בנוגע דאס השתתפות בשמחת החתונה פון זיין אייניקל הרב ר' יואל שליט''א בן כ''ק אדמו''ר שליט''א איז פאלטש, ער האט דעמאלס געשאלטען בלשונו הק' אז די פינגער פון די פעלשער זאלן אראפ פאלען ח''ו ( וואו האט נאר דער ברך משה געזאגגט? ווער עס קען נישט בענטשען קען נישט שעלטען) די זעלבע זאל ר' זללצמן פארשעלטען מיטן שם המפורש די דאראגע פעלשער,
די זאליבאנצעס לאכן זיך אויס זיי זענען פארנימען אויס האמערען א שלום צוישען 2 אנדערע משוגעים, קאמפאט מיט שפיטץ, די גולאשע ברויזען, א חוץ וואס רבי זאלי איז נאך ביטער אויסגעמישעט פון די מסע המלכות קיין לעקוואד ער מיז נעבאך אריין פאפן א בייגל יעדן טאג,
דער עולם איז צו מישט מען קען נישט אפמאכן ווער עס שטייט יעצט בעסער די גולאשער צו דער דאראגער,
סאטמאר שטייט און דער זייט, ווער וויל דען אריין לייגען זיין קעפל, צוווישען די לייבען, וואס רייסען זיך און שלאגען זיך במלחמתה של תורה, מעט האפט אז עס וועט זיין את והב בסופה.....
נשלח ב-7/3/2011 17:42
עס זעט אויס אז מיט קיין חסרי דעה, קען מען זיך נישט אויסרעכענען,
ארענסטע קאנספיראטען גיבן איבער:
אז די גולאשע חברה, האבן נעכטען אריין געפאמט 3אמות מים מליחים מאוד, מאוד, און די אונעם שארמאשער טעמפל, וואס געפינט זיך אויף די ארשאווע גאס,
ציליב די הייליגע מכתב חיזק – חוזק, וואס דער שארמאשער צדיק האט גשריבן צו הרה''צ רבי אברהמ'לע מדארג זאל זיין געזונט,
די נוטראלע קארפען קעפ, וואס האלטן מיט די טיפזינגע מלחמה, זיצן אצינד און ברעכען זיך דעם של ראש, צו פארשטיין פארוואס די גולאשע חברה האבן אזאנס אנגעווערטשאפט, ווען זיי זענען שוין געשטאנען אט אט ביים שוועל פון נצחון,
די ווארט זאגער מבית הגה''צ ר' יודל'ע ווילן נישט קאמאנטירן, ומי יבוא בסוד קדושים,
פארשטייט זיך אז די שארמאשע חברה האבן פארשפאראכן נקמה, שווערע נקמה פלענער קעגן גולאש ווערן אצינד אויסגעארבייט און די קארידארן פון די שארמאשע מיניסטעריום,
די שארמאשער מילחמה סטראגעדיסטען בראש פונעם הויפט פונעם גענעראל שטאב, דער העלדישער גיבור הרב יודא העכט ה' ירום הודו, האלטען אציד ביי די לעצטע פאזעס, פון די מעכטיגע נקמה פלענער, זיי פארשפרעכן אז איצט איינמאל גייען זיי פארטיליגען די גאנצע גולאשער מליכה, און עס וועט נישט בלייבן דער פון א שטיין אויף א שטיין,
וואס זאל איך זאגן? מאמאמיע.......... איך האב נאך אזאנס נישט געזען.....
דער דאראגער ווערט רויט וואו א פייער, די אדערען פון קאפ שטארצן אים ארויס, עס קימט אזא הייסע ווינט פון זיינע נאז לעכער, די האנד ציטערט אים וואו אזא 150 יעריגער יוד, דאס אטעם איז אים קורץ, מי שלא ראה מראה זו אי אפשר לצייר אותו ..... נורא נוראות....
ער ציט ארויס א צעטל פון ביזעם, און ער ווייזט פאר דעם יוד דעם בריוו פון ר' יודל'ע גולאשער, און ער שרייט מיט קולות וואו א מטירף, איך וועל אים ווייזען..... איך וועל אים הארגענען...... און וועלן צו שניידן און ווארפן פאר די הינט....... איך וועל אים ארויס רייסן די אויגן מיט די בלויזע הענט............... איך וועל אים פארווארפן פון אלע וועלטען...... איך וועל אים פארשעלטען מיטן שם המופרש .................................. וכו'
דער יוד כאפט זיך ביים קאפ, און יאגט ארויס פון בית מדרש, עוד בו נשמתו.......
עכ''פ א ליכטיגען ניצחון פאר ר' יודל'ע מגולאש זעט זיך אויפן האריזאנט....
נשלח ב-2/3/2011 19:59
די מלחמה גייט אן מיטן פולע פארע!
און די פארגאנגאנגענע טעג, האט זיך דערקענט א שמחה און די גאסן לאנדן - ענגלאנד, מען האט ממש געקענט טאפן די שמחה מיט הענד,
און די שמחה האט זיך נאך א סאך מער אנגעזען און די גאסן, וואו די גאלרייכע גולאשער אימפעריע געפינען זיך,
די תשיבות פון דוד המל''ח, וואו ער פראקט אריין אונעם דארג'ער מיט זיין אליאירטער דער מישמאשער צדיק, האט געשלאגן טיפע ווארצלען, און די יודישע גאס, און עס דערקענט זיך דאס שטארקע אויבערהאנד, פון מלכות גולאש איבער די מלכות דאראג,
די דאראגער וואס פראבירן נאך צו ראטעווען דעם מצב, זיי האבן געשיקט א דיפרעסטע דעפעשע צום וועלטס בארימטען לישכע, אז באלדיגע שריט ווערן ערווארטערט פון די לישכע סטוזשיס, אפצושלאגען די גולאשע אטאקעס,
די דאראגע האפן עקלערט אז אויב די לישכע וועט ווייטער איגנאאירן וואו דאס בלוט פונעם דאראגער מיטן מישמאשער צדיק גיסט זיך און די שטאטשיע גאסן, וועלן זיי נישט צושטעלן קיין אומגעוואשענע אייער, מיט סאכדות זאלטץ פאר די לישכע זיצער, פייער פאר פייער, בלוט פאר בלוט,
די גולאשער זיצן נישט מיט קיין פארלייגטע הענט, זיי האבן נעכטען פראקאלאמירט אז עפענען אליינס א פסחא דקמחא, מען זאל נישט דארפן אנקימען צו די דאראגע חברה,
די דאראגער ברענען וואו פאקלען,
כלל ישראל פאלגט נאך מיט שפאנונג די ''מורא'דיגע'' אנוויקלונגען, און איז הייס מתפלל, אז די גרויזאמער מלחמה זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום יוד,
הממליח מלחים, ולו המליחה!
נשלח ב-28/2/2011 18:42
חסדי השם ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
און גולאשער הויף איז נעכטען געווען ליהודים,
מה נהדר היה המראה, ווען כ''ק אדמו''ר מגולאש שליט''א ולידו הגה''צ ר' ליפא'לע רייך מצאנז סיגוט שליט''א, איז ערשינן במלוא הדרו, ברוב פאר והדר, און די ריזיגע זאלען עטרת גולאש,
די טויזענטער חסידים האבן ספאנטאן אויסגעבראכען און א הילכיגען געזאנג, אז עס איז געווען ויניעו אמות הסיפים, די רקידין של מצוה האבן אנגעהאלטען א לאנגע צייט, און דער ריזן ציבור איז מיד-לאז געשפרינגען און און געטאנצען, שעות אריכות, מי שלא ראה שמחה זו לא שמחה בימיו,
ולשמחה מה זו עושה???
די גולאשע חברה האבן ארויס דערשנאפט עפעס א געהיימע דאקימענט פון א געוויסע לאבאטאריע, וואס דארט שטייט קלאר געשריבן, און די דאראגער מצות זענען א סאך מער געזאלטצען, פון די אריזאנא מצות,
די גולעשע האבן אויסגדריקט ווינדער, וואו אזוי דער מישמאשער צדיק, איז נישט פארוואנדעלט געווארן פאר א שטיק זאלטץ וואו די אשת חבר פון הרב ר' לויט שליט''א, עסנדיג די דאראגער מצות,
זעט אויס אז די זכות פון די צדיקות רבי שרה משארמאש ז''ל האט מגין געווען,
איבריג צו זאגן ופני דאראג ומישמאש חפו
נשלח ב-24/2/2011 23:31
גרויסע שושקעס פון ביידע לענדער זיצן אצינד אויף א טעלעפאנישע קאנפרענץ מיטינג איבער די גולאש-דאראג פייט וועלכע ווערט הייסער און עסליכער פון טאג צו טאג, אזש ס'שאדט שוין פאר די פינאנציעלע קוועלער פון ביידע מדינות אמעריקע און ענגלאנד, די פארשלאגן זענען אז מ'זאל נעמען די תורה'דיגע פירער פון ביידע הויפן און זיי זעצן ביי איין טיש אריינשטופן איין האנט צום צווייטנ'ס האנט און אלע ארומיגע וועלן זינגען הויעך אנטקעגן די אלוועלטליכע מידיא:
ריגעלע רוגז, מיר זענען געווען ברוגז, ריגעלע ריק, מיר זענען געוארן חברים צוריק...
די נייעס קוועלער מצד מלכות דאראג האבן פארשטענדיגט אז זייער פירער איז שוין איינגעגאנגען מיטן פלאן, אצינד קוקט כלל ישראל ארויס אז דער פירער מצד מלכות גולאש זאל געבן זיין אנטווארט....
א גוטן פורים
נשלח ב-24/2/2011 22:35
אה דא קומט א מעכטיגע קול קורא שווימער, רובין, בלום
דער גולאשער איז פארטיג
אגב, בלום פארשטיי איך אז זיין ברודער דער קאשוי רב ר' אליעזר חיים, עסט אריזאנע ווייץ דארף ער ארויסקומען קעגן אים אזווי ער האט געטוהן אין די זשיהאד זאל, ווען דער ברודער האט גענומען רשות (אין מ'האט אים למעשה נישט געלאזט זיין מסדר קדושין)
אבער וואס איך קען קוים ווארטען ווען קומט שוין ר' מנשה מיט א בריוו?
נשלח ב-24/2/2011 21:38
זאג נאר יונה, וואס איז די ליפט און ראדני? די חברה דארט זענען פאר גולאש אדער פאר דאראג?
איצט הערט מען די פרייליכע בשורה אז הרה''צ רבי ליפא'לע רייך שליט''א מצאנז סיגוט, שטעלט זיך צו מיטן גאנצן קראפט צום גולאשער צדיק,
און ער גייט אויפן דירעקטער פארלאנג, פונעם גולאשער צדיק, ארויס גיין בחיצות העיר, און שרייען בקול גדול, א קעגען די אומפארשעמטע דאראג'ע געזאלצענע, באנדיטען, וואס האבן זיך פארמאסטן מבזה צו זיין דעם גולאשער צדיק, פארן איינציגסטע חטא פארן ארויס זאגן דעם דעת תורה האמיתיות,
ויזעק צעקה גדולה ומרה .....
_________________
נשלח ב-24/2/2011 07:19
באקומען אין אישי
כ'האב באקומען א באריכט פין היינט ציפרי אין ראדני פין איינעם וואס איז געווען אנוועזנד ביי א קופקע צווישען אברהם לויפער, שמואל בערגער - מישקאלץ, יעקב הערש ריבא, אין נאך זאליס ווי זיי האבען זייער געטשעלנזשד אין געלאכט פין אברהם מיט זיינע זאלציגע דמיונות יעקב הערש האט אים געזאגט אז שמואל זאנוויל אקערמאן האט געזאגט אז איינער האט געברענגט ביידע ווייץ אין זיין כולל אין קיינער האט נישט געפילט קיין נ''מ איינער דארט האט געזאגט אז די ווייץ איז אזווי די מן, מ'פילט דארט וואסערע טעם מ'וויל זיך איינרעדן אברהם האט זיך געפירט אנגעפאטש האט ער געזאגט אז ער האט געגבן פאר חיים ישעי' שווימער יונה עסטערייכער'ס איידעם אין ער האט יא געשפירט זאלץ אין ער גייט טאקע שרייבן א בריוו, אזוי אויך האט אשר מרדכי רובין אויך ציגאזאגט א בריוו אויך שמחה ישראל בלום (קאשוי'ער ברודער, תולדות רפאל זשיהאד) האט אים ציגעזאגט א בריוו ווי ער גייט שרייבן אז יוליש איז גערעכט נאר ער גייט טוישן פין די לשון חמץ צו די לשון אסור
נשלח ב-23/2/2011 17:58
הויעכער באשפריצטער קעניג !
איך זע אז די ביזט פון גולאשער געזונדל, און די ווייסט אונסייד אונפארמאציע , אפשר גיבסטו ארויס פאר די אונטערליגענטע ליינער דא אויפן פארק, ווען די גולאשער קימט ארויס מיט א נייע בריוו?
כלל ישראל קיקט ארויס בכליון עניים אויף די הייליגע בריווען פון הגה''צ רבי יודל'ע גולאשער השם יאריך שנותיו בנעימים,
(נ''ב עס איז דא א באוויסטער קאסעטע פון דיין רבי'ן ר' זלמניו (דער פקידתו פראקאלאמירער פאר די וואס געדענקן) וואו ער שרייט אויף זיין גבאי בן פראדל ''וועקי'' און רעד מיט אום צוזאם כל מיני שטיתים און נארישקייטן וואס פאסט פאר א ציגאנער, (ניטאמאל פאר ליפא מזענטע פאסט דאס) דאס איז געווען זימער תשמ''ג נאך דעם וואס דער ברך משה איז א היים געקימען פון ארץ ישראל, און ער האט דאן געוויילט און סעמערינג עסטרייך אויף אפרו, אלס קעניג אפשר פארשאפסטו דאס קאסעט, אז כלל ישראל זאל איינזען אז דער ברך משה האט זיך ח''ו טועה געווען מיטן ריפן דיין רבי'ן ''כסיל יודא'', יא, און לייג שוין אויך צו די פתגמין קדישין פון פרשת כי תשא תשס''ג, וואו דיינע קווינס פרענד'ס האבן אריין געשטעלט דער באוויסטער ''שקל שלום'' תורא, וואס האט בשעתו געשאקעלט מיט די וועלט, )
יישר כח ידידך מר' האנדא
_________________
נשלח ב-22/2/2011 23:49
איך זעה אז די גולאשע חסידים קענען קוים אויסווארטן אויף די כלי/קאקוי דרשה,
בארויאיגט אייך, עס איז שוין כמעט חוהמ"ד
נשלח ב-22/2/2011 22:30
מלח אביון,וחפץ ברשע, ועושה רשע, ומוכן לפשע
עס איז איצט געקימען א מעלדונג, פון בריטאנע אז און ריזיגער גונגאטישער גאלאשער שטיבל, הענגט א ריזיגער סיין מיט די ווערטער
אבער די קאנספיראטען גיבן איבער אז דאס איז צילוב געוויסע בריוו פון צוויי רבנים און ניו יארק וואו זיי גיבן אריין פאר דעם דאראג'ר מנא אחת אפיים,
מיר זענען אבער נאך נישט דערגאנגען די ווארהייט פון די שמיעה, אדרבה אויב עמיצער קען מברר זיין די סיבה וואס ליגט אונטער די מאדאנע סיין וואס הענגט און גולאש, זאל ביטע שרייבן, למצוה גדולה יחשב.......
נשלח ב-22/2/2011 18:01
די לעצטע אנטוויקלינגען אויפן פראנט זענען גאר שרעקווערדיג!
די גאלאשער שרייען חי וקים, אז זיי האבן אונסייד אונפארמאציע אז די דאראגער זענען גאר נישט אזוי פרייליך מיטן בריוו פון הרב שילדקרויט – מארגנשטערן, זיי זענען אויף אים טויט גערעגט, ממש להשמיד, (ניסח לויפער) דער אום געבעטער ''מלחמה שריט'' פונעם שארמאשער צדיק, האט ארויס גענימען די מתי שואניקעס פון די פעדערן,
די מתי שוא'ניקעס שעמען זיך ביטערליך צו האבן דעם ת''ח שאין בו דעת ל'ע, אויף זייער צד, זיי זאגן אז עס גיט אזא טיפשות'דיגע בליק אויף די גאנצע דאראגער מליכה בכלל, און אויף די לעב / סאדיעם / מאלפע מערכה בפרט,
דעריבער האט מלכות גולאש געמאלדן ביי א פרעס קאנפערענץ , אז זיי גייען נישט נישט ארויס קימען מיטן געפלאנטען ''לטיתא דרבנן'' קעגן דעם מתי שוא, וואס די גולאשער האבן אויספלאנירט אלס א ריאקציע צו די בזיון התורה וואס די דארגער האבן פאראורזאכט מיטן אראפ רייסן הגה''צ רבי יודל'ע מגולאש שליט''א רח''ל
חייב אינוש לביסומא.... . לביסומא...... לביסומא,,,,,,,, עד דלא ידע...... טדיי ...דיי...דיי....... עד דלא ידע.....
נשלח ב-20/2/2011 06:14
אברהם לויפער סטראשעט אז טאמער יודל מייזליש ציט נישט צוריק די בריוו קעגן אים, דעמאלס גייט ער ארויס געבן א מתי שוא קעגן אים..